Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ מײַסטערישע נײַע אויפֿלאַגע פֿון עליע פֿאַלקאָוויטשעס אָנערקענטער ייִדישער גראַמאַטיק Masterful new edition of Elye Falkovitsh’s acclaimed work on Yiddish grammar

דאָס בוך באַשרײַבט דעם װיסנשאַפֿטלעכן און היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿונעם קרױנװערק פֿון סאָװעטישער ייִדישער לינגװיסטיק.

אין דער ביכער־סעריע „ייִדיש: אױסגאַבעס און פֿאָרשונגען“ בײַם פֿאַרלאַג פֿונעם דיסלדאָרפֿער אוניװערסיטעט איז אַרױס אַ נײַע אַקאַדעמישע אױפֿלאַגע פֿון עליע פֿאַלקאָװיטשעס בוך ״ייִדיש׃ פֿאָנעטיק, גראַפֿיק, לעקסיק און גראַמאַטיק״. די ערשטע פּובליקאַציע פֿונעם דאָזיקן בוך איז געװען אין 1940 אינעם מאָסקװער פֿאַרלאַג „דער עמעס“ און האָט זיך קונה־שם געװען װי אײנע פֿון די װיכטיקסטע שטודיעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך. (צום באַדױערן איז דער דאָזיקער טעקסט ניט צוטריטלעך אינעם עלעקטראָנישן פֿאָרמאַט).

די נײַע אױפֿלאַגע נעמט אַרײַן דעם טעקסט פֿון פֿאַלקאָװיטשעס מײַסטערװערק גופֿא, אױסגעזעצט לױטן ייִװאָ־אױסלײג, װאָס מאַכט דעם טעקסט באַקװעמער פֿאַרן הײַנטיקן לײענער. דערצו ווערט ער באַגלייט מיט װיכטיקע צוגאָב־מאַטעריאַלן.

װאָס פֿאַר אַ װערט האָט הײַנט די דאָזיקע אַלטע סאָװעטישע שטודיע? אױף דער דאָזיקער פֿראַגע ענטפֿערן די רעדאַקטאָרן פֿונעם בוך. אפֿרת גל־עד באַשרײַבט פֿאַלקאָװיטשעס לעבנסװעג און אַקאַדעמישע טעטיקײט; װאַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ באַטראַכט דעם אַלגעמײנעם שפּראַך־װיסנשאַפֿטלעכן גערעם פֿון זײַן גראַמאַטיק, בעת דאַריאַ װאַכרושאָװאַ ברענגט זײַן װערק אַרײַן אינעם קאָנטעקסט פֿון דער סאָװעטישער ייִדישער לינגװיסטיק. חוץ דעם, האָט פֿעדטשענקאָ פֿאַרפֿאַסט פּרטימדיקע לינגװיסטישע קאָמענטאַרן צו פֿאַלקאָװיטשעס טעקסט. שמעון נױבערג אַנאַליזירט אַלט־ייִדישע מקורים, װאָס פֿאַלקאָװיטש האָט גענוצט װי בײַשפּילן אין זײַן גראַמאַטיק.

די רעדאַקטאָרן באַטאָנען אין זײער הקדמה, אַז פֿאַלקאָװיטשעס גראַמאַטיק פֿאַרבלײַבט עד־היום צװישן „די װיכטיקסטע אײַנקוקביכער פֿאַר ייִדישער גראַמאַטיק“. חוץ דעם זעט מען אין דעם דאָזיקן װערק אַ היפּשן קולטורעל־היסטאָרישן װערט. אין די 1920ער־1930ער יאָרן האָבן זיך די ייִדישע שפּראַך-פֿאָרשונגען אין סאָװעטן-פֿאַרבאַנד אַנטװיקלט אינעם ברײטערן טעאָרעטישן גערעם פֿון פֿאָרמאַליזם. מען האָט באַטראַכט ייִדיש פֿונעם פֿאַרגלײַכיקן שטאַנדפּונקט װי אַ שפּראַך גלײַך מיט  אַנדערע.

די טעאָרעטישע שיטה פֿון ייִװאָ, להיפּוך, האָט באַטאָנט די אײנגאַרטיקײט פֿון ייִדיש און ספּעציעל די אונטערשײדן צװישן ייִדיש און אַנדערע לשונות, בפֿרט דײַטשיש. מאַקס װײַנרײַך האָט באַטראַכט ייִדיש װי אַן אײגנאַרטיקע שמעלצשפּראַך, װאָס איז אַנטשטאַנען  װי אַ פּועל־יוצא פֿונעם ייִדישן גלות. פֿאַלקאָװיטש האָט דערמיט ניט מסכּים געװען: „דאָס, װאָס ייִדיש איז אױפֿגעקומען װי אַ געמיש פֿון אַ רײ פֿאַרשײדענע שפּראַכן, דאַרף מען ניט אױפֿנעמען װי עפּעס אַן אױסטערלישע דערשײַנונג, אַ ספּעציפֿיש ייִדישע.“ פֿעדטשענקאָ באַמערקט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע סאָװעטישע פֿאָרשער, האָט פֿאַלקאָװיטש זיך קײן מאָל ניט אַרײַנגעלאָזט אין ביטערע מחלוקתן מיט די לינגװיסטן פֿון ייִװאָ.

אַנדערש פֿון דער ייִװאָ־שיטה איז אױך געװען פֿאַלקאָװיטשעס צוגאַנג צו דער גראַמאַטיק. יודל מאַרקס „גראַמאַטיק פֿון דער ייִדישער כּלל־שפּראַך“ איז נאָרמאַטיװ: ער גיט דעם לײענער גראַמאַטישע כּללים פֿאַר רעדן און שרײַבן דעם „ריכטיקן“ ייִדיש. פֿאַלקאָװיטשעס צוגאַנג צו ייִדיש איז דעסקריפּטיװ. ער ציט צונױף פֿאַרשײדענע דיִאַלעקטישע װאַריאַנטן און שאַצט ניט אָפּ זײער קװאַליטעט פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿונעם נאָרמאַטיװן כּלל־שפּראַך.

אַװדאי דאַרף מען דאָ נעמען אין באַטראַכט אױך דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט. די סאָװעטישע לינגװיסטן האָבן געאַרבעט פֿאַרן חורבן, װען ייִדיש האָט נאָך געלעבט אין פֿאַרשײדענע טײלן פֿון מזרח־אײראָפּע און באַשטאַנען פֿון אַ היפּשער צאָל דיִאַלעקטישע װאַריִאַציעס. װען מאַרק האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן גראַמאַטיק אין 1978, איז ייִדיש געװען די שפּראַך פֿון דער שארית-הפּליטה, און די אױפֿגאַבע פֿון ייִדישע לינגװיסטן איז געװען צו פֿאַרפֿיקסירן די „כּלל־שפּראַך“ כּדי זי אָפּצוהיטן פֿאַר קומעדיקע דורות. זײ האָבן זיך געהאַלטן ניט פֿאַר די באַשרײַבער, נאָר פֿאַר די שומרים פֿון ייִדיש.

מען דאַרף ספּעציעל אָפּמערקן פֿעדטשענקאָס פּרטימדיקע קאָמענטאַרן צו פֿאַלקאָװיטשעס בוך. אָנגעשריבן אױף אַ שײנעם ייִדיש, שאַפֿן זײ אַ נוצלעכן היסטאָריש־טעאָרעטישן הינטערגרונט צו דעם אָריגינעלן טעקסט. זײער כּװנה איז אַ צװײענדיקע: ראשית, אַרײַנצושטעלן פֿאַלקאָװטישעס גראַמאַטיק אינעם ברײטערן שפּראַך־װיסנשאַפֿטלעכן קאָנטעקסט, בפֿרט פֿון דער סאָװעטישער שיטה פֿון לינגװיסטיק, און צװײטנס, ברענגען פֿאַלקאָװיטשן אין אַ דיִאַלאָג מיט אַנדערע פֿאָרשונגען פֿון ייִדישער גראַמאַטיק, „װאָס קענען באַרײַכערן פֿאַלקאָװיטשעס מאַטעריאַל,“ שרײַבט פֿעדטשענקאָ.

עליע פֿאַלקאָװיטש איז געבױרן געװאָרן אין 1898 אין דער שטאָט האָמליע אין בעלאַרוס און האָט שטודירט פֿילאָלאָגיע אינעם מאָסקװער אוניװערסיטעט. זײַן גאַנץ לעבן איז ער געװען אַ ייִדיש־לערער. ביז סוף-1930ער יאָרן האָט ער געלערנט ייִדיש אינעם קאָמוניסטישן אוניװערסיטעט פֿאַר נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן פֿון מערבֿ, וואָס די ייִדיש־רעדער האָבן גערופֿן „מערבֿקע“. אינעם ייִדישן אָפּטײל בײַ דעם מאָסקװער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט האָט ער געלערנט די מעטאָדיק פֿון לערנען ייִדיש. אין יענער צײַט האָט פֿאַלקאָװיטש פֿאַרעפֿנטלעכט שטודיעס װעגן דער ייִדישער שפּראַך און לערנביכער פֿון ייִדיש.

אין 1937 איז ער געװאָרן אַ קרבן פֿון אַ שאַרפֿער קריטיק מצד זײַנע קאָלעגעס פֿאַר זײַנע „בורזשואַזנע נאַציאָנאַליסטישע“ אידעאָלאָגישע „חטאָים“. מיט אַ יאָר שפּעטער האָט מען פֿאַרמאַכט אָט דעם דאָזיקן אָפּטײל. אָבער פֿאַלקאָװיטש האָט געהאַט אַ גוטן מזל. ער האָט ניט נאָר אױסגעמיטן די רדיפֿות פֿונעם סטאַליניסטישן טעראָר, נאָר אַפֿילו באַקומען אַ רעדאַקטאָר־שטעלע אינעם מאָסקװער ייִדישן פֿאַרלאַג „דער עמעס“. אינעם דאָזיקן פֿאַרלאַג איז אין 1940 אַרױס זײַן גראַמאַטיק.

דעם צװעק פֿון זײַן אױפֿטו האָט פֿאַלקאָװיטש פֿאָרמולירט אַזױ: „שאַפֿן אַ גראַמאַטיק, װאָס זאָל זײַן װיסנשאַפֿטלעך געבױט, װאָס זאָל זײַן מעטאָדיש צוזאַמענגשעטעלט, און װאָס זאָל געבן דאָס, װאָס ס׳איז נײטיק אױף צו באַנעמען די קולטורשפּראַך און אױף צו אַנטװיקלען שפּראַכקולטור.“ װי עס שרײַבט פּראָפֿעסאָר גל־עד, איז דאָס געװען די לעצטע גרױסע מאָנאָגראַפֿיע פֿון דער סאָװעטיש־ייִדישער שפּראַך־װיסנשאַפֿט. עס איז מערקװירדיק, װאָס די נאַציסטן האָבן געהײסן זעליק קלמנאָװיטש איבערזעצן פֿאַלקאָװיטשעס גראַמאַטיק אױף דײַטשיש אינעם װילנער געטאָ אין 1942.

באַלד נאָך דעם אָנפֿאַל פֿון דײַטשלאַנד אױף דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אין 1941 איז פֿאַלקאָװיטש פֿרײַװיליק אַרײַן אין דער רױטער אַרמײ. ער האָט געקעמפֿט אױפֿן פֿראָנט העכער װי צװײ יאָר, ביז ער איז פֿאַרװוּנדיקט געװאָרן און באַפֿרײַט געוואָרן פֿון מיליטער־דינסט. װעגן זײַנע העלדישע טאַטן האָט געשריבן דער רוסיש־ייִדישער זשורנאַליסט איליאַ ערענבורג אין דער צענטראַלער רוסישער אַרמײ־צײַטונג.

אין 1943 האָט „דער עמעס“ װידער אָנגעהױבן אַרױסגעבן ביכער, און פֿאַלקאָװיטש האָט זיך אומגעקערט צו זײַן רעדאַקטאָרישער אַרבעט. ער האָט פֿאַרלױרן זײַן שטעלע נאָך אײדער דער פֿאַרלאַג איז פֿאַרמאַכט געװאָרן אין 1948, אָבער מען האָט אים ניט אַרעסטירט אין דער כװאַליע פֿון אַנטי־ייִדישע רדיפֿות סוף־1940ער יאָרן. ביז 1960 האָט ניט ער, און ניט זײַן פֿרױ געקענט קריגן קײן שטענדיקע אַרבעט. ערשט אין 1961 באַקומט וואָלקאָװיטש אַ מעגלעכקײט װידער צו דרוקן זײַנע ייִדישע װערק אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אינעם נײַעם זשורנאַל „סאָװעטיש הײמלאַנד“.

די נײַע אױפֿלאַגע פֿון פֿאַלקאָװיטשעס מײַסטערװערק איז ממש אַ מאָנומענטאַלער אױפֿטו, אַ פּועל־יוצא פֿונעם קאָלעקטיװן מי פֿון עטלעכע פֿאָרשער. באַגלײַך מיט די נײַע װערטערביכער פֿון ייִדיש, װעט דאָס דאָזיקע בוך װערן אַ מוזמיטל פֿאַר לערנען ייִדיש און אַ װיכטיקער מקור פֿאַר װײַטערע פֿאָרשונגען פֿון דער ייִדישער קולטור־געשיכטע.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.