הונדערט יאָר זינט דעם מאָרד פֿון אַ האָלענדיש־ייִדישן פּאָעט אין ירושלים100 years since the murder of a Dutch-Jewish poet in Jerusalem
די הריגה פֿון יעקבֿ ישׂראל דע־האַן ווערט פֿאַררעכנט פֿאַרן ערשטן פּאָליטישן מאָרד אין ארץ־ישׂראל
אַ קעלנער פֿון דעם הויפּט-גיי-באַר אין ירושלים, צוויי שטרענג־אָרטאָדאָקסישע ייִדן פֿון דער „עדה החרדית“, אַ הײַפֿל ליטעראַטור־פֿאָרשער, אַ קריסטלעכער שלום־אַקטיוויסט און אַ זשורנאַליסטקע פֿון אַ וועלטלעכער ייִדישער צײַטונג גייען אַרײַן אין אַן אימפּראָוויזירטן בית־מדרש איבער אַ קראָם פֿון צווייטהאַנטיקע קליידער, וואָס פֿאַרקויפֿט אויך געבעקס.
די דאָזיקע שורות קלינגען אפֿשר ווי דער אָנהייב פֿון אַ וויץ, אָבער אין דער אמתן באַשרײַבן זיי געטרײַ אַן אָוונט וואָס איז פֿאָרגעקומען אין ירושלים, זונטיק, דעם 30סטן יוני, לזכר יעקבֿ ישׂראל דע־האַן (1924-1881) — אַ פּאָעט, כּלל־טוער און זייער אַ קאָנטראָווערסיעלע פֿיגור צווישן זײַנע מיטצײַטלער אין ארץ־ישׂראל, וואָס איז דערמאָרדעט געוואָרן אויפֿן באַפֿעל פֿון ציוניסטישע פֿירער מיט גענוי הונדערט יאָר צוריק.
די קאָליריקע גאַמע אָנטייל־נעמער אויף דער אונטערנעמונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען געציילטע גאַסן פֿון דער יפֿו־גאַס, וווּ דע־האַן איז דערשאָסן געוואָרן דורך אַ שליח פֿון דער „הגנה“, איז נישט קיין וווּנדער, אויב מע נעמט אין באַטראַכט דע־האַנס פֿאַרצווײַגטן און סתּירותדיקן לעבן־מאַרשרוט. ער איז געבוירן געוואָרן אין סמילדע, אַ קליין האָלענדיש דערפֿל, אין 1881. יונגערהייט האָט ער פֿאַרלאָזט זײַן משפּחה און אירע פֿרומע דרכים, זיך אַריבערגעקליבן קיין אַמסטערדאַם און שטודירט און אַרויסגעגעבן דאָרט פּיאָנערישע ליטעראַרישע שאַפֿונגען מיט האָמאָ־עראָטישע טעמעס, אויף האָלענדיש.
כּדי אויסצומײַדן די סקאַנדאַלן וואָס זײַנע פּובליקאַציעס און זײַן האָמאָסעקסועלע אידענטיטעט האָבן אַרויסגערופֿן אין דער האָלענדישער בורזשואַזער געזעלשאַפֿט, האָט ער חתונה געהאַט מיט אַ קריסטלעכער פֿרוי. דערנאָך אָבער האָט ער זיך דערנענטערט צו ייִדישע און ציוניסטישע קרײַזן, זיך צעשיידט פֿון איר און אין 1919 געקומען קיין ארץ־ישׂראל, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט אָרטיקע ייִדן און אַראַבער, און געשריבן וועגן זײַנע איבערלעבונגען צווישן זיי. אַן אָפּקלײַב פֿון זײַנע באַשרײַבונגען פֿון ירושלים איז איבערגעזעצט געוואָרן פֿון האָלענדיש אויף ייִדיש און אַרויס איין יאָר נאָך זײַן מאָרד, אין לאָדזשער „מסורה“־פֿאַרלאַג, אונטערן טיטל „ירושלים: סקיצן פֿון טאָג“.
דע־האַנס איבערלעבונגען אין ארץ־ישׂראל האָבן אים דערפֿירט צו אַן אַנטוישונג אינעם ציוניזם, אײַנזעענדיק אַז די ציוניסטישע באַוועגונג פּרוּווט איבערנעמען די שליטה איבערן לאַנד אויף אַן אַגרעסיוון אופֿן וואָס שעדיקט די אָרטיקע פֿרומע ייִדישע און אַראַבישע באַפֿעלקערונגען. ער האָט זיך דערנענטערט צום רבֿ יוסף־חיים זאָנענפֿעלד – דער אָנפֿירער פֿון דער חרדישער עדה אין ארץ־ישׂראל – געוואָרן אַ הויפּטפֿיגור אין די אָרטאָדאָקסישע קרײַזן און געניצט זײַן בילדונג צו קעמפֿן אין אויסלאַנד לטובֿת זייערע אינטערעסן. ער האָט זיך געטראָפֿן מיט ענגלישע און אַראַבישע פֿירער כּדי זיי איבערצוצײַגן אַז די חרדישע עדה האָט אַנדערע שטרעבונגען ווי די ציוניסטישע באַוועגונג, און אַז זי איז גרייט צו לעבן אונטער אַן אַראַבישער מאַכט אין ארץ־ישׂראל.
