Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿלאָרידע — אַ שמאַלצגרוב פֿאַר פֿרויעןFlorida — a gold mine for women

באָקאַ האָט אָן אַ שיעור אַלמנים און געגטע מענער וואָס זוכן מיט ליכט נײַע ווײַבער. 

ווען כ׳האָב דעם לעצטן פֿעברואַר פּלאַנירט צו פֿאָרן קיין פֿלאָרידע, אין מיטן פֿון אַ שלעכטן ווינטער דאָ אין שיקאַגע, האָב איך אַרויסגעקוקט, ווי אַלע וואָס וווינען אין די פֿרעסטיקע ווינטער־קלימאַטן, אויפֿן דערוואַרעמען זיך די ביינער עטלעכע טעג בעת איך ליג אין אַ האַמאַק אונטער אַ פּאַלמענבוים, טרינק צו ביסלעך אײַזטיי און לייען אָדער דרעמל אײַן; דאָס הייסט, נישט אַרבעטן, נאָר זיך גוט אויסרוען. דאָס קלינגט ווי זייער אַ פֿײַנע וואַקאַציע, אַיאָ? ספּעציעל נאָך אַלע שרעקלעכע אַווענטורעס מײַנע. בין איך דאָך זיך אַליין דער ערגסטער שׂונא.

אפֿשר פֿינף מינוט בין איך אין מײַן פֿאַנטאַזיע געלעגן אונטערן פּאַלמענבוים, ביז ס׳איז מיר אײַנגעפֿאַלן דער געדאַנק, אַז איך ווער נישט ייִנגער און איך וויל חתונה האָבן. איז ווי קען איך זיך דערלויבן צו פּטרן די צײַט אין פֿלאָרידע, ליגנדיק אין אַ האַמאַק און טרינקען אײַזטיי ווען איך געפֿין זיך אין אַזאַ פֿרוכפּערדיק אָרט ווי באָקאַ ראַטאָן, פֿלאָרידע? כ׳דאַרף בעסער אויסניצן די געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט עמעצן. ווען וועל איך דען דאָרט ווידער זײַן? אַלע ווייסן, אַז באָקאַ האָט אָן אַ שיעור אַלמנים און געגטע מענער וואָס זוכן מיט ליכט נײַע ווײַבער.

האָב איך באַלד אָנגעקלונגען אין דער פֿליליניע און געקויפֿט אַ בילעט קיין פֿאָרט־לאָדערדייל וואָס איז געווען אַזוי ביליג, כּמעט בחינם; נאָר הונדערט דאָלאַר הין און קריק. כ׳האָב זיך דערפֿרייט, ווײַל דער פּרײַז איז צו מיר געווען נאָך אַ באַווײַז, אַז דאָס איז דעם אייבערשטנס רצון. די מאַמע, זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן, פֿלעגט אַלע מאָל זאָגן אַז ווען עפּעס איז באַשערט גייט עס ווי געשמירט!

דערנאָכדעם האָב איך זיך נאָכגעפֿרעגט בײַ פֿרײַנד, באַקאַנטע און וועמען עס זאָל נישט זײַן צי זיי קענען אַ פּאַסיקן מאַן פֿאַר מיר אין באָקאַ. און דאָס איז מיר אויך נישקשה גרינג אָנגעקומען. אַז מע רעדט וועגן עפּעס, עס מאַכט נישט אויס וואָס, הייבט דער קאָפּ אָן צו אַרבעטן און רוזשנע געדאַנקען קומען אין זינען. איינער זאָגט קלאָץ, דער אַנדערער זאָגט בוידעם און פֿון דעם טראַכטן קומען אויפֿן זינען אין גאַנצן אַנדערע געדאַנקען.

סימע פֿון קליוולאַנד האָט מיר פּונקט אין דער צײַט אָנגעקלונגען וועגן אַ שידוך פֿאַר איר פּלימעניצע, אַ קליינטשיקע, נאָר 4 פֿוס 8 צאָל די הייך. האָב איך אָנגעהויבן צו טראַכטן פֿון נידעריקע מענער פֿאַר איר. איז מיר געקומען אין געדאַנק אַ קליין־געוויקסיקער מאַן אין מײַן עלטער אין באָקאַ. ער איז צו אַלט פֿאַר סימעס פּלימעניצע, אַבער אפֿשר וואָלט ער געטויגט פֿאַר מיר?

דער אמת איז אַז מיר געפֿעלן הויכע מענער בעסער ווי נידעריקע, אָבער איז נישט כאַראַקטער בילכער ווי הייך? און איז נישט אַ גוט האַרץ וויכטיקער ווי דער וווּקס פֿון אַ מענטשן? אַלע וואָלטן מסכּים געווען אַז יאָ. פֿאַר סימעס פּלימעניצע האָב איך געפֿונען אַ יונגער־מאַן אין מילוואָקי, און האָב זיך געפּרוּווט דערמאָנען ווי דער מאַן אין באָקאַ הייסט און ווי איך קען זיך פֿאַרבינדן מיט אים.

בקיצור, איך האָב זיך דערמאָנט, אַז ער איז מיט צען יאָר צוריק געווען אויף איינעם פֿון מײַנע שבתּונים אין דעטרויט. מײַן מאַן, ע״ה, פֿלעגט זיך באַקלאָגן אַז איך וואַרף גאָרנישט אַרויס. כ׳וואָלט נישט געזאָגט אַז כ׳וואַרף טאַקע גאָרנישט אַרויס, אָבער דאָס מאָל איז עס געווען אַ מעלה: נאָכן דורכקוקן קויטיקע פּאַפּקעס בלויז איין שעה לאַנג האָב איך געפֿונען זײַן נאָמען, שלמה קאַץ, און זײַן טעלעפֿאָן אויף דער רשימה פֿון יענעם שבתּון פֿון מיט צען יאָר צוריק.

אפֿשר האָט ער אין דער צווישנצײַט שוין חתונה געהאַט? אפֿשר וווינט ער מער נישט אין באָקאַ? אפֿשר האָט ער מער נישט דעם זעלביקן נומער? מע קען גאָרנישט וויסן אויב מע פּרוּווט נישט. וואָס האָב איך דען צו פֿאַרלירן? האָב איך אָנגעקלונגען דעם אַלטן נומער און אים טאַקע געטראָפֿן אין דער היים.

דער שמועס איז געווען אַ ביסל מאָדנע. כ׳האָב זיך פֿאָרגעשטעלט ווי עמעצער וואָס וויל שרײַבן אַן אַרטיקל וועגן שבתּונים, אויסצוגעפֿינען צי זיי זענען נוצלעך צו די וואָס זענען בײַגעווען אויפֿן שבתּון אין דעטרויט מיט צען יאָר צוריק.

„פֿון וואַנען האָט איר באַקומען דעם טעלעפֿאָן?“ האָט ער מיך געפֿרעגט. „ס’איז צען יאָר שפּעטער, קלינגט מען מיר איצט אָן וועגן דעם שבתּון? איך האָב זיך באַקענט נאָר מיט איין פֿרוי וואָס איז מיר געפֿעלן, חנה־פֿײַגל, די אָנפֿירערקע פֿונעם שבתּון. אָבער אַזאַ מזל האָב איך. זי איז דאָרטן געווען מיט איר מאַן וואָס איז איר נאָכגעגאַנגען ווי אַ שאָטן. כ׳וואָלט געוואָלט כאָטש כאַפּן אַ וואָרט אַליין מיט איר, האָב איך נישט געהאַט די געלעגנהייט. וואָלט איך אײַך געמוזט ענטפֿערן, אַז דער שבתּון האָט מיך אומגליקלעך געמאַכט.“

„וואָס רעדט איר? אומגליקלעך געמאַכט? ווי קען דאָס זײַן?“

„יאָ, יאָ. שרײַבט דאָס אין אײַער אַרטיקל. נאָך דעם סוף־וואָך האָב איך עטלעכע חדשים נאָר געטראַכט פֿון איר. אַלע האָבן באַמערקט, אַז איך האָב זיך געענדערט. איך האָב אַ ווײַנקראָם און כ׳האָב מער געטרונקען ווי כ׳האָב פֿאַרקויפֿט. ס׳איז אמת וואָס מע זאָגט, אַז איין האָר פֿון איר קאָפּ ציט מיך נאָך הײַנט שטאַרקער פֿון צען אָקסן.“

לייענענדיק די ווערטער זע איך איצט, אַז עפּעס איז דאָ נישט גלאַט געווען מיט דעם שלמה. נו, ווי זאָגט מען? לאַחר־המעשׂה איז יעדערער אַ חכם, אָבער אין דעם מאָמענט האָב איך זיך געפֿילט ווי אַ פּרינצעסין אין אַ בײַקע. ווי דאָס אַלץ איז פֿאָרגעקומען איז אין גאַנצן מחוץ־לדרך־הטבֿע. דער אייבערשטער האָט געזען ווי שטאַרק איך וויל חתונה האָבן און וויפֿל איך דאַווען דערויף, האָט ער מיר געשיקט די סימע פֿון קליוולאַנד מיך צו דערמאָנען אין דעם נידעריקן מאַן אין באָקאַ וואָס צען יאָר גייט ער כּמעט אויס פֿון ליבע פֿאַר מיר. און נאָכן זוכן איין שעה דורך אַלע פֿאַרגעלטע פּאַפּירן האָב איך געפֿונען זײַן טעלעפֿאָן און ער איז טאַקע געווען דער זעלבער!

ווער וואָלט אַנדערש געזאָגט ווי עס איז געווען באַשערט? און כ׳האָב אַזוי שטאַרק געוואָלט אַז עס זאָל זײַן אמת, אַז כ׳האָב מער נישט געטראַכט וועגן ווי נידעריק ער איז און וואָס ס׳האָט פּאַסירט מיט זײַן ווײַן־געשעפֿט — אַז ער האָט אָנגעהויבן צו טרינקען דעם ווײַן אַנשטאָט אים צו פֿאַרקויפֿן. איך האָב דערפֿילט ווי איך בין אײַנגעהילט אינעם ראָזעווען נעפּל־שלייער פֿון אַ קינדער־מעשׂהלע.

מײַנע באַקן האָבן געפֿלאַמט פֿאַר פֿרייד, האָב איך זיך שוין מודה געווען פֿאַר אים, אַז דאָס בין איך טאַקע — חנה־פֿײַגל. איך האָב אים געזאָגט אַז דער מאַן מײַנער איז מיר, נעבעך, געשטאָרבן מיט זעקס יאָר צוריק… און איך וועל זײַן אין פֿלאָרידע אין צוויי וואָכן אַרום.

ס׳איז שטיל געוואָרן פֿון דער אַנדערער זײַט, אָבער נישט אין גאַנצן שטיל. ווען איך האָב זיך גוט צוגעהערט האָב איך געמיינט אַז איך הער ווי ער זיפּט מיט דער נאָז און וויינט שטילערהייט.

„שלמה, האָסטו מיך געהערט?“

„יאָ, יאָ. איך האָב געהערט. איצט דערקען איך דײַן קול. דו האָסט דעם טעלעפֿאָן, איז לאָז מיך וויסן ווען דו קומסט אָן און אויף וואָסער ליניע, וועל איך דיך אָפּוואַרטן. איך האָב אַ טונקל־קאַרש רויטן מערצעדעס.“

כ׳האָב אַפֿילו נישט געקענט דעם אָטעם כאַפּן ביז דער טעלעפֿאָן האָט אָנגעהויבן צו קלינגען, און אין קנאַפּע פֿינף מינוט האָב איך אַראַנזשירט נאָך צוויי ראַנדקעס אינעם שמאַלצגרוב פֿון מענער — פֿלאָרידע! דער שלמה וועט מיך אָפּנעמען פֿון פֿליפֿעלד זונטיק. מיטן צווייטן, דניאל, וועל איך עסן מיטאָג מאָנטיק. ער איז אַ הויכער, אַ שלאַנקער, אַ קינסטלער, אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאָטאָגראַף און אַ שרײַבער דערצו.  און מיטן דריטן וועל איך מאָנטיק אָוונט עסן וואַרעמעס אין אַ נײַעם סטייק־רעסטאָראַן אין באָקאַ. ער, לייזער, איז אַ פּענסיאָנירטער בוכהאַלטער, אויך אַ הויכער.

האָב איך שוין געהאַט מיט וועמען צו רעדן במשך פֿון די צוויי וואָכן פֿאַר דער רײַזע. און איר קענט זיך פֿאָרשטעלן ווי איך האָב אַרויסגעקוקט אויף זיך באַקענען מיט די אַלע קאַוואַלירן. אַ צוגאָב צו מײַן פֿרייד איז געווען וואָס דער אַפּעטיט מײַנער איז אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן, האָב איך פֿאַרלוירן די לעצטע פֿינף פֿונט, וואָס זענען מיר פֿריִער אַזוי שווער געווען אַראָפּצוּוואַרפֿן פֿון זיך.

ס׳איז שוין נאָך שבת. כ׳האָב זיך שוין געהאַט אײַנגעפּאַקט אויף דער רײַזע, ווען כ׳האָב זיך געכאַפּט אַז אַ גאַנצע וואָך איז שוין פֿאַרבײַ און איך האָב מיט שלמהן נישט גערעדט. איך האָב זיך געוואָלט מיט אים ווידער פֿאַרשטענדיקן וועגן וווּ און ווען מיר וועלן זיך טרעפֿן ווען איך קום אָן קיין פֿלאָרידע. האָב איך אים אָנגעקלונגען אין דער היים. כ׳האָב זיך גלײַך געדאַרפֿט כאַפּן אַז עפּעס איז דער מער, ווײַל ער האָט באַלד געענטפֿערט מיט אַ בייזן קול: „וואָס ווילסטו?!“

„דאָס בין איך, חנה־פֿײַגל,“ און איך האָב געוואָלט צוגעבן, „די וואָס אין איר ביסטו אַזוי פֿאַרליבט די לעצטע עטלעכע יאָר“. אָבער געזאָגט האָב איך: „כ׳וויל נאָר זײַן זיכער, שלמה, אַז דו ווייסט ווען מײַן עראָפּלאַן קומט מאָרגן אָן.“

ער האָט מיר געענטפֿערט מיטן זעלבן גרילציקן קול ווי פֿריִער. „האָסט מיך נישט געדאַרפֿט דערמאָנען! מיינסט איך בין תּמעוואַטע?“ און האָט אויפֿגעהאָנגען דאָס טרײַבל.

כ׳בין געשטאַנען ווי פֿאַרגליווערט, מיט אַן אָפֿן מויל. כ׳האָב נישט פֿאַרשטאַנען וואָס ס׳האָט ערשט פּאַסירט. כ׳האָב זיך אַוועקגעזעצט בײַם טיש, פֿאַרקנייטשט דעם שטערן און געטראַכט ביז איך בין געקומען צו אַן ענטפֿער: ער איז זייער אויפֿגעהײַטערט וואָס איך קום, וואָס נאָך אַזוי לאַנגן חלומען וועגן מיר וועט ער מיך זען פּנים־אל־פּנים. איז ער נערוועז! אַנדערש קען מען דאָס נישט פֿאַרשטיין. איך מוז זיך אַליין באַרויִקן, און אים באַרויִקן ווען איך זע אים, און אַלץ וועט זײַן גוט.

אַזוי האָב איך געטראַכט ווײַל איך בין אַ נאַר. איך טײַטש אַלץ אויס צום גוטן. ווי די מאַמע פֿלעגט זאָגן: „בוכלערע (געלערנטקייט) און שׁכל האָבן גאָרנישט צו טאָן איינס מיטן צווייטן.“ דאָס האָט זי געמיינט צו זאָגן, אַז איך בין צו געבילדעט און ווייס גאָרנישט וועגן לעבן. זי האָט אויך געזאָגט: „נעם אַרויס די נאָז פֿון די ביכער און קוק זיך בעסער אַרום, וועסטו זען אַ וועלט פֿאַר די אויגן,“ וואָס מיינט די זעלבע זאַך. און איך מוז זאָגן אַז זי איז געווען גערעכט. הערט אַ מעשׂה…

דער עראָפּלאַן האָט געלאַנדט צו דער צײַט. איך האָב געהאַט די וואַליסקע מיט זיך, בין איך אַרויס פֿונעם טערמינאַל אויף דער גאַס. כ׳האָב געוואַרט און געוואַרט און קיין מערצעדעס נישט געזען. דעם אמת געזאָגט האָב איך נישט געהאַט קיין שום אַנונג ווי אַ מערצעדעס זעט אויס. ס׳איז מיר אויך אײַנגעפֿאַלן אַז אפֿשר, נאָך צען יאָר, וועט ער מיך אויך נישט דערקענען, האָב איך אים אָנגקלונגען און ווען ער האָט נישט געענטפֿערט האָב איך פֿאַר אים געלאָזט אַן אָנזאָג באַשרײַבנדיק וואָס איך טראָג…און ווײַטער געוואַרט.

כ׳האָב אָפּגעוואַרט אַ האַלבע שעה, ביז אַ פֿרוי וואָס איז אויך דאָרט געשטאַנען האָט מיך געפֿרעגט אויף וועמען איך וואַרט. איך האָב איר דערציילט, אַז איך וואַרט אויך אַ טונקל רויטן מערצעדעס און איך ווייס נישט ווי אַזאַן אויטאָ זעט אויס. זי האָט מיר צוגעזאָגט אַז זי ווייסט יאָ און וועט מיר זאָגן ווען זי וועט אים זען. ווען זי האָט מיך געפֿרעגט אַוואָסער אַרבעט איך טו האָב איך איר געזאָגט, אַז איך לערן ייִדיש און איך בין אויך אַ שדכנטע.

ווי באַלד זי האָט דערהערט דאָס וואָרט „שדכנטע“ זענען די אויגן בײַ איר גרעסער געוואָרן, און זי האָט מיר אָנגעהויבן דערציילן וועגן איר שוועסטער וואָס איז 45 יאָר אַלט און וויל זייער חתונה האָבן. האָב איך איר אָנגעהויבן פּראָפֿעסיאָנעל צו עצהן וואָס זי דאַרף דער שוועסטער זאָגן: זי מוז פֿאַרשטיין אַז געפֿינען אַ מאַן איז אַ פֿולע שטעלע. כ׳האָב מער געהאַט איר צו זאָגן אָבער זי האָט געגעבן אַ פּישטש: „אָט איז דער מערצעדעס!“

איך האָב דערזען אַ טונקל רויטן אויטאָ אָבער נישט קיין מענטש, ביז כ׳האָב געהערט דאָס הודזשען פֿונעם אויטאָס טרובע. דאָס מוז זײַן דער שלמה. ער זיצט אין אויטאָ און הערט נישט אויף צו הודזשזען. איך האָב צו אים אויפֿגעהויבן אַ פֿינגער ווי אַ סימן אַז איך קום באַלד ווײַל איך האָב זיך מיט דער פֿרוי געוואָלט געזעגענען. ס׳האָט נישט גענומען אַפֿילו קיין איין מינוט, בין איך שוין געווען בײַ דער טיר פֿונעם מערצעדעס.

איך האָב ברייט געשמייכלט און געמיינט אַז דער שלמה וועט אַרויסקומען און בײַ מיר נעמען די וואַליסקע. ער האָט אויף מיר נישט געגעבן קיין בליק און איך האָב געזען אַז דער באַגאַזשניק עפֿנט זיך אַליין שטילערהייט. וואָס איז דאָס? האָב איך געטראַכט צו זיך. ער וויל איך זאָל אַליין אַרײַנלייגן די וואַליזקע אין באַגