Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַזיאַטישע אָפּשטאַמיקע פֿון די אַנוסים אין פּאָרטוגאַל היטן זײערע שפּראַכןAsian descendants of hidden Jews in Portugal maintain their languages

די אַרבעט פֿון די קריסטאַנגישע שפּראַך־אַקטיוויסטן דערמאָנט אין די ייִדישיסטן.

כאָטש הײַנט איז פּאָרטוגאַל נאָר אַ קלײן אייראָפּעיִש לאַנד, איז עס אַ מאָל געווען איינס פֿון די גרעסטע ים־אימפּעריעס אויף דער וועלט. די באַקאַנטסטע געוועזענע קאָלאָניע פֿון פּאָרטוגאַל איז בראַזיל. אין אַפֿריקע געפֿינען זיך אויך אַ סך לענדער, וווּ מען רעדט ביז הײַנט פּאָרטוגעזיש: אַנגאָלאַ, מאָזאַמביק, קאַבו־ווערדי, גינע־ביסאַו, סאַו־טאָמע און פּרינסיפּי.

פֿונדעסטוועגן ווײסן ווײניק מענטשן אַז פּאָרטוגאַל האָט אויך קאָנטראָלירט אַ סך פּאָרט־שטעט אין אַזיאַטישע לענדער. כּמעט אין יעדן אָרט, וואָס איז אַ מאָל געווען אַ טײל פֿון דער פּאָרטוגעזישער אימפּעריע, געפֿינט מען קלײנע און זײער אינטערעסאַנטע עטנישע גרופּעס פֿון געמישטן אָפּשטאַם אַזאַ ווי די מאַקאַנעזער אין מאַקאַו, כינע, און די קריסטאַנגען אין סינגאַפּור און מאַלײַזיע.

זײ שײדן זיך אונטער פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג לויט רעליגיע און שפּראַך. אָפֿט באַשרײַבט מען זײ ווי אָפּגעזונדערטע געמײנשאַפֿטן, וואָס היטן זײערע טראַדיציעס, זאָגן זיך אָפּ צו אַסימילירן און זענען אומפּראָפּאָרציאָנעל דערפֿאָלגרײַך אין געשעפֿט, וויסנשאַפֿט און קונסט. עס איז נישט קײן צופֿאַל, אַז די סטערעאָטיפּן וועגן זײ זענען ענלעך אויף דעם, וואָס מען זאָגט וועגן ייִדן.

די מאַקאַנעזער און קריסטאַנגען זענען קרעאָלן; דאָס הײסט, אָפּשטאַמיקע פֿון געמישטע חתונות צווישן די פּאָרטוגעזישע קאָלאָניסטן און פֿאַרשײדענע אָרטיקע פֿעלקער, ווי די מאַלײַער און כינעזער. און וואָס פֿאַרבינדט זײ מיט ייִדן? עס זענען געווען אַ סך ספֿרדים צווישן די פּאָרטוגעזער, וואָס האָבן פֿאַרלאָזט אײראָפּע אינעם 16טן יאָרהונדערט. זײ זענען געווען אַנוסים אָדער „קאָנווערסאָס‟ — ייִדן, וואָס האָבן געמוזט זיך אָפּשמדן צו קאַטאָליציזם אונטערן דרוק פֿון דער אינקוויזיציע.

כאָטש אין אײניקע פֿאַלן האָבן קאָנווערסאָס אָפּגעהיט זייער ייִדישקייט בסוד, זענען רובֿ פֿון די פּאָרטוגעזיש־ספֿרדיש־אַזיאַטישע קרעאָלן געוואָרן עכטע, אויפֿריכטיקע קריסטן. בײַ די הײַנטיקע מאַקאַנעזער און קריסטאַנגען איז קריסטנטום אַ גרויסער טײל פֿון זײער קולטור און אידענטיטעט. דאָס זעט מען אפֿילו בײַם נאָמען: דאָס וואָרט „קריסטאַנג‟ שטאַמט פֿונעם פּאָרטוגעזישן וואָרט פֿאַר „קריסטלעך‟.

פֿונדעסטוועגן אינטערעסירן זיך אײניקע קריסטאַנגען מיט זײער פֿאַרגעסענער ייִדישער קולטור־ירושה. אײנער פֿון זײ, עדגאַר פּינטאָ, האָט געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע „קריסטאַנגישע געמײנשאַפֿט פֿאַרן קולטורעלן יהדות‟ און געשריבן אַ בוך וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון מאַלײַזיע און דער אינקוויזיציע, וואָס האָט גערודפֿט הערעטיקער און נישט־קריסטן אַפֿילו אין די אַזיאַטישע קאָלאָניעס פֿון פּאָרטוגאַל און שפּאַניע.

די הײַנטיקע קריסטלעכקײט און די היסטאָרישע ייִדישקייט זענען נישט די אײנציקע אונטערשײדן צווישן די קרעאָלישע גרופּעס פֿון מאַקאַו און סינגאַפּור און זײערע מאַלײַיִשע אָדער כינעזישע שכנים. זײ האָבן אויך זײערע אײגענע קרעאָל־שפּראַכן, וואָס האָבן אַ געמישטע אָפּשטאַמונג פּונקט ווי זײערע רעדנער.

רובֿ קריסטאַנגישע ווערטער שטאַמען פֿון פּאָרטוגעזיש, אָבער די גראַמאַטיק איז פּשוטער און די אויסשפּראַך איז אַנדערש. אין קריסטאַנגיש איז דאָס פּאָרטוגעזישע וואָרט „אַמאַניאַ‟ („מאָרגן‟) געוואָרן „אַמיִאַנג‟, און אָנשטאָט דעם פּאָרטוגעזישן „סערוויסו‟ („אַרבעט‟) זאָגן די קריסטאַנגען „סיבריסו‟. אַ סך אַנדערע ווערטער אין קריסטאַנגיש שטאַמען פֿון אַזיאַטישע שפּראַכן: „מאַקאַן‟ („עסן‟) איז מאַלײַיִש און „טאַטאַ‟ („זײדע‟) איז טאַמיליש.

אין מאַקאַנעזיש געפֿינט מען אפֿילו אַזוינע ווערטער, וואָס פֿאַראײניקן עלעמענטן פֿון צווײ פֿאַרשײדענע שפּראַכן. דאָס פּאָרטוגעזישע וואָרט פֿאַר „ברויט‟ איז „פּאַו‟, און אויף כינעזיש רופֿט מען עס „מיאַנבאַאָ‟. די מאַקאַנעזער ניצן אַ מישונג פֿון די צווײ ווערטער: „מין־פּאַו‟.

הײַנט דראָט די צװײ אומגעווײנטלעכע שפּראַכן אַ געפֿאַר פֿון פֿאַרשווינדונג. מאַלײַזיע, וווּ אַ סך קריסטאַמגען וווינען, באַשרײַבט מען אָפֿט ווי אַן איסלאַמישע עטנאָ־מלוכה, וואָס איז נישט זײער טאָלעראַנט צו רעליגיעזע, עטנישע און לינגוויסטישע מינדערהײטן. אין סינגאַפּור איז די פּאָליטישע סיטואַציע בעסער, אָבער עס איז זײער אַ מאָדערנע און גלאָבאַליזירטע שטאָט, וווּ ענגליש דאָמינירט ווי די אינטערנאַציאָנאַלע שפּראַך און שטויסט אַרויס אַלע אַנדערע לשונות.

מאַקאַו, וווּ די מאַקאַנעזישע שפּראַך איז אויפֿגעקומען, איז געווען אַ פּאָרטוגעזישע טעריטאָריע ביז די 1990ער יאָרן. דערנאָך איז עס געוואָרן אַ טײל פֿון כינע, און נאָך אַ פּאָר יאָרצענדליקער פֿון אינטענסיווער מיגראַציע פֿון אַנדערע כינעזישע שטעט זענען די מאַקאַנעזישע קרעאָלן געוואָרן אַ קלײנע מינדערהײט אין זײער אײגענער שטאָט.

„דאָסי פּאַפּיאַסאַם די מאַקאַו‟ („די זיסע רײד פֿון מאַקאַו‟) איז אַן אָרטיקע טעאַטער־טרופּע, וואָס שפּילט בלויז אויף מאַקאַנעזיש כּדי אויפֿצוהיטן די שפּראַך. זײערע ספּעקטאַקלען און לידער דערמאָנען מיר אין דער בענקשאַפֿט בײַ ייִדן נאָך אַלטע ייִדישע שטעטלעך — זײ זענען פֿול מיט נאָסטאַלגיע. די אַקטיאָרן זינגען וועגן ענגע גאַסן מיט גרעט‏־שטריקלעך, וווּ אַלע שכנים קענען איינער דעם צווייטן און רעדן אויף דער זעלבער שפּראַך — מאַקאַנעזיש, אין דער צײַט ווען די הײַנטיקע שטאָט מאַקאַו איז פֿול מיט וואָלקן‏־קראַצערס און באַלויכטענע קאַזינאָס.

די אַרבעט פֿון די קריסטאַנגישע שפּראַך‏־אַקטיוויסטן דערמאָנט אויך אין די ייִדישיסטן. זײ פֿאַרלײגן אָנלײַן־שפּראַך־קורסן און אָרגאַניזירן וואַרשטאַטן וווּ לינגוויסטן און סתּם רעדערס פֿון דער שפּראַך שאַפֿן נײַע ווערטער פֿאַר מאָדערנע קאָנצעפּטן. די נעאָלאָגיזמען, וואָס זײ האָבן צוגעטראַכט, ווערן פּובליקירט אויף דער וועב־זײַט „דזשאַרדינגו‟ („שפּראַך־גאָרטן‟). צווישן די ווערטער זענען „לומיקומיריִאַ‟  פֿאַר „פֿאָטאָסינטעז‟ (אַ מישונג פֿון די קריסטאַנגישע ווערטער פֿאַר „ליכט‟ און „עסן‟) און „פּאַלאַראַיִס‟  פֿאַרן וואָרט „עטימאָלאָגיע‟, פֿון די ווערטער פֿאַר „וואָרט‟ און „שטאַם‟).

פֿון דער אַנדערער זײַט, כאָטש זײער אַרבעט איז אינטערעסאַנט און וויכטיק, איז צום באַדויערן נישטאָ קײן גאַראַנטיע אַז קריסטאַנגיש קען נאָך לאַנג בלײַבן אַ לעבעדיקע שפּראַך.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.