וואָס מער ער האָט מצליח געווען דיפּלאָמאַטיש, אַלץ מער האָבן די ציוניסטישע פֿירערס געזען אין אים אַ סכּנה. ער האָט געקראָגן אַנאָנימע סטראַשונקעס אויף זײַן לעבן, און לסוף איז ער טאַקע דערמאָרדעט געוואָרן האַרט פֿאַרן אַרויספֿאָרן קיין לאָנדאָן אויף אַ סעריע פּאָליטישע מיטינגען.
דער מאָרד האָט אַרויסגערופֿן אַ פּאָלעמיק אין ארץ־ישׂראל לגבי דעם ריכטיקן אופֿן צו באַהאַנדלען פּאָליטישע מחלוקותן צווישן ייִדן, און ווערט פֿאַררעכנט פֿאַרן ערשטן פּאָליטישן מאָרד אין ארץ־ישׂראל. מע האָט אויך באַשריבן די הריגה אין אויסלענדישע ייִדישע צײַטונגען. אין פֿאָרווערטס, למשל, איז געדרוקט געוואָרן אַ קליינע ידיעה וועגן דעם, אינעם נומער פֿונעם 2טן יולי 1924. מיט הונדערט יאָר שפּעטער, האָט מען אויף דער אָנדענק־אונטערנעמונג פֿאָרגעלייענט פֿראַגמענטן געשריבן פֿון חיים נחמן ביאַליק און ש. י. עגנון, וואָס ווײַזן דעם צוגאַנג צו זײַן געשטאַלט מצד זײַנע ליטעראַרישע בני־דור. זיי האָבן מיאוס זיך אַרויסגעזאָגט לגבי דע־האַנס אַנטי־ציוניזם און סעקסועלע נייגונגען, אויף אַן אופֿן וואָס גיט אָנצוהערן, אַז די אַלגעמיינע שטימונג אין די אָנפֿירנדיקע קולטורעלע קרײַזן האָט אויך, אין אַ געוויסן זינען, געהאָלפֿן כּשרן דעם באָדן פֿאַרן ברוטאַלן אָנפֿאַל קעגן אים. כאָטש מע האָט אין די 1980ער יאָרן אַנטדעקט אַ ריי ראיות וועגן דער אידענטיטעט פֿונעם מערדער, האָט מען ביז הײַנט קיינעם נישט אָנגעקלאָגט.
צווישן דעם עולם אויף דער הזכּרה די וואָך זענען געווען מענטשן וואָס זעען דע־האַנען ווי אַ קווירן סימבאָל, אָדער ווי אַ קעמפֿער פֿאַר שלום און דיאַלאָג צווישן ייִדן און פּאַלעסטינער. אַנדערע, ווי געזאָגט, זעען אים אין אַ נעגאַטיוו ליכט, ווי אַ פּראָוואָקאַטאָר אָדער שׂונא־ישׂראל. נאָר איבער אַלץ, איז ער געווען אַ מענטש וואָס האָט אויסגעלעבט און באַשריבן די סתּירות אין זײַן נשמה, נישט אַנטלויפֿנדיק פֿון זיי. צעריסן צווישן ציוניזם און אַנטיציוניזם, העטעראָסעקסואַליטעט און האָמאָסעקסואַליטעט, פֿרומקייט און וועלטלעכקייט, האָט ער נישט מורא געהאַט שטענדיק אויסצוקלײַבן אייגענע, נישט־אויסגעטראָטענע דרכים. ווי עס האָט פֿאָרגעלייענט איין אָנטייל־נעמער אינעם אָוונט, פֿון דע־האַנס אַ ליד: „צי קען קיינער נישט זײַן קיין דינער פֿון צוויי האַרן? איך דין גאָט און דעם שׂטן אין איינעם. מיט איין תּאווה און מיט איין תּענוג, און פֿיל ווי מײַן האַרץ ווערט פֿאַרצערט פֿון ביידנס גלי“.
לכּבֿוד די הונדערט יאָר זינט דעם מאָרד, קומען די טעג אַרויס פֿאַרשיידענע ווערק מיט באַנײַטע פּערספּעקטיוון וועגן דע־האַנען. די וואָך האָט מען אין דער ישׂראלדיקער צײַטונג „האָרץ“ געדרוקט פֿרישע איבערזעצונגען זײַנע, פֿון האָלענדיש, אין שײַכות מיט געוואַלד־אַקטן פֿון ייִדן קעגן אַראַבער. עס ווערט דאָרט אויך איבערגעזעצט זײַנע אַ נאָטיץ פֿון קנאַפּע דרײַ טעג פֿאַר זײַן אומקום. די נאָטיץ איז שוין איבערגעזעצט געוואָרן אויף ייִדיש אין 1978, און מע קען זי געפֿינען אין דעם בוך „פֿון אַמסטערדאַם ביז ירושלים – די געשיכטע פֿון ד״ר יעקבֿ־ישׂראל דע־האַן ז״ל“ פֿון משה־יהודה גלײַכער, וואָס גיט איבער דע־האַנס ביאָגראַפֿיע פֿון אַ פֿרומער פּערספּעקטיוו (זײַט 158).
דע־האַן ציטירט די סטראַשונקעס וואָס ער קריגט, אונטערגעשריבן מיטן פּסעוודאָנים „די שוואַרצע האַנט“, און באַציט זיך איראָניש צום מאָדערנעם, אויפֿגעלעבטן העברעיִש ווי צו אַ נײַ אונטערדריקונגס־מיטל: „[…] און דער דאָזיקער לעבנס־ווירדיקער און צום גוטן־געמיינטער בריוו איז, נאַטירלעך, געשריבן אין העברעיִש, אין דער שפּראַך פֿון אונדזער נאַציאָנאַלער אויפֿלעבונג. נאַטירלעך געפֿינען זיך נישט דערין קיין שום שפּראַכפֿעלער. און אין אַ סטיל איז ער געשריבן, אַז איך קען אים, דעם סטיל, נישט איבערגעבן אין דער האָלענדישער שפּראַך, וועלכע איז נאָך נישט צוריק געבוירן געוואָרן. און דער קאָנווערט איז אַן אַמטלעכער, מיט די שיינע גרויסע ווערטער: „On His Majesty’s Service“ – פֿון זײַן מײַעסטעט“.
אין צוויי וואָכן אַרום וועט מען אָפּהאַלטן אויפֿן ירושלימער פֿילם־פֿעסטיוואַל די פּרעמיערע פֿון „דע־האַן: אַ שטים מחוץ דער צײַט“ – אַ נײַער דאָקומענטאַר־פֿילם (וואָס אַנטהאַלט אויך פֿראַגמענטן אויף ייִדיש), פֿונעם ישׂראלדיקן רעזשיסאָר צבֿי לאַנזמאַן. דער פֿילם וועט אַנטפּלעקן נײַע געפֿינסן לגבי דער פּלאַנירונג פֿונעם מאָרד, און פֿאָרשן ווי אַזוי דע־האַנס פּערזענלעכקייט ווירקט אויף דער ייִדישער און קווירער געשיכטע ביזן הײַנטיקן טאָג.
אויף אונדזער אָנדענק־אָוונט האָבן די הײַנטיקע געשעענישן טאַקע פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיקן טייל פֿונעם שמועס: אַ גרויסע צאָל אָנטייל־נעמער, אַליין ראַנדפֿיגורן אויפֿן ישׂראלדיקן ספּעקטרום, ווייסן אויך נישט וואָסער סוף צו דערוואַרטן אין אַ שטאָט וווּ די מאַכט באַמיט זיך, הינטערן פֿאָרהאַנג פֿון מלחמה, אויסצוקערן די לעצטע קרישקעס פּלוראַליזם.
דער באַנעם פֿון ייִדישער און מענטשלעכער אידענטיטעט ווערט וואָס אַ טאָג באַגרענעצטער. די וואָך, למשל, אַרבעט מען ווײַטער איבער אַ נײַ געזעץ אויף אײַנצוצאַמען קריטיק קעגן דער מדינה אין די אוניווערסיטעטן. „פֿאַר אַזאַ אומטאָלעראַנטן קאַפּיטל אין אונדזער געשיכטע קען מען בײַ דע־האַנען אַוודאי נישט געפֿינען קיין איינטײַטשיקע לייזונגען,“ – האָט רועי, איינער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער הזכּרה, באַמערקט בײַם אַרויסגיין פֿון זאַל. „נאָר זײַן געשטאַלט דערמאָנט אונדז, כאָטש אויף איין אָוונט, דעם כּוח וואָס שטעקט אין אַקטיווער, אַנטשלאָסענער אַנדערשקייט.“
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO