נאָך צוויי בענד פֿונעם נישט־פֿאַרענדיקטן „גרויסן ייִדישן ווערטערבוך“ זײַנען איצט צוטריטלעך אָנלײַןTwo more volumes of the uncompleted Great Yiddish Dictionary are now online
דער פֿיפֿטער און זעקסטער באַנד נעמען אַרײַן די אותיות „ב“, „ג“, „ד“ און „ה“
מזל־טובֿ! ס’איז אַ שׂימחה בײַ ייִדן: דער פֿיפֿטער און זעקסטער באַנד פֿונעם „גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך“, וואָס זײַנען געלעגן נישט־פֿאַרענדיקט 35 יאָר און זײַנען במילא קיין מאָל נישט געדרוקט געוואָרן, זײַנען איצט מיט מזל צוטריטלעך געוואָרן אויף אַן אייגענער וועבזײַט.
די ערשטע פֿיר באַנד זענען שוין פֿון לאַנג דיגיטאַליזירט געוואָרן דורכן ייִדישן ביכער צענטער אין אַמהערסט.
דער „גרויסער ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך“ איז געווען דער גרעסטער און אַמביציעזסטער פּראָיעקט פֿון דער ייִדישער וויסנשאַפֿט, מיטן ציל אַרײַנצונעמען אַלע ווערטער פֿון אַלע דיאַלעקטן און אַלע תּקופֿות פֿון דער ייִדישער שפּראַך. די אַרבעט האָט זיך אָנגעהויבן אין 1952 און אַרײַנגעצויגן הונדערטער מיטאַרבעטערס און פֿרײַוויליקע. ביז 1980 זײַנען אַרויס פֿיר גרויסע בענד מיט אַן ערך 80,000 ווערטער־איינסן. אין די 1980ער יאָרן איז די אַרבעט ווײַטער אָנגעגאַנגען — ביז דאָס געלט איז אויסגעגאַנגען און דער פּראָיעקט האָט זיך געמוזט אָפּשטעלן. אַ ביסל מער וועגן דער געשיכטע פֿונעם „גרויסן ווערטערבוך“ און וועגן די מחלוקותן צווישן די ערשטע רעדאַקטאָרן קען מען לייענען דאָ.
און אָט איז אַן אינטערעסאַנטער צופֿאַל: די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען די פּרעמיערע פֿון אַן אָפּערע אויף ענגליש וועגן דעם פּראָיעקט, באַטיטלט The Great Dictionary of the Yiddish Language. דאָס אַליין קען נאָך צוציִען אַ סך מער אינטערעס צו דעם טרויעריקן גורל פֿון דעם נישט־פֿאַרענדיקטן ווערטערבוך.
דער שבֿח פֿאַרן אַרויסלאָזן די מאַטעריאַלן פֿונעם פֿיפֿטן און זעקסטן באַנד פֿונעם „גרויסן ווערטערבוך“ קומט צוויי לאַנג־יאָריקע ייִדישע לעקסיקאָגראַפֿן: דמיטראָ (מאָטל) טישטשענקאָ און פּראָפֿ’ וואָלף מאָסקאָוויטש. מאָסקאָוויטש האָט געדינט ווי איינער פֿון די רעדאַקטאָרן פֿונעם גרויסן ווערטערבוך אין די 1980ער יאָרן. נאָך דעם ווי דאָס געלט איז אויסגעגאַנגען און די אַרבעט האָט זיך אָפּגעשטעלט, האָט ער געטרײַ אויפֿגעהיט אַלע מאַטעריאַלן, אַרײַנגערעכנט די מאַנוסקריפּטן פֿונעם פֿיפֿטן און זעקסטן באַנד, אויפֿן קאַמפּוס פֿונעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים. דאָרט ליגן זיי ביזן הײַנטיקן טאָג אין אַ פֿאַרשלאָסענעם צימער.
מאָטל טישטשענקאָ איז אַליין דער מחבר פֿון עטלעכע ייִדישע ווערטערביכער: אַ ייִדיש־רוסישן, אַ ייִדיש־אוקראַיִנישן, און אַ סך אַ גרעסערן, וואָס איז נאָך נישט אַרויס אין בוכפֿאָרעם. זײַן אַרבעט איז אַ וויכטיקער צוגאָב און דערגאַנצונג צו אונדזערע אַנדערע ווערטערביכער, ווײַל ער האָט זיך קאָנצענטרירט אויף דער סאָוועטיש־ייִדישער ליטעראַטור, וואָס מע האָט נישט געלייגט גענוג אַכט דערויף אין דער מערבֿ־וועלט. טישטשענקאָ האָט סקאַנירט די טיפּאָסקריפּטן פֿון די צוויי בענד און געשאַפֿן אַ וועבזײַט, וווּ מע קען זיי איצט לייענען און אַראָפּלאָדן פֿאַרן אייגענעם באַנוץ.
די בענד נעמען אַרײַן די אותיות „ב“, „ג“, „ד“ און „ה“ — מיט געוויסע וויכטיקע בלויזן: טיילן פֿונעם מאַנוסקריפּט וואָס פֿעלן. (למשל, אַלע ווערטער מיטן פּרעפֿיקס דער־ זײַנען נישטאָ.) דאָס אַרויסגעבן דעם נײַעם מאַטעריאַל איז וויכטיקער אויפֿטו, ווײַל ביז אַהער האָט מען געמוזט זיך באַנוגענען מיט נאָר איין אות, „א“. דער נײַער מאַטעריאַל איז ריזיק: די טיפּאָסקריפּטן ציילן איבער 22,000 זײַטן! איין סיבה פֿאַר וואָס מע האָט דעם פֿיפֿטן און זעקסטן באַנד נישט געקענט דרוקן בשעתּם איז געווען דאָס כּמות אַליין: דער פֿאַרלאַג האָט זיך אָפּגעזאָגט צו דרוקן אַזעלכע ריזיקע בענד. אָבער הײַנט, ווען מיר לייענען אַ סך ביכער אין אַ דיגיטאַלישן פֿאָרמאַט, איז דאָס כּמות נישט קיין מניעה.
צוליב דעם וואָס מע האָט די דאָזיקע בענד קיין מאָל נישט דורכרעדאַקטירט און אויסגעבעסערט, זעט מען אויף די זײַטן קאָמענטאַרן און אויסבעסערונגען פֿון די רעדאַקטאָרן, אויסגעשטראָכענע שורות, און אַפֿילו שטיקלעך קלעפּ־צעלאָפֿאַן וווּ מע האָט צונויפֿגעקלעפּט דאָס פּאַפּיר. די זײַטן זײַנען נאָך נישט „לייענעוודיק“ דורך OCR, און דאָס הייסט, אַז מע דאַרף זוכן מיטן אויג. אָבער דער וואָס זוכט אַ וואָרט אינעם גרויסן ווערטערבוך איז סײַ ווי דער סאָרט לייענער וואָס האָט געדולד צו זוכן. געוויינטלעך האָט יענער לייענער שוין פֿריִער אַרײַנגעקוקט אין עטלעכע אַנדערע ווערטערביכער און נישט געפֿונען.
דער לאַנג־יאָריקער הויפּט־רעדאַקטאָר, יודל מאַרק, האָט געשטרעבט אַרײַנצונעמען אַלע ווערטער פֿון אַלע צײַטן, וואָס מע האָט ווען עס איז געניצט אויף ייִדיש, אַפֿילו גאָר זעלטענע און פּאָטענציעלע ווערטער. צום סוף, האָט ער גערעכנט, אַז זײַן ווערק וועט אַרײַננעמען אַרום 250,000 ווערטער־איינסן און אָנפֿילן 12 אָדער 13 גרויסע בענד. הונדערטער „זאַמלערס“ איבער דער וועלט, אַרײַנגערעכנט אָנגעזעענע שרײַבערס, האָבן אַרײַנגעשיקט ציטאַטן פֿון דער ליטעראַטור, וואָס דאָס האָט געדינט ווי דער יסוד פֿאַר די ווערטערבוך־אַרטיקלען. דערפֿאַר האָבן די נײַע בענד אַ גרויסן ווערט אַפֿילו אין זייער נישט־רעדאַקטירטן מצבֿ. עס איז אויך אַ יושר, אַז די ריזיקע אַרבעט, וואָס די מיטאַרבעטערס האָבן אַרײַנגעלייגט אינעם פּראָיעקט, זאָל נישט גיין אין ניוועץ. ספּעציעל דאַרף מען דערמאָנען צום גוטן צוויי מיטאַרבעטערס: שאול פֿערדמאַן, וואָס האָט טאַקע אָנגעשריבן די מערסטע ווערטערבוך־אַרטיקלען (אפֿשר 90%), און אויך יוסף גורי. ס’איז אַ שאָד וואָס פֿערדמאַן און גורי האָבן נישט דערלעבט צו זען ווי זייער אַרבעט ווערט פּובליקירט כאָטש אויף אַ דיגיטאַלישן אופֿן.
עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל אָנצונעמען נאָך עטלעכע ווײַטערע שריט, וואָס קענען גרינג פֿאַרגרעסערן דעם ווערט פֿון די נײַע מאַטעריאַלן. געוויסע פֿעלדניקע טיילן פֿונעם מאַנוסקריפּט קען מען מסתּמא געפֿינען אינעם ייִוואָ־אַרכיוו. אינעם ייִוואָ־סקלאַד אין ניו־דזשערסי, למשל, האָב איך אַ מאָל געזען ווערטערבוך־צעטעלעך מיט גלאָסן אויף ענגליש. אין די 1980ער יאָרן איז געווען אַ פּלאַן, אַז די ווײַטערע בענד זאָלן אַרײַננעמען גלאָסן אויף ענגליש און העברעיִש, כּדי מער לייענערס זאָלן קענען האָבן אַ נוצן דערפֿון. יענע צוגאָב־מאַטעריאַלן וואָלט מען רעלאַטיוו גרינג געקענט סקאַנירן און צוגעבן — מיטן דערלויבעניש פֿון ייִוואָ.
כאָטש די טיפּאָסקריפּטן זײַנען נישט אַזוי קלאָר געדרוקט ווי אַ בוך, וואָלט מסתּמא נישט געווען אוממעגלעך צו ניצן אַסף אוריעליס OCR-פּראָגראַם “יאָכרע”, כּדי צו שאַפֿן אַ דיגיטאַלישע ווערסיע. פּונקט אַזוי האָט ער געמאַכט מיט די ערשטע פֿיר בענד (ווי מיט אַלע ביכער בײַם ייִדישן ביכער־צענטער). מע קען צונויפֿלייגן אַלע בענד אין איין טעקע און מאַכן גרינגער צו זוכן (אַזוי ווי איך האָב געטאָן מיט די ערשטע בענד דאָ.)
מע קען אויך ספּעקולירן וועגן ווײַטערדיקע מעגלעכקייטן: די דאָזיקע טיפּאָסקריפּטן זײַנען נישט רעדאַקטירט און זיי האָבן אין זיך טעותן. אפֿשר וואָלט מען געקענט געפֿינען גענוג געלט אָדער פֿרײַוויליקע, כּדי צו לייענען קאָרעקטור? טישטשענקאָ חלומט אַפֿילו וועגן פֿאַרענדיקן דעם פּראָיעקט און וויצלט זיך, אַז ער וועט זיך נעמען דערצו וויבאַלד ער וועט אַרויסגיין אויף פּענסיע. דערווײַל קענען מיר זיך פֿרייען מיט זײַן איצטיקן, באמת גרויסן אויפֿטו.
שייכותדיקע אַרטיקלען:
סטוטשקאָוו און דער גרויסער ווערטערבוך
Opera brings to life the little-known story of the Great Yiddish Dictionary
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO