אַן אױפֿלעב פֿון ייִדיש־טעאַטער אין לאָנדאָן Yiddish theater returns to London
די פֿאָרשטעלונג „סודות פֿון דער לאָנדאָנער ייִדישער בינע‟ איז געװען אַ גלגול פֿון די אַמאָליקע קאַבאַרעטן.
דער ייִדישער טעאַטער אין לאָנדאָן האָט שוין אַ רײַכע געשיכטע, נאָר הײַיאָר האָט מען געזען סימנים אַז ער האָט אויך אַ מעגלעכע צוקונפֿט.
דער נײַער סעזאָן ייִדיש־טעאַטער, וואָס האָט זיך געענדיקט סוף מאַרץ, האָט באַוויזן צוצוציִען אַ גאַנץ גרויסן עולם אין ייִדישער קולטור־צענטער „יאָט־טאָפּלווע־דרײַ‟ (JW3). צווישן די ייִדישע פּיעסעס איז געווען אַן ענגלענדישער קאַבאַרעט און אַ מאָדערניסטישער פּיעסע־ציקל. מן־הסתּם ווייסן די פֿאָרווערטס־לייענערס אַז מע לעבט אַצינד איבער אַן אויפֿבלי פֿון ייִדיש־טעאַטער, ספּעציעל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ עס איז לעצטנס אויפֿגעפֿירט געוואָרן אַ נײַע פּיעסע פֿון מיכל יאַשינסקין. כאָטש אין ענגלאַנד איז די צאָל ייִדישע קולטור־טוערס אַ סך ווינציקער, זײַנען די שעפֿערישע אַמביציעס פֿאָרט גרויסע.
אָנגעהויבן האָט זיך דער סעזאָן מיט אַ זאַמלונג לידער און סקעטשן אונטער דעם טיטל „סודות פֿון דער לאָנדאָנער ייִדישער בינע‟, וווּ מע האָט געקענט פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון די אַמאָליקע קאַבאַרעטן אין ענגלאַנד, ווען דער המון־עם איז, מער פֿון אַלץ, געקומען אין טעאַטער כּדי צו לאַכן.
איידער די פּיעסע האָט זיך אָנגעהויבן האָט די היסטאָריקערין און אַרויסטרעטערין וויווי לאַקס דערקלערט ווי אַזוי ס׳פֿלעגט זיך אויפֿפֿירן דער אַלטצײַטישער ייִדישער עולם אין טעאַטער. דערבײַ האָט לאַקס פֿאָרגעלייענט די שפּאַסיקע עצות פֿונעם דעמאָלטיקן לאָנדאָנער שרײַבער אַ. מ. קײַזערן. יעדער אין עולם האָט געקראָגן אַ זײַט פֿון אַ צײַטונג, פֿון וועלכן מע האָט געקענט מאַכן פּאַפּירקוילן צו וואַרפֿן אויף דער בינע, ווען ס׳איז עמעצן נישט געפֿעלן געוואָרן אַ סקעטש צי ליד. צוליב דער בריטישער העפֿלעכקײט האָט דער איצטיקער עולם לכתּחילה זיך אַ ביסל געשײַעט, אָבער באַלד איז געקומען אַ סצענע מיט אַ באַבניק (געשפּילט פֿונעם אַמעריקאַנער אַקטיאָר שיין בייקער). מיטאַמאָל איז דער באַבניק באַוואָרפֿן געוואָרן מיט פּאַפּירקוילן און אויספֿײַפֿן — אַ סימן אַז דער אָוונט האָט מצליח געווען!
בייקער, וואָס איז דער דירעקטאָר פֿון דעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, האָט מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער אויך פֿאָרגעשטעלט ייִדישע לידער אויף אַן אונטערנעמונג אינעם אוניווערסיטעט קאָלעדזש־לאָנדאָן.
יעקבֿ גאָרדינס מײַסטערווערק „מירעלע אפֿרת“ — אויך באַקאַנט ווי „די ייִדישע קעניגין ליר‟ — איז געווען די צווייטע שפּיל פֿונעם סעזאָן. מע האָט עס פּרעזענטירט ווי אַ דראַמאַטישע פֿאָרלייענונג. גאָרדין (1853־1909) האָט זיך שטאַרק אַנטקעגן געשטעלט דעם אַזוי־גערופֿענעם שונדטעאַטער. פֿונדעסטוועגן שילדערט זײַן ווערק דעם טאָג־טעגלעכן רוטין. די מעלאָדראַמישע מאָמענטן וואָס קומען אַרויס דערפֿון, זענען גאַנץ סובטיל. די פּיעסע איז נישט קיין טראַגעדיע אָדער קאָמאָדיע, נאָר גיכער איראָניש געשטימט. די הצלחה פֿון דער פּיעסע פֿאַרלאָזט זיך אויף דער עפּאָנימישער העלדין, אַ ראָלע וואָס אַלע ייִדישע אַקטריסעס האָבן געהאָפֿט אַ מאָל צו שפּילן כּדי צו דעמאָנסטרירן זייער פֿעיִקייט. דאָ האָט קאַראָלײַן גרובער וווּנדערלעך געשפּילט די הויפּטראָלע, ווי אַ פּערזענלעכקייט וואָס איז סײַ בידנע סײַ מוראדיק. נישט קיין חידוש פאַר די מענטשן וואָס האָבן שוין געזען גרובערס שפּילן אין טאָם סטאָפּאַרדס וועלטבאַרימטער פּיעסע „לעאָפּאָלדשטאַדט‟.
דער סעזאָן האָט זיך געענדיקט מיט אַ וועלט־פּרעמיערע: „מרימל‟ פֿון טעאַ אַרצישעווסקאַ, נאָר וואָס איבערגעזעצט פֿון סאָניאַ גאָלאַנץ. אַרצישעווסקאַ איז געווען אַ מיטגלידערין פֿון די וואַרשעווער ליטעראַרישע קרײַזן, אַ פּראָטעזשע פֿון י. ל. פּרצן און אַ מיט־גרינדערין פֿונעם אַוואַנגאַרד־טעאַטער „אַזאַזעל‟. זי איז אָבער כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן אין פֿאַרגלײַך מיט אירע מיטצײַטלערס.
אין 1954 האָט „מרימל‟ געוווּנען דעם „י. ל. פּרץ פּריז פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס“ אָבער אַ פּנים האָט מען קיין מאָל נישט אויפֿגעפֿירט איר ווערק אויף דער בינע ביז איצט. די פּיעסע איז אַ ציקל פֿון 15 סצענעס, פֿאָרגעשטעלט אויף אַ פּאָעטישן און אַפֿילו דראַמאַטישן אופֿן. די מעשׂה קומט פֿאָר אין וואַרשע און אין די אַרומיקע פֿאַרלאָזטע שטעטלעך. אַ גרופּע קינדער מוזן זיך באַהאַלטן פֿון אומגעזעענע מערדערס און „זיך אויסהאַלטן פֿון טרערן“ און פֿאַנטאַזיעס.
איינע צווישן זיי, מרימל (שיין געשפּילט פֿון העלאָיִס לאָווענטאַל), רעדט מיט גראַמען, נבֿיאיש און ערלעך, וועגן דעם גיהנום אין וועלכן פּוילן איז מגולגל געוואָרן. דער גרויל וואָס די קינדער האָבן שוין אַדורכגעמאַכט ווערט קלאָר, ווען זיי נעמען זיך שפּילן אַ פּאָגראָמשפּיל. די אָ סצענע דערמאָנט אין אַלעקסאַנדער אַסקאָלדאָווס פֿילם „דער קאָמיסאַר‟ — אַן אַדאַפּטירונג פֿון וואַסילי גראָסמאַנס אַ מעשׂה, וווּ די פֿאַנטאַזיע־שפּילן פֿון קינדער נעמען אָן אַ גזלנישן כאַראַקטער בעת דער מלחמה־צײַט.
כאָטש די צוקוקער האָבן מסתּמא זיך געריכט אַז אַלע אויף דער בינע וועלן בלויז זיצן בעת די פֿאָרלייענונגען, האָבן די אַקטיאָרן (אונטער דער רעזשי פֿון לעאָ דאָלטאָן) געשפּילט דינאַמיש און מיט אימפּעט. דער אומגעריכטער טאַנץ אויף אַ פֿאַנטאַסטישער חתונה אין איין סצענע איז געווען אַ פֿײַנער ספּעקטאַקל. איך האָב שפּעטער געפֿרעגט בײַ גאָלאַנץ וואָס איז געווען די כּוונה דערפֿון.
„אַרצישעווסקאַס פּיעסע איז טיילווײַז אַן אָנדענק לזכּרון אַ פֿאַרשוווּנדענער ייִדישער ציוויליזאַציע,“ האָט גאַלאַנץ געענטפֿערט. „זי איז פֿול מיט ייִדישן פֿאָלקלאָר… [דער רעזשיסאָר לעאָ דאָלטאָן] האָט באַשלאָסן אַז ס׳איז וויכטיק אַרײַנצונעמען די טאַנץ־סצענע, און אַלס טאַנצערין און טאַנץ־געלערנטע האָב איך אים מיט פֿאַרגעניגן אונטערגעשטיצט, און אָנגעפֿירט מיט דער כאָרעאָגראַפֿיע.
„לויט דער ייִדישער טראַדיציע — האָט גאַלאַנץ צוגעגעבן — איז טאַנצן אַ סימבאָל פֿון פֿרייד, און די [חתונה־]סצענע איז אַ זעלטענע רגע ווען מע דערלויבט די קינדער סתּם צו זײַן פֿריילעכע קינדער.‟
לאָמיר האָפֿן אַז, אַחוץ דעם קומענדיקן פֿאָרלייענונג פֿון „מרימל‟ אין ניו־יאָרק (אין ייִוואָ, דעם 18טן אַפּריל), וועלן אין דער צוקונפֿט זײַן נאָך פֿאָרשטעלונגען פֿון דער פּרעכטיקער פּיעסע.
דאָס ברענגען ייִדיש־טעאַטער פֿאַר אַ ברייטן עולם האָט אין דעם פֿאַל געהייסן פֿאָרשטעלן פּיעסעס אויף ענגליש. אָבער די וואָס האָבן געוואָלט הערן מאַמע־לשון זײַנען נישט געווען אַנטוישט. תּמרה מיצנער און דוד שנײַדער האָבן אויסגעשפּילט אַ פּאָר סצענעס פֿון „מירעלע אפֿרת“ אין דער אָריגינעלער שפּראַך. מיצנער, וואָס האָט געשפּילט אין אַלע פֿאָרשטעלונגען, האָט מיר שפּעטער געזאָגט: „ס׳איז געווען אַ מחיה מיטצואַרבעטן מיט דוד שנײַדערן, וואָס האָט מיך געלערנט ווי אַזוי מע פֿירט אויף אַ פּיעסע ווי ס’איז אַמאָל געווען אויף דער לאָנדאָנער ייִדישער בינע.‟
שנײַדער איז באַקאַנט פֿאַר זײַן אַרבעט אין טעלעוויזיע אין ענגלאַנד אָבער אַחוץ דעם האָט ער אַ גוטן ייִחוס: זיידע־באָבע זײַנען געווען אַביש און קלאַראַ מײַזלס, זײַלן פֿון ייִדיש־טעאַטער אין לאָנדאָן, און ער אַליין געדענקט דעם אויפֿטריט פֿון דער לעגענדאַרישער אַקטריסע חנה צעלניקער אין דער ראָלע פֿון מירעלע אפֿרת. „דאָס — זאָגט מיצנער — איז די גאָלדענע קייט‟.
מיצנער און גאָלאַנץ האָבן שפּעטער אָנגעפֿירט אַ טעאַטער־וואַרשטאַט און געמוטיקט אָנטיילנעמערס צו דעקלאַמירן די רעפּליקן אויף ייִדיש. בערך צוואַנציק מענטשן האָבן זיך שוין פֿאַרשריבן ווי פֿרײַוויליקע אָנטיילנעמער אין אַ צוקונפֿטיקער טרופּע וואָס זאָל פֿאָרשטעלן ייִדיש־טעאַטער. עס וועלן אויך זײַן ענלעכע טעאַטער־וואַרשטאַטן (ווי אויך געזאַנג־, טאַנץ־ און מאַריאָנעט־וואַרשטאַטן) אויפֿן הײַיאָריקן ייִדיש־סוף־וואָך, פֿאַר וועלכן מע קען זיך נאָך רעגיסטרירן.
הגם דער טעאַטער־סעזאָן איז שוין פֿאַרבײַ, זעט אויס אַז ס’האָט זיך אָנגעהויבן אַ נײַער אַקט אינעם לעבן פֿון ייִדיש־טעאַטער אין ענגלאַנד. מײַנע דאַמען און הערן, בלײַבט זיצן און זעט וואָס קומט ווײַטער!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor