טשיקאַוועסן: געטייטער ראַטירער פֿון ערבֿניקעס האָט באַשיצט „קיבוץ יד־מרדכי“ דעם 7טן אָקטאָבערTidbits: Officer killed through rescuing hostages had defended Kibbutz Yad Mordechai Oct. 7
דער דרום־ישׂראלדיקער קיבוץ איז געגרינדעט געוואָרן לזכּרון דעם פֿירער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד, מרדכי אַנילעוויטש
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:
במשך פֿון די לעצטע עטלעכע טעג האָבן ישׂראלים אויסגעדריקט אַ זעלטענע פֿרייד זינט די כאַמאַס־אַטאַקן דעם 7טן אָקטאָבער, אַ דאַנק דער הצלחהדיקער ראַטיר־אָפּעראַציע פֿון פֿיר ישׂראלדיקע ערבֿניקעס, וואָס די טעראָריסטן האָבן געהאַט באַהאַלטן אין עזה: נועה ארגמני, אלמוג מאיר יאַן, אַנדריי קאָזלאָוו און שלומי זיו.
גלײַכצײַטיק טרויערט ישׂראל אָבער איבערן טויט פֿון אַרנון זמורה (זמאָראַ) — אַ געניטן אָפֿיציר אינעם קאָנטער־טעראָריזם אָפּטייל פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליציי, וועלכער איז געשטאָרבן פֿון זײַנע וווּנדן נאָכן קעמפֿן אין דער אָפּעראַציע. זמורה האָט פֿאַראָבֿלט זײַן פֿרוי און צוויי קינדער.
דעם 7טן אָקטאָבער האָט דער 36־יאָריקער זמורה, אין איינעם מיט אַנדערע מיטגלידער פֿון זײַן אָפּטייל, געקעמפֿט קעגן צענדליקער טעראָריסטן, וואָס האָבן געפּרוּווט אַרײַנדריגנגען אין „קיבוץ מרדכי“, לעבן אַשקלון, פּונקט ווי זיי האָבן געטאָן בײַ אַנדערע קיבוצים לעבן עזה.
אַ דאַנק דער פֿלינקער צוזאַמענאַרבעט פֿון די קיבוץ־פֿירער און דער פּאָליציי, זענען די טעראָריסטן אַנטלאָפֿן און קיינער אינעם קיבוץ איז אַפֿילו נישט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. דערבײַ האָבן די כּוחות באַוויזן צו פֿאַרהאַלטן די כאַמאַסניקעס פֿון אַרײַנגיין נאָך טיפֿער אין ישׂראל.
„קיבוץ יד מרדכי“ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1936 דורך אימגיראַנטן פֿון פּוילן, מיטגלידער פֿון „השומר הצעיר“. דעמאָלט האָט ער געהאַט אַן אַנדער נאָמען — „מיצפּה ים“ — און האָט זיך געפֿונען לעבן נתניה. אין דעצעמבער 1943 האָט דער קיבוץ זיך איבערגעצויגן אינעם נגבֿ, און מע האָט אים געגעבן אַ נײַעם נאָמען, „יד מרדכי“, אין אָנדענק פֿון מרדכי אַנילעוויטש, דעם הויפּט־קאָמאַנדיר פֿונעם וואַרשעווער געטאָ־אויפֿשטאַנד.
אַ מוזיי וואָס געפֿינט זיך אינעם קיבוץ, מערקט אָפּ די ייִדישע קעמפֿער קעגן די נאַציס ווי אויך דעם באַקאַנטן קאַמף פֿון „יד מרדכי“ קעגן עגיפּטן אין 1948. אַ סטאַטוע פֿון אַנילעוויטש, געשאַפֿן פֿון נתן ראַפּאַפּאָרט, איז אַ באַקאַנטער סימבאָל פֿונעם קיבוץ.
צו לייענען וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read about this in English, click here.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO