אוידיאָ: די באָבע זינגט דעם פּסחדיקן פּיוט „חסל סדור פּסח“Audio: My grandmother singing the Passover hymn ‘Chasal siddur pesach’
דעם מחברס באָבע, פֿייגע לאַופֿמאַן, האָט געהערט דאָס ליד בײַ איר טאַטן, אַ בעל־תּפֿילה פֿון דילאַטין, מיזרח־גאַליציע
לכּבֿוד פּסח, און אפֿשר נישט צופֿעליק דווקא הײַיאָר, האָב איך זיך דערמאָנט אַז מיט 35 יאָר צוריק, פֿאַר פּסח תשמ״ט (1989), האָב איך רעקאָרדירט מײַן באָבע פֿייגע לאַופֿמאַן ע״ה: זי האָט געזונגען „חסל סדור פּסח“ און דערציילט אַ פּאָר זכרונות פֿונעם יום־טובֿ אין די מלחמה־יאָרן. איר זכּרון איז דעמאָלט שוין געווען שוואַך און איך האָב פֿאַרשטאַנען אז דאָס איז די לעצטע מינוט – אם לא עכשיו, אימתּי. אַ סך טאַשמעס פֿון יענע יאָרן האָב איך אַרויסגעוואַרפֿן, אָבער די קאַסעטע איז געבליבן און דערוואַרט, ביז איך האָב עס איצט דיגיטאַליזירט.
דעם ניגון פֿון „חסל סדור פּסח“ האָט די באָבע געהערט פֿון איר טאַטן דעם בעל-תּפֿילה, אָשר-זעליג פּלאַץ ע״ה, וואָס איז געבוירן געוואָרן אַרום 1870 אין דילאַטין (מזרח-גאַליציע), געוואַנדערט קיין קימפּולונג אין בוקאָווינע און אומגעבראַכט געוואָרן אין טראַנסניסטריִע. אַלע יאָרן האָט מײַן באָבע פֿייגע, נאָך דער סעודה, געזונגען איר טרויעריקן ניגון פון „חסל סדור פּסח“, און דערנאָך האָבן מיר אַלע געזונען אין איינעם דעם באַקאַנטן פֿריילעכן ניגון פֿון אָט די ווערטער, וואָס פּאַסט בעסער כּלומרשט פֿאַר די ווערטער – ס’איז טאַקע פֿריילעך וואָס מיר האָבן זוכה געווען צו פּראַווען דעם סדר.
דעם אמת געזאָגט, האָט קיינער זיך נישט געחידושט אַז מײַן באָבעס ניגון איז אַזוי טרויעריק. מײַן באָבע פֿייגע אַליין איז געווען בדרך-כּלל ערנסט און מעלאַנקאָליש, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ קריג-אַלמנה. ווען מען האָט דעפּאָרטירט איר מאַן, מײַן זיידע בנימין ע”ה, פֿון אַנטווערפּן קיין אוישוויץ, איז זי געווען בסך־הכּל 34 יאָר אַלט, געבליבן אַליין מיט פיר קינדערלעך (צווישן זיי — מײַן מאַמע), און געהאָרעוועט טעג און נעכט כּדי זיי צו האָדעווען.
נאָך דעם ניגון דערציילט ווײַטער די באָבע: „אין דער מלחמה, 1944-1942, פּסח, איז מיר געווען מרור, איך האָב געהאָט מרור. די קינדער זענען נישט געווען אין דער היים, זיי זענען געווען אַוועקגעגעבן, און איך האָב נישט געוווּסט צי איך וועל זיי אַמאָל זען אין מײַן לעבן.“ אין דער רעקאָרדירונג רעדט די באָבע ייִדיש, הגם מיר האָבן גערעדט צווישן זיך פֿראַנצייזיש, און איך האָב דעמאָלט נאָך נישט געקאָנט ייִדיש. ווײַזט זיך אויס אַז איך האָב דווקא יאָ פֿאַרשטאַנען אירע רייד, ווײַל איך שטעל פֿראַגעס (אין עבֿרית צי אין פֿראַנצייזיש), אַ סימן אַז איך ווייס וועגן וואָס עס האַנדלט זיך. אַגבֿ, זי רעדט אַרויס ייִדיש גאָר קלאָר, און באַנוצט אַ רײַכע שפּראַך, ווי זי וואָלט געוווּסט אַז עס וועט קומען אַ צײַט ווען איך וועל איר לשון פֿאַרשטיין און שעצן.
באָבע פֿייגע האָט מיר געלערנט דעם ניגון, און יעדן סדר האָב איך טאַקע געזונגען איר „חסל סדור פּסח“. די אַלע יאָרן האָב איך אַזאַ ניגון נישט געהערט, און כ’האָב דווקא יאָ געזוכט עטלעכע נוסחאָות דערפֿון, ווי למשל דאָ:
איך שטעל מיך פֿאָר אַז ווי אַ גאַליציאַנער איז זיידע אָשר-זעליג געווען אַ חסיד, און אַזוי אַרום האָב איך געזוכט אַן ענלעכע ניגון אין פֿאַרשיידענע חסידישע הויפֿן – אומזיסט. ביז לעצטנס האָט די פֿרוי פֿון מײַנער אַ פּלימעניק, מוריה, מיר דערציילט וועגן איר זיידנס ניגון פֿון „חסל סדור פּסח“, וואָס איז אייגנטלעך נישט פֿריילכער פֿון מײַן באָבעס ניגון. זי האָט מיר צוגעשיקט זײַן רעקאָרדירונג, און כאָטש די ביידע ניגונים זײַנען נישט אידענטיש, זײַנען די הויפּט-מאָטיוון גאָר ענלעך, למשל דאָס וואָס מע חזרט איבער דאָס וואָרט „זכינו“ אין אַזאַ דערהייבונג. אויך פֿונעם געאָגראַפֿישן שטאַנדפּונקט איז מעגלעך אַז די ביידע ניגונים שטאַמען פֿון איין מקור, ווײַל איר זיידע קומט אויך פֿון גאַליציע. ווער ווייסט, עס קאָן זײַן אַז מײַן באָבעס ניגון האָט געפֿונען אַ קרובֿ. צי ווייסט עמעצער פֿון די לייענערס מער פּרטים וועגן דעם?
הײַיאָר, אין אַ צײַט פֿון קריג, ווען מען איז בצרה ובשבֿיה, פֿרעגן זיך אַ סך ישׂראלים, ווי קאָן מען פּראַווען דעם סדר ווי געהעריק און זינגען פֿריילעכע ניגונים? אין אַזוינע צײַטן איז אפֿשר דווקא דער ניגון פּאַסיקער ווי די אַנדערע.
אָט איז דער טעקסט פֿון „חסל סדור פּסח“ באַגלייט מיט דער ייִדישער איבערזעצונג:
חֲסַל סִדּוּר פֶּסַח כְּהִלְכָתוֹ,
כְּכָל מִשְׁפָּטוֹ וְחֻקָתוֹ.
כַּאֲשֶׁר זָכִינוּ לְסַדֵּר אוֹתוֹ,
כֵּן נִזְכֶּה לַעֲשׂוֹתוֹ.
זָךְ שׁוֹכֵן מְעוֹנָה,
קוֹמֵם קְהַל עֲדַת מִי מָנָה.
בְּקָרוֹב נַהֵל נִטְעֵי כַנָּה
פְּדוּיִם לְצִיּוֹן בְּרִנָּה.
איבערזעצונג:
ס’איז פאַרענדיקט דאָס אָפּריכטן דעם סדר ווי דער דין איז. אַזוי ווי מיר האָבן איצט זוכה געווען אָפּצוריכטן דעם סדר, אַזוי זאָלן מיר אויך זוכה זײַן צו ברענגען דעם קרבן פּסח. הייליקער גאָט אין הימל, ריכט אויף דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון זײַן דערנידערונג. פֿיר צוריק באַלד און גיך דיינע אויסגעלייזטע קינדער קיין ציון מיט געזאַנג (איבערגעזעצט פֿון ה. פֿינקעלשטיין אין זײַן הגדה אויף ייִדיש)
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor