Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿון צוויי אַנדערע וועלטן — און פֿאָרט פֿון זעלבן שניט! We were from two different worlds — yet, surprisingly, kindred spirits

ווי אַזוי איך האָב אין מיאַמי אָנגעקניפּט אַ נאָענטע חבֿרשאַפֿט מיט אַ פֿרומער פֿרוי 

צי מע גלייבט יאָ, צי מע גלייבט נישט אין דעם רבונו־של־עולם, בין איך איבערצײַגט אַז ס׳איז פֿאַראַן עפּעס אַ מין „ייִדיש“־גאָט װאָס ציט צו צו מיר די סאַמע אינטערעסאַנטסטע ייִדיש־רעדערס און אוהבֿי־ייִדיש.

סע שאַט אױך נישט אַז איך גײ שטענדיק אַרום מיט עפּעס געדרוקטס אױף ייִדיש אין דער האַנט.

מיט עטלעכע יאָר צוריק בין איך געשטאַנען לעבן אַ גרינעם אויטאָבוס־אָפּשטעל־שילד אין „לאַ פּעקעניאַ האַװאַנאַ“ (קליינע האַװאַנאַ), אין מיאַמי. די גליִענדיקע זונענשטראַלן האָבן געברענט אומברחמנותדיק. פּערעלעך שװייס האָבן מיר אַראָפּגעקײַכלט אונטערן קאַרגן פֿון מײַן דורכגעװייקט ראָזעװע העמד.

געװיינטלעך פֿאָר איך נישט מיטן אויטאָבוס, אָבער מיט אַ טאָג פֿריִער איז מײַן צעקראָכענער גרויער טאַראַדײַקע קאַליע געװאָרן און כ׳האָב געדאַרפֿט גיין אַ גאַנג אין שטאָט. אין דער האַנט האָב איך געהאַלטן אַ בינטל אָפּגעדרוקטע בלעטלעך פֿון אַ ייִדיש בוך װאָס איך האָב געהאַט בדעה צו לייענען אויפֿן װעג צוריק קיין מיאַמי ביטש. איך בין נישט דער סאָרט מענטש װאָס קוקט אַרויס פֿון אויטאָבוס־פֿענצטער און חלומט אויף דער װאָר. כ׳האָב ליב צו האָבן עפּעס װאָס צו טאָן – און װאָס בעסערס צו טאָן װי לייענען אַ ייִדיש בוך?

מיט אַ מאָל איז אַ יונגע פֿרוי דערשינען בײַם אויטאָבוס־אָפּשטעל – אַ טשיקאַװע געשטאַלט מיט אַן אָװאַלן, מילך־װײַס פּנים. זי האָט געטראָגן אַ לאַנגן, לױזן, העל־לילאַ פֿרויען־קאַפֿטן, צוזאַמען מיט אַ מין פּערואַנישער, פֿילפֿאַרביקער, געשטריקטער שלעפּטאַש, אַריבערגעװאָרפֿן איבער דער פּלייצע. אויפֿן קאָפּ – אַ הויכן טורבאַן, פּונקט דעם זעלבן קאָליר װי דער קאַפֿטן, פֿון װעלכן עס האָט זיך נישט אַרויסגעשטאַרצט אַפֿולו קיין איין הערעלע.

דער ערשטער געדאַנק װאָס איז מיר געקומען אויפֿן זינען איז געװען: „טראָגן אַ טורבאַן אין אַזוינע היצן?… נעבעך!“

נאָך אַ װײַלינקע האָט די פֿרוי זיך דערנענטערט צו מיר און מיך אַ פֿרעג געטאָן אויף ענגליש. „אַנטשולדיקט, אָבער פֿאַר װאָס לייענט איר עפּעס אויף העברעיִשס?״  פֿאַרחידושט, האָב איך געענטפֿערט: „ס’איז נישט העברעיִש. ס’איז ייִדיש.״

– די רעדסט ייִדיש?! – האָט זי מיך אויפֿגעהײַטערט געפֿרעגט אויף מאַמע־לשון.

– יאָ! איך רעד ייִדיש. דו אויך?!

– איך אָך! איך האָב געװוינט צען יור אין באָראָ פּאַרק!

ס’איז מיר תּיכּף קלאָר געװאָרן, פֿאַר װאָס זי טראָגט אַזעלכע מלבושים, אָבער אַצינד אַז איך קוק זי אָן פֿון דער נאָענטן, דערזע איך אַ קליינינקן נאָזרינג. – אַ פֿרומע פֿרוי מיט אַ נאָזרינג? – האָב איך זיך געװוּנדערט. נו, עס זענען דאָ מאָדנערע זאַכן אױף דער װעלט.

– אַיאָ?! אין באָראָ פּאַרק? – האָב איך אויסגערופֿן – און איצט װוינסטו דאָ אין מיאַמי?

– יאָ, איך בין געקימען אַהער װוינען מיט אַ פּור יור ציריק.

– אַאַ, שיין! נו, איך בין משהלע. װי הייסטו?

– איך הײַס רבֿקה.

עס קומט אָן דער אויטאָבוס און מיר שטײַגן ביידע אַרויף. לכתּחילה, איז מיר געװען שװער צו פֿאַרשטיין רבֿקהס חסידישן דיאַלעקט, אָבער צו ביסלעך האָב איך זיך צוגעװוינט.

בין איך געשטאַנען אין מיטן אויטאָבוס מיט איר און גערעדט הויך, שיִער ניט געשריגן און געמאַכט װילדע העװיות מיט די הענט – אַ שלעכטע טבֿע מײַנע װען איך רעד אויף אַ פֿרעמדער שפּראַך. אַ  פֿרוי מיט צװיי געלע בײַטלעך עסנװאַרג אויפֿן שויס האָט אונדז אָנגעקוקט. מיט אַ שמייכל אויפֿן פּנים זאָגט זי מיר אויף שפּאַניש: „קאַיאַטע! קע אַװלאַס דעמאַסיאַדאָ!“ („האַלט ס’מויל! דו רעדסט צו פֿיל!“). איך קען שפּאַניש, האָב איך מיט אַ פֿאַרשעמטן שמייכל גענומען רעדן אַ ביסל שטילער.

ס’האָבן זיך באַפֿרײַט צװיי פּלעצער, האָבן מיר זיך אַװעקגעזעצט און ממשיך געװען מיטן שמועס. רבֿקה האָט מיר דערציילט אַז זי איז אַ גיורת און איך בין געפּלעפֿט געוואָרן.  דעמאָלט בין איך אַליין געװען אין גאַנג פֿון זיך מגייר זײַן! דער טאַטע אירער איז אַ ייִד, אָבער זי איז אויפֿגעװאַקסן פּראָטעסטאַנטיש. זי האָט זיך מגייר געװען אין באָראָ פּאַרק און דאָרטן, אָן קײן שום ייִדיש־לעקציעס, זיך אויסגעלערנט אַ „הײַמישן“ ייִדיש — סתּם דורכן וווינען צװישן חסידים!

איך האָב גלײַך דערפֿילט אַ נאָענטקייט צו איר. כ׳האָב באַשלאָסן צו זײַן אָפֿנהאַרציק מיט איר. אין אַ געװיסן מאָמענט, האָב איך כּלאַחר־יד אַרײַנגעװאָרפֿן אין שמועס אַרײַן „יאָ, װײַל דו װייסט…איך בין אַ פֿייגעלע….איך בין גיי.״

כ׳האָב געװאַרט אין שפּאַנונג אויף רבֿקהס רעאַקציע. זי האָט מיך אָנגעקוקט און פּלוצעם אויסגעשריגן — דאָרט אין מיטן אויטאָבוס, אויף ייִדיש: – און איך בין אַ לעסביאַנקע! איך האָב חתונה געהאַט מיט אַ קובאַנער ייִדישער פֿראָ – אַ „דזשובאַן“!

מיר האָבן זיך אָנגעקוקט, זיך צעלאַכט און זיך האַרציק אַרומגענעמען. דער שמועס איז געװאָרן נאָך לעבעדיקער און פֿריילעכער. רבֿקה האָט דערציילט אַז זי און איר װײַב, איװעט, זענען פֿרומע: זיי היטן שבת און האַלטן כּשר. צוליב דעם װאָס זי איז אַ חתונה־געהאַטע טראָגט זי דעם טורבאַן. כ׳בין געװען פֿאַרכאַפּט פֿון דער גאַנצער מעשׂה – אַ מעשׂה פּונקט אַזוי אויסטערליש װי מײַן אייגענע.

– מאַן ייִדיש איז זײַער שװאַך – זאָגט רבֿקה. – איך האָב גערעדט אַ גיטן ייִדיש פֿריִער אָבער יעצט האָב איך נישט מיט װעמען צי רעדן. מאַן װאַב רעדט נישט קאַ ייִדיש.

– נו, אפֿשר קענען מיר זיך טרעפֿן צו כאַפּן אַ שמועס אויף מאַמע־לשון? – לייג איך פֿאָר.

– יאָ, לאָמיר דוס טין!

– װוּנדערלעך! װוּ װוינסטו, רבֿקה?

– איך װוין אין סאַוט ביטש.

– איך אויך!

– אמת?! װי װוינסטי אין סאַוט ביטש?

– איך װוין אויף דער 13טער גאַס מיט מערידיען, לעבן פֿלאַמינגאָ פּאַרק. און דו?

– איך װוין אויף מערידיען און דער 11טער גאַס!

הייסט עס, אַז מיר זענען גאָר געװען שכנים – געװוינט סך־הכּל דרײַ בלאָק פֿון איינעם דעם צװייטן!

דער אויטאָבוס האָט פֿאַרלאָזט דאַונטאַון מיאַמי און האָט זיך גענומען פֿאָרן געשװינד איבער דעם מאַקאַרטער קאַזװיי – אַ בריק װאָס פֿאַרבינדט מיאַמי מיט מיאַמי ביטש. די גלאַנצנדיקע װאָלקן־קראַצערס װאָס באַשײַנען די מיאַמי הימל־ליניע זענען נעלם געװאָרן הינטער אונדז. הויכע פּאַלמענביימער זענען געשטאַנען לענג־אויס דעם קאַזװיי. אויף דער לינקער זײַט  – ריזיקע װילעס פֿון אינטערנאַציאָנאַלע גדולים און די מעגאַ־גבֿירים. אויף דער רעכטער זײַט, אַ ריי גיגאַנטישע קרייסערס געדאָקט אין דעם שטילן, בלויען װאַסער פֿון פּאָרט מיאַמי.

װען דער אויטאָבוס האָט זיך דערנענטערט צו סאַוט ביטש האָבן רבֿקה און איך זיך געגעבן איינס דעם אַנדערן די טעלעפֿאָן־נומערן. זי האָט געדאַרפֿט גיין אײַנקויפֿן און איז אַראָפּגעגאַנגען פֿון אויטאָבוס פֿאַר מיר. מיר האָבן זיך ווידער אַרומגענומען, און צוגעזאָגט אַז מיר װעלן זיך באַלד טרעפֿן.

בשעת דער אויטאָבוס איז אָפּגעפֿאָרן האָב איך אַרויסגעקוקט אויף רבֿקהן דורכן פֿענצטער – מיט איר גרויסן טורבאַן אויפֿן קאָפּ און איר לאַנגן לילאַ קאַפֿטאַן װאָס האָט לײַכט געפֿלאַטערט אינעם װינט.

כ׳האָב געקלערט צו זיך – אַזוי פֿיל צופֿאַלן אויף איין מאָל: אונדזער פֿאָרן מיטן אויטאָבוס אין דער זעלבער צײַט, אונדזער װאַרטן בײַם אויטאָבוס־אָפּשטעל צוזאַמען בשעת איך האַלט עפּעס אויף ייִדיש אין דער האַנט, דאָס וואָס זי איז אַ גיורת און איך האַלט אין מיטן זיך מגייר זײַן, ביידע גיי, און אַװדאי, ביידע רעדן מיר ייִדיש.

פֿון אָט דעם צופֿעליקן באַגעגעניש אין לאַ פּעקעניאַ האַװאַנאַ האָט זיך צעבליט אַ  טײַערע פֿרײַנדשאַפֿט. איך מיט רבֿקהן האָבן זיך יאָ געטראָפֿן צו שמועסן אויף מאַמע־לשון. בײַ רבֿקהן און איר װײַב איװעטן אין דער היים האָב איך צום ערשטן מאָל געפּראַװעט  אַן עכטן אָרטאָדאָקסישן שבת. מיט זיי האָב איך זיך דערװוּסט אַז צו זײַן פֿרום און גיי מוז נישט זײַן קיין סתּירה. כ’האָב אויכעט געהאַט דעם פֿאַרגעניגן צו פּראַװען מיט רבֿקהן און מיט אונדזער יייִדיש־רעדנדיקער חבֿרטע, רחל באָנדאַר, איר ערשטן „גיי־שטאָלץ“ סדר בײַם טעמפּל ישׂראל אין מיאַמי. רבֿקה איז געוואָרן אַ װיכטיקער טייל פֿון מײַן לעבן, סײַ װי אַ גיי ייִד, סײַ װי אַ ייִדישיסט.

אין פֿאַרלויף פֿון די יאָרן האָבן מיר זיך אָפֿט געזען ביזן טאָג װען מיר האָבן זיך באַגעגנט צום לעצטן מאָל, אין מײַ 2023. איך בין געװען בײַם פֿאַרלאָזן מיאַמי, מסתּמא אויף אייביק, און זיך אַריבערציִען צו די עלטערן אין מיסיסיפּי. מיר האָבן זיך געטראָפֿן אין אַ קובאַנער קאַפֿע אויף װאַשינגטאָן אַװעניו אין סאַוט ביטש. מיר האָבן זכרונעװעט, גערעדט װעגן אונדזערע לעבנס און אונדזערע שטרעבונגען פֿאַר דער צוקונפֿט. מיט רבֿקהן האָב איך שטענדיק געפֿילט „היימיש“.

נאָך דעם װאָס מיר האָבן זיך געזעגנט און זיך האַרציק אַרומגענומען, האָב איך געכאַפּט אַ לעצטן בליק אויף רבֿקהן, װי זי – מיט איר פֿלאַטערנדיקן פֿילפֿאַרביקן קאַפֿטן – פֿאַרשװינדן אינעם עולם פֿאַרבײַגייערס.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.