ווידעאָ: אַן אַנימאַציע פֿון אַ מוזיקאַלישן ייִדישן פּורים־שפּיל פֿאַר קינדערVideo: An animated Yiddish Purim musical for kids
שפֿרה ווײַטמאַן האָט געשאַפֿן די אַנימאַציע און מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט האָט אויסגעזונגען דעם טעקסט.

די הילע פֿונעם ביכל„פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ“ (1968) Image by Oyfgang
די וואָך איז אויף יו־טוב אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַן אַנימאַציע פֿון אַ מוזיקאַלישן פּורים־שפּיל פֿאַר קינדער אויף ייִדיש, „פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ“. שפֿרה ווײַטמאַן האָט געשאַפֿן די אַנימאַציע און מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט האָט אויסגעזונגען דעם טעקסט.
דעם קורצן מיוזיקל, וואָס מע האָט אַרויסגעגעבן ווי אַ ביכל מיט ווייכע טאָוולען אין 1968, איז געשאַפֿן געוואָרן אַ דאַנק דער האָרעוואַניע פֿון פֿיר ייִדישיסטקעס. מרים האָפֿמאַן האָט געשריבן דעם טעקסט, מלכּה גאָטליב האָט געשאַפֿן די מוזיק און צירל וואַלעצקי האָט דאָס ביכל אילוסטרירט. געלע שווייד־פֿישמאַן האָט דורכגעפֿירט די אַדמיניסטראַטיווע אַרבעט.
ווי מע קען לייענען אין דעם אַרטיקל וועגן דעם פּראָיעקט אַרויסצוגעבן דאָס ביכל, איז עס גאָר נישט געווען גרינג. שווײַד־פֿישמאַן האָט דערציילט דעם פֿאָרווערטס, אַז ווען זי האָט אינעם נאָמען פֿון די פֿיר פֿרויען געבעטן עטלעכע דירעקטאָרן פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס צו פּובליקירן דאָס ביכל, האָט מען זיי קיין געלט אָדער שטיצע נישט געגעבן. האָבן די פֿרויען באַשלאָסן אַליין אַרויסצוגעבן דאָס ביכל, דורכן שאַפֿן אַן אייגענעם פֿאַרלאַג, „אויפֿגאַנג“.
ווי מרים האָפֿמאַן דערציילט אין דעם אַרטיקל, איז דער אומאינטערעס צו זייער ביכל געווען, צום טייל, אַ סימן אַז די דירעקטאָרן, אַלע — מענער, האָבן פּשוט נישט געהאַלטן אַז פֿרויען קענען שאַפֿן אַ געראָטן ווערק. דערפֿאַר האָט זי באַשלאָסן צו פֿאַרבײַטן איר אייגענעם נאָמען ווי דער מחבר אויף אַ מענערישן פּסעוודאָנים — גבֿריאל טאָליעס.
„מיר האָבן פֿאַרשטאַנען, אַז קיינער וועט דאָס ביכל נישט אויפֿנעמען ערנסט, אויב מע דערוויסט זיך, אַז דאָס האָבן פֿיר פֿרויען אַרויסגעגעבן,“ האָט האָפֿמאַן געזאָגט. „האָב איך גענומען מײַן מאַמעס נאָמען, טאָליע, און געמאַכט דערפֿון: גבֿריאל טאָליעס.“
איך האָב זייער שיינע זכרונות פֿון „פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ“.ווען דאָס ביכל איז אַרויס אין 1968 האָט די פּאָעטעסע (און מײַן מומע) ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן רעזשיסירט דאָס פּורים־שפּיל אויף דער בינע פֿון דער שלום־עליכם שול 21. די ראָלעס האָבן געשפּילט די יונגע מיטגלידער פֿונעם קינדערקלוב „ענגע־בענגע“. צווישן זיי: אַבֿי האָפֿמאַן, דוד פֿישמאַן, איציק גאָטעסמאַן, מײַן שוועסטער גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט און איך.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
