מאָסקווער אויסשטעלונג וועגן ייִדישן אַוואַנגאַרד איז געראָטן, אָבער איין וויכטיקע זאַך פֿעלט Moscow exhibit on Yiddish avant-garde is well-done, but one crucial element is missing
דעם 5טן מאַרץ איז אינעם מאָסקװער ייִדישן מוזײ געעפֿנט געװאָרן אַ גרױסע אױסשטעלונג, „דער ייִדישער אַװאַנגאַרד: שאַגאַל, אַלטמאַן, שטערענבערג און אַנדערע“. הײַנטיקע צײַטן, װען רוסלאַנד איז ממש אָפּגעריסן פֿון אײראָפּע און אַמעריקע װי אַ פּועל־יוצא פֿון איר מלחמה קעגן אוקראַיִנע, זײַנען קולטורעלע געשעענישן פֿון אַזאַ פֿאַרנעם אַ זעלטענע זאַך אין מאָסקװע. אױפֿן קבלת־פּנים לכּבֿוד דער עפֿענונג זײַנען געקומען עטלעכע הונדערט ספּעציעל אײַנגעלאַדענע געסט, און מען האָט פֿאַר זײ געמאַכט פּריװאַטע עקסקורסיעס.
לויטן אַנאָנס איז די טעמע פֿון דער אױסשטעלונג „די עװאָלוציע פֿונעם ייִדישן אַװאַנגאַרד אין רוסלאַנד“. אינעם צענטער פֿון דער אױסשטעלונג שטייט אַ רעקאָנסטרוקציע פֿון דער לעצטער קונסט־אױסשטעלונג פֿון דער „קולטור־ליגע“, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין מאָסקװע אין 1922. מען האָט אָפּגעזוכט די קונסטװערק פֿון מאַרק שאַגאַל, נתן אַלטמאַן און דוד שטערענבערג, װאָס זײַנען דעמאָלט אױסגעשטעלט געװאָרן, און געפּרוּװט װידער אױפֿבױען די אַמאָליקע שעפֿערישע אַטמאָספֿער.
כּדי צו לאָזן דעם הײַנטיקן צוקוקער בעסער פֿאַרשטײן דעם ייִדישן קולטורעלן קאָנטעקסט פֿון יענער תּקופֿה, האָט מען צוגעגעבן מאָלערישע און גראַפֿישע װערק פֿון אַנדערע קינסטלער אַרום דער „קולטור־ליגע“, ווי אליעזר ליסיצקי, יוסף טשאַיקאָװ, ישׂשׂכר-בער ריבאַק, מאַרק עפּשטײן און אַלכּסנדר טישלער. די קוראַטאָרן האָבן אױך אָנגעזאַמלט פּלאַקאַטן, אַנאָנסן, טעאַטראַלע דעקאָראַציעס און דאָקומענטן פֿון יענער צײַט. האָט זיך טאַקע באַקומען אַ געראָטענע אױסשטעלונג. זי באַקענט דעם הײַנטיקן רוסישן עולם מיט דער מאָדערנער ייִדישער קונסט, װאָס האָט געבליט אין מאָסקװע אַ קורצע צײַט אָנהײב 1920ער יאָרן.
דער גורל פֿון די קינסטלער, װאָס האָבן זיך באַטײליקט אין דער אַמאָליקער אױסשטעלונג, איז געװען אַ פֿאַרשײדענער. שאַגאַל איז אַװעק פֿון רוסלאַנד און געװאָרן אַ װעלט־באַרימטער ייִדישער קינסטלער. אַלטמאַן האָט געמאַכט אַ דערפֿאָלגרײַכע קאַריערע אין דער סאָװעטישער קונסט, אָבער די ייִדישע טעמע איז פֿאַר אים געװאָרן אַ זײַטיקע. שטערענבערג האָט זיך ניט געקענט צופּאַסן צו דעם נײַעם סטיל פֿון „סאָציאַליסטישן רעאַליזם“, װאָס האָט געהערשט אין דער סאָװעטישער קונסט אין די 1930ער יאָרן און האָט געליטן פֿון דער שאַרפֿער קריטיק פֿאַר זײַן געטרײַשאַפֿט דער עסטעטיק פֿון אַװאַנגאַרד.
אַזױ אַרום איז די סאָװעטישע הױפּטשטאָט מאָסקװע ניט געװען קיין גוטער אָרט פֿאַר אַ פֿרײַער אַנטװיקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קונסט. דאָס רובֿ באַזוכער פֿון דער איצטיקער אױסשטעלונג האָבן ניט קײן אַנונג װעגן דער „קולטור־ליגע“. זײ קומען צוליב די פּאָר װעלט־באַרימטע נעמען, שאַגאַל און ליסיצקי. דערפֿאַר איז װיכטיק צו באַקענען זײ מיטן ייִדישן קאָנטעקסט, און די אױסשטעלונג טוט עס גאַנץ גוט. די פּרטימדיקע דערקלערונגען דערצײלן װעגן די פֿאָלקלאָרישע און עטנאָגראַפֿישע װאָרצלען פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם און װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון פֿאָלקסקונסט.
אָבער אײניקע װיכטיקע זײַטן אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן מאָדערניזם און אַװאַנגאַרד זײַנען דאָך פֿאַרבליבן אין שאָטן. דאָס רובֿ קינסטלער, אַזעלכע װי אַלטמאַן, שטערענבערג, טשאַיקאָװ, טישלער, עפּשטײן און ריבאַק, האָבן געשטאַמט פֿון אוקראַיִנישע שטעט און שטעטלעך. אײניקע פֿון זײ האָבן זיך געלערנט קונסט אין קיִעװ און האָבן איבערגענומען די סטילן און מאָטיװן פֿון אוקראַיִנער קונסט און פֿאָלקלאָר. די „קולטור־ליגע“ איז געשאַפֿן געװאָרן אין קיִעװ אין 1918 װי אַ מין ייִדישער אָפּטײל בײַ דער רעגירונג פֿון דער נײַ־אױפֿגעקומענער אוקראַיִנער רעפּובליק.
אין די ערשטע פּאָר יאָר איז זי געװען נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער אוקראַיִנער מלוכה, כּל־זמן זי האָט עקזיסטירט. אין 1921 איז מזרח־אוקראַיִנע געװאָרן אַ טײל פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, און אַ היפּשע צאָל ייִדישע ליטעראַטן און קינסטלער האָבן זיך אַריבערגעקליבן קײן מאָסקװע. דאָ האָבן זײ געהאַט אַ סך מער מעגלעכקײטן פֿאַר אַרבעט און פּרנסה. אָבער די ייִדישע טעמע האָט דאָ באַקומען אַ נאָסטאַלגישן טעם, װי אַ זכר פֿון די שטעטלדיקע קינדעריאָרן.
די הײַנטיקע רוסישע פּראָפּאַגאַנדע לײקנט אָפּ לגמרי, אַז אוקראַיִנע איז, אָדער איז אַ מאָל געװען, אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה. אין הסכּם מיט דער דאָזיקער פּאָזיציע איז די ערשטע און די סאַמע שעפֿערישע תּקופֿה פֿון „קולטור-ליגע“ — אַ פּועל־יוצא פֿון דער אוקראַיִנער אומאָפּהענגיקײט — אין כּמעט אין גאַנצן פֿאַרשװיגן געװאָרן אין דער מאָסקװער אױסשטעלונג. אין די אוקראַיִנער קונסט־זאַמלונגען זײַנען פֿאַראַן אַ היפּשע צאָל װיכטיקע װערק פֿון מאָדערנע ייִדישע קינסטלער. װען מען װאָלט געמאַכט אַן אױסשטעלונג פֿון „קולטור־ליגע“ אין קיִעװ, װאָלט די געשיכטע געװען גאָר אַנדערש.
אַװדאי קען מען הײַנט אַפֿילו ניט חלומען װעגן װאָסער ניט איז מיטאַרבעט צװישן רוסישע און אוקראַיִנער קולטורעלע אַנשטאַלטן. רוסלאַנדס אַגרעסיע קעגן אוקראַיִנע האָט גורם געװען טיפֿע אידעאָלאָגישע שפּאַלטונגען אינעם אַקאַדעמישן געביט פֿון מזרח–אײראָפּעיִשע שטודיעס אין אַמעריקע און אַנדערע לענדער. הײַנט רעדט מען אַ סך װעגן „דעקאָלאָניזירן“ דאָס דאָזיקע אַקאַדעמישע פֿעלד, דאָס הײסט, פּטור צו װערן פֿונעם הערשנדיקן רוסישן קולטורעלן „אימפּעריאַליזם“. עס איז אַ נאַטירלעכער פּראָצעס פֿון פֿאָרשערישן פּראָגרעס, כאָטש צומאָל כאַפּט מען איבער די מאָס און װאַרפֿט אָפּ לגמרי װאָסער ניט איז װערט פֿון דער רוסישער קולטורעלער השפּעה.
אָבער אין רוסלאַנד דערלאָזט מען ניט קײן „דעקאָלאָניזאַציע“. אַפֿילו די ייִדישע קולטור װערט פֿאָרגעשטעלט אינעם רוסישן קולטורעלן קאָנטעקסט, װי אַ פּראָגרעס פֿונעם „שטעטל“ צו דער „אַל-װעלטלעכקײט“ נוסח רוסלאַנד. דערבײַ װערן פֿאַרשװיגן װיכטיקע נאַציאָנאַלע קאָנטעקסטן, קודם־כּל דער אוקראַיִנישיער. דער אַלטער „קאָלאָניאַלער“ װעלטבאַנעם פֿאַרבלײַבט הײַנט צו טאָג לעבעדיק אין רוסלאַנד אַפֿילו װען עס גײט װעגן דער ייִדישער קולטור.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor