ווידעאָ: אַן אינטערוויו אויף ייִדיש מיט דער באָבען פֿון עומר ווענקערט, אַ פֿאַרכאַפּטן אין עזה Video: A Yiddish interview with the grandmother of Gaza hostage Omer Wenkert
צו לייענען דעם טעקסט פֿונעם אינטערוויו גיט אַ קוועטש דאָ.
דעם אינטערוויו וואָס איר זעט דאָ האָבן מיר געמאַכט מיט קנאַפּ אַ חודש צוריק. נאָך אַ חודש מער וואָס דער יונגער פֿאַרכאַפּטער ישׂראלי עומר (אָמער) ווענקערט מאַכט דורך אין דער אַכזריותדיקער כאַמאַס-געפֿאַנגענשאַפֿט.
אין גדרה (געדעראַ) האָבן מיר זיך געטראָפֿן מיט זײַן באָבע צילי ווענקערט, אַ לעבן-געבליבענע נאָכן חורבן, פֿון דער בוקאָווינע.
אינעם ווידעאָ דערציילט זי אויף איר היימיש „טאָטע-מאָמע-לשון“ וועגן דעם שרעקלעכן 7טן אָקטאָבער, ווען די משפּחה האָט זיך דערוווּסט דורך אַ כאַמאַס-פֿילם אַז עומר איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן בעת דער נאָוואַ-מסיבה אין דרום-ישׂראל. זי רעדט וועגן דער מורא און זאָרג וואָס פּײַניקן טאָג אײַן טאָג אויס די משפּחה; וועגן די גרוסן פֿון עומרן וואָס אַ באַפֿרײַטער האָט מיטגעברענגט פֿון עזה; וועגן דעם כּסדרדיקן אַקטיוויזם פֿון עומרס טאַטע-מאַמע, וואָס מיִען זיך אין ישׂראל און אויסלאַנד אומדערמידלעך פֿאַר זײַן באַפֿרײַונג, און וועגן דער צעריסנקייט צװישן האָפֿענונג און שׂכל.
צילי ווענקערט האָט די טעג געדאַרפֿט זײַן אין פּוילן. נעכטן, ווען מען האָט אין ישׂראל און אין די תּפֿוצות אָפּגעמערקט דעם געדענקטאָג נאָכן חורבן, האָט זי זיך געזאָלט באַטייליקן אין דעם יערלעכן ׳מאַרש פֿון די לעבעדיקע׳ און אויף דער צערעמאָניע אין אוישוויץ-בירקענוי דערמאָנען אין איר טאָפּעלן חורבן, אין עומרס ביטערן גורל און אין דער נייטיקייט אומצוקערן אים מיט אַלע אַנדערע פֿאַרכאַפּטע.
לסוף האָבן אויסגעפֿעלט די כּוחות טאַקע צו פֿאָרן אַהין…
לאָמיר שוין אַלעמען זען צוריק אין דער היים!