Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

האָט דער ייִדישער פּאָעט מאָריס ווינטשעווסקי אינספּירירט אַן אירלענדישן רעוואָלוציאָנער?Was this Irish revolutionary inspired by Yiddish poet Morris Winchewsky?

דזשיימס קאָנאָליס ענגליש ליד „די רויטע פֿאָן“ איז ענלעך אויף ווינטשעווסקיס ייִדיש ליד מיטן זעלבן נאָמען

זיך גריבלענדיק אין דער געשיכטע פֿון אַמאָליקע סאָציאַליסטישע טוער, האָב איך נישט לאַנג צוריק אַנטדעקט נײַע פֿאַרבינדונגען צווישן דעם באַרימטן אירלענדישן רעוואָלוציאָנער דזשיימס קאָנאָלי (1868 – 1916), ייִדן און ייִדיש.

אין אירלאַנד איז קאָנאָלי אַלעמען באַקאַנט ווי אַ העלד, אַ מנהיג פֿונעם „פּאַסכע־אויפֿשטאַנד‟ אין אַפּריל 1916, ווען די אירלענדישע אויפֿשטענדלער האָבן געפּרוּווט זיך באַפֿרײַען פֿון דער בריטישער מאַכט. אַזוי ווי אַ ריי אַנדערע אויפֿשטענדלער, איז קאָנאָלי אומגעקומען, נאָר יענע געשעענישן האָבן דווקא גורם געווען די אירלענדישע מלחמה פֿאַר אומאָפּהענגיקייט, וועלכע איז געלונגען אין 1922.

קאָנאָלי איז געווען אַ סאָציאַליסטישער טוער און דענקער; זײַנע געדאַנקען זענען אין אַ סך אַספּעקטן ענלעך צו אַזעלכע ייִדישע רעוואָלוציאָנערן, ווי יצחק־נחמן שטיינבערג און חיים זשיטלאָווסקי. אַזוי ווי ייִדן, האָבן די אירלענדער במשך פֿון דורות געליטן פֿון ברוטאַלע רדיפֿות (אין זייער פֿאַל – מצד ענגלאַנד) און האָבן הײַנט ריזיקע דיאַספּאָרעס אַרום דער וועלט. אינעם קולטור־קאַמף פֿאַר ייִדיש און אירלענדיש (געליש) ווי נאַציאָנאַלע שפּראַכן זענען אויך פֿאַראַן אַ סך וווּנדערלעכע פּאַראַלעלן, וואָס וואָלטן געפֿאָדערט אַ באַזונדערן אַרטיקל.

לאָמיר דערמאָנען אַן אַנדער באַקאַנטע פֿיגור: דעם דײַטשיש־בריטישן ניט־ייִדישן אַנאַרכיסט רודאָלף ראָקער. ער האָט זיך אַליין אויסגעלערנט ייִדיש און רעדאַקטירט די ייִדישע צײַטונג „אַרבעטער־פֿרײַנד“. קאָנאָלי האָט געהערט צו די זעלבע ראַדיקאַלע קרײַזן, וווּ ייִדן האָבן געשפּילט זייער אַן אָנגעזעענע ראָלע.

קאָנאָלי איז אויך געווען אַ דיכטער. אין 1907, ווען ער האָט געוווינט אין ניו־יאָרק און איז געווען פֿאַרטאָן אינעם אָרגאַניזירן דעם „וועלט־פֿאַראיין פֿון אינדוסטריעלע אַרבעטער‟ (IWW), האָט ער אַרויסגעגעבן די בראָשור „לידער פֿון פֿרײַהייט‟, וווּ עס זענען אַרײַן זײַנע אייגענע ווערק און טעקסטן פֿון אַ צאָל אַנדערע אירלענדישע רעוואָלוציאָנערן, אַרײַנגערעכנט דזשים קאָנעלס ליד „די רויטע פֿאָן‟.

איינער פֿון יענע רעוואָלוציאָנערן — דזשים קאָנעל (1852 – 1929) — האָט פּרעזענטירט זײַן ליד אין דעצעמבער 1889. אינעם זעלבן יאָר – ווײַזט אויס, אַ ביסל פֿריִער – האָט דער דיכטער מאָריס ווינטשעווסקי (1846 – 1932) אָנגעשריבן אַ ייִדיש ליד ממש מיטן זעלביקן נאָמען און תּוכן, דײַטשמעריש באַטיטלט „די רויטע פֿאָנע‟. קאָנעל און ווינטשעווסקי האָבן דעמאָלט געוווינט אין לאָנדאָן, זיך באַטייליקט אין די זעלבע לינקע אָרגאַניזאַציעס, און האָבן זיכער געקענט איינער דעם צווייטן. אַגבֿ, ווינטשעווסקי דערמאָנט די אירלענדער עטלעכע מאָל אין זײַנע פּאָליטישע עסייען און פֿאַרגלײַכט זיי מיט ייִדן.

קיין ריזיקער ייִדישער עולם איז אין דובלין קיינמאָל נישט געווען, נאָר פֿון 1908 ביז די 1950ער יאָרן האָט מען דאָרט געשפּילט פּיעסעס אויף ייִדיש און ס׳איז נישט געווען קיין חידוש צו הערן ייִדן רעדן אויף זייער מאַמע־לשון, בפֿרט אינעם היסטאָרישן דובלינער ייִדישן קוואַרטאַל, וואָס מע האָט באַצייכנט ווי „דער קליינער ירושלים“.

קאָנאָלי האָט גוט געוווּסט, אַז בײַ ייִדן זענען געווען אַ סך לינקע, דערפֿאַר האָט ער אין 1902 אַרויסגעגעבן אַ פֿליבלעטל אויף ייִדיש, וואָס מע האָט פֿאַרשפּרייט אין 1902. מיט אַ יאָר שפּעטער איז ער שאַרף אַרויסגעטראָטן קעגן אַנטיסעמיטיזם.

ווען ער האָט אַרויסגעגעבן זײַן לידער־ביכל, האָט ווינטשעווסקי דעמאָלט שוין לאַנג געוווינט אין ניו־יאָרק; זײַנע לידער זענען געווען באַקאַנט און פּאָפּולער אין די ייִדישע סאָציאַליסטישע קרײַזן. קאָנאָליס ליד „מיר ווילן נאָר די ערד‟ (וואָס איך האָב, אַגבֿ, נישט לאַנג צוריק איבערגעזעצט אויף ייִדיש) קלינגט סטיליסטיש און סטרוקטורעל גאַנץ ענלעך אויף ווינטשעווסקיס „קאַמף־געזאַנג‟ (1892). ביידע באַשטייען פֿון פֿינעף אַכט־שורותדיקע טיילן און רופֿן צום רעוואָלוציאָנערן מאַרש. קאָנאָליס ווערק איז אָבער, לויט מײַן געשמאַק, אַ סך שענער. נאָך ענלעכער סטיליסטיש איז קאָנאָליס ליד „הייבט אויף די פֿאָן‟.

דאָס מיינט נישט, אַז דער אירלענדישער רעוואָלוציאָנער האָט ממש נאָכגעמאַכט אַ ייִדיש ליד, נאָר די ענלעכקייטן זענען אַ באַווײַז פֿון אַ בשותּפֿותדיקער קולטור־ירושה. אי ייִדישע, אי אירלענדישע רעוואָלוציאָנערן אין לאָנדאָן, דובלין און ניו־יאָרק האָבן זייער ליב געהאַט צו שרײַבן און זינגען רעוואָלוציאָנערע לידער, זײַענדיק באַטייליקט אין די זעלבע סאָציאַליסטישע באַוועגונגען.

דעם 12טן מײַ 1916 איז דזשיימס קאָנאָלי דערשאָסן געוואָרן אין דובלין. זײַן טאָכטער, נאָראַ קאָנאָלי, האָט זיך געטראָפֿן מיטן טאַטן אין טורמע די לעצטע נאַכט פֿאַר זײַן טויט. ער האָט געגעבן זײַן משפּחה אַן עצה אַוועקצופֿאָרן קיין אַמעריקע, זיי זאָלן נישט האָבן קיין צרות מצד דער בריטישער רעגירונג. וווינענדיק אַ ווײַל אין ניו־יאָרק, האָט זי אָנגעשריבן אַ בוך זכרונות „די אומצעבראָכענע טראַדיציע‟, וואָס איז אַרויס אין 1918.

אַ טייל פֿון אירע זכרונות מיטן קעפּל „די לעצטע מינוטן פֿונעם אירלענדישן רעוואָלוציאָנער קאָנאָלי‟ איז דערשינען אויף ייִדיש אין דער אַנאַרכיסטישער זאַמלונג „פֿון דער טיפֿעניש פֿון האַרץ: אַ בוך פֿון ליידן און קאַמף‟ (1917), רעדאַקטירט בשותּפֿות פֿון ב. וולאַדעק, ק. טעפּער, ל. סאַוויטש און ס. ראַסקין. מיר האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו געפֿינען אַן ענגלישע ווערסיע מיטן זעלבן נוסח, הגם עטלעכע פּאַראַגראַפֿן אויף ייִדיש שטימען גענוי מיטן טעקסט פֿון איר בוך. באַקומט זיך, אַז אירע זכרונות זענען אַרויס קודם־כּל אויף ייִדיש און דערנאָך שוין אויף ענגליש.

מיט געוויסע ייִדישע רעוואָלוציאָנערן איז נאָראַ קאָנאָלי געווען זיכער פּערזענלעך באַקאַנט. לויט אַ באַקאַנטער לעגענדע, איז דער צוקונפֿטדיקע מעיאָר פֿון דובלין ראָבערט בריסקאָ (1894 – 1969), אַ פֿרומער ייִד פֿון ליטע, יונגערהייט געווען אין איר פֿאַרליבט.

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.