אַן אומקער צו דער מאַרקסיסטישער שיטה בײַם פֿאָרשן י. ל. פּרצעס ווערקReviving a Marxist perspective in the study of I. L. Peretz’s work
מיכאל קרוטיקאָװ
י. ל. פּרץ איז מסתּמא דער באַליבטסטער ייִדישער שרײַבער בײַ קריטיקער און פֿאָרשער װײַל זײַנע װערק לאָזן זיך אױסטײַטשן פֿון גאָר פֿאַרשײדענע שטאַנדפּונקטן.
עדי מהלאלס בוך „דער ראַדיקאַלער יצחק: י. ל. פּרץ און דער אױפֿקום פֿונעם ייִדישן סאָציאַליזם“ געהערט צו דער מאַרקסיסטישער שיטה אין דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, װאָס איז געװען פּאָפּולער אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. צװישן זײַנע פֿירגײערס טײלט מהלאל אױס דעם סאָװעטישן ליטעראַטור־פֿאָרשער אײַזיק ראָזענצװײַג, װאָס האָט זיך ספּעציעל אָפּגעגעבן מיט פּרצעס שאַפֿונג פֿון זײַן פֿריִערדיקער תּקופֿה אין די 1890ער יאָרן.
צו דער קעגנזײַטיקער שיטה אין פּרץ־פֿאָרשונג געהערט די אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָרן רות װײַס, װאָס מערקט אָפּ פּרצעס שפּעטערדיקע װערק װי אַ באַװײַז פֿון זײַן אַנטױשונג אין דער ראַדיקאַלער סאָציאַליסטישער אידעאָלאָגיע. מהלאל איז מסכּים מיט ראָזענצװײַגס אָפּשאַצונג פֿון פּרצעס פֿריִערער תּקופֿה, אָבער ער איז אױסן צו װײַזן, אַז עס איז ניטאָ קײן אידעיִשע שפּאַלטונג צװישן די צװײ פּעריאָדן אין פּרצעס שאַפֿונג. פּרץ, טענהט מהלאל, איז תּמיד פֿאַרבליבן געטרײַ די אידעאַלן פֿון סאָציאַלער גערעכטיקײט און האָט שאַרף קריטיקירט די קאַפּיטאַליסטישע געזעלשאַפֿט.
פֿונעם היסטאָרישן שטאַנדפּונקט איז די תּקופֿה פֿאַר 1900 אין דער רוסישער אימפּעריע געװען גאָר אַנדערש פֿאַר ייִדן ווי די יאָרן נאָך דעם. די 1880ער און 1890ער יאָרן, װען פּרץ האָט זיך אױסגעפֿורעמט װי אַ שרײַבער, זײַנען געװען אױך די פֿאָרמאַטיװע צײַט פֿון ייִדישע פּאָליטישע באַװעגונגען, דער עיקר — ציוניזם און בונדיזם. נאָך 1900 זײַנען די דאָזיקע באַװעגונגען געװאָרן אַקטיװע פּאָליטישע כּוחות, מיט אײגענע פּראָגראַמען און אָרגאַניזאַציעס. װי עס באַװײַזט מהלאל, האָט פּרץ געזוכט פֿאַר זיך אַן אָרט אױף אָט דער נײַער ייִדישער קולטורעל־פּאָליטישער מאַפּע.
לכתּחילה איז פּרץ געװען נאָענט צו דער ליבעראַלער פּױליש־ייִדישער בורזשואַזיע. ער האָט געהאַלטן פֿאַר זײַן ליטעראַרישן שליחות צו זײַן אַ פֿאַרמיטלער צװישן דער אַסימילירטער גרױס־שטאָטישער אינטעליגענץ און דעם שטעטלדיקן עמך. אַזאַ מין פֿיגור זעט מען אין זײַנע „בידלער פֿון אַ פּראָװינץ־רײַזע“, װאָס דערצײלן װעגן זײַן נסיעה איבער די שטעטלעך פֿון לובלינער גובערניע כּדי צו זאַמלען סטאַטיסטישע אינפֿאָרמאַציע. אָבער בהדרגה איז פּרץ געװאָרן מער סימפּאַטעטיש צו די אַרעבעטער־מאַסן. זײַנע מעשׂיות, װאָס ער האָט געדרוקט אין ביליקע אױסגאַבעס װי „יום־טובֿ בלעטלעך“, האָבן אױסגענומען בײַ יונגע ראַדיקאַלע לײענערס, בפֿרט אין די פּראָטאָ־בונדיסטישע קרײַזלעך אין װילנע.
זײער װערטפֿול איז מהלאלס פֿאַרגלײַכיקער אַנאַליז צװישן ייִדישע און העברעיִשע נוסחאָות פֿון פּרצעס װערק. אין העברעיִש איז פּרצעס געזעלשאַפֿטלעכע קריטיק געװען כּסדר מילדער, אײדער אין ייִדישע טעקסטן. זײַנע העברעיִשע װערק זײַנען דערפֿאַר ניט געװען ניחא בײַם ייִדישן עולם אין דער בונדיסטישער בראַנזשע. פּרצעס פּאָזיציע לגבי צװײשפּראַכיקײט אין דער ייִדישער ליטעראַטור האָט גורם געװען אַ חילוקי־דעות אױף דער טשערנאָװיצער קאָנפֿערענץ אין 1908 אַרום דעם ענין פֿונעם אַרטיקל „די“ אָדער „אַ“. די בונדיסטן האָבן באַשטאַנען, אַז ייִדיש איז „די“ ייִדישע שפּראַך, בעת פּרץ און אַנדערע מער מעסיקע דעלעגאַטן האָבן געהאַלטן, אַז ייִדיש איז „אַ ייִדישע שפּראַך“ גלײַך מיט העברעיִש. דער דאָזיקער עפּיזאָד, װי אױך אַנדערע פֿאַלן, װען פּרצעס פּאָזיציע איז געװען אַנדערש פֿונעם בונד, װערט ניט באַהאַנדלט אין מהלאלס בוך.
אי די סאָװעטישע מאַרקסיסטישע קריטיקער אי די שפּעטערע קאָנסערװאַטיװע פֿאָרשער אין אַמעריקע און ישׂראל זײַנען געװען אײַנשטימיק, אַז די חסידישע מעשׂיות געהערן ניט צו דעם ראַדיקאַלן שטראָם אין פּרצעס שאַפֿונג. מהלאל איז ניט מסכּים. ער האַלט, אַז פּרץ האָט „גענוצט חסידישע מאָטיװן אין זײַן פּראָזע כּדי צו רופֿן צו דער סאָציאַלער רעװאָלוציע“. מהלאל באַרעכטיקט זײַן טענה מיט אַ טײַטש פֿון אַזעלכע חסידישע מעשׂיות װי „צװישן צװײ בערג“. ער באַזירט זײַן אױסטײַטשונג אױף די טעאָרעטישע חקירות פֿונעם דײַטשיש־ייִדישן מאַרקסיסטישן דענקער ערנסט בלאָך. בלאָך האָט געגלױבט, אַז אוטאָפּישע חלומות װעגן דער גליקלעכער צוקונפֿט מאָלן אױס די צילן פֿון דער סאָציאַלער רעװאָלוציע.
אַזאַ מין אוטאָפּישער חלום איז טאַקע אַ מאָטיװ, װאָס קומט פֿאָר אין פּרצעס װערק, סײַ אין „צװישן צװײ בערג“ סײַ אין זײַנע דראַמעס „די גאָלדענע קײט“ און „בײַ נאַכט אױפֿן אַלטן מאַרק“. אָבער צום סוף פֿון אַלע װערק לאָזט זיך פֿונעם דאָזיקן חלום אויס אַ בױדעם, אַ סימן פֿון פּרצעס צװײפֿלען אין דער ממשותדיקײט פֿונעם רעװאָלוציאָנערישן חלום. און דװקא די דראַמאַטישע װערק, װוּ פּרצעס מעלאַנכאָלישע ספֿקות דריקן זיך אויס אַזױ קלאָר, װערן ניט באַהאַנדלט אין מהלאלס בוך.
עס איז ניט צופֿעליק, אַז פּרצעס חילוקי־דעות מיטן בונד זײַנען בולט געװאָרן דװקא נאָך 1900, װען דער בונד און אַנדערע רעװאָלוציאָנערע באַװעגונגען האָבן זיך אױסגעפֿורעמט װי פּאַרטײיִשע אָרגאַניזאַציעס. פּרץ איז תּמיד פֿאַרבליבן אַ קינסטלער, און די מעלה פֿון זײַנע װערק איז דװקא אין דעם, װאָס זײ לאָזן זיך ניט אױסטײַטשן גראָדליניק. װי אַ געניטער קינסטלער, האָט ער תּמיד אונטערגעריסן װאָסער ניט איז אידעאָלאָגישע אױסטײַטשונג מיט אַ שאַרפֿן קער אין דער סיפּור־המעשׂה, אָפֿט מאָל צום סאַמע סוף.
דאָס הײסט ניט, נאַטירלעך, אַז מען מעג ניט באַטראַכטן זײַנע װערק דורך אַן אײגענעם אידעאָלאָגישן שפּאַקטיװ, װי עס האָבן געמאַכט סאָװעטישע מאַרקסיסטן און אַמעריקאַנער קאָנסערוואַטאָרן. אַזאַ מין קוק העלפֿט אַנטפּלעקן געװיסע ניואַנסן אין פּרצעס װערק. אָבער אַזאַ מין צוגאַנג לאָזט ניט באַנעמען פּרצעס שעפֿערישן עיזבֿון אין זײַן פֿילזײַטיקער גאַנצקײט. װאָלט פּרץ טאַקע באמת געװאָלט זיך צופּאַסן די דעם אָדער יענעם אידעאָלאָגישן סדום־בעלט, װאָלטן זײַנע װערק ניט געהאַט קײן קינסטלערישן קיום.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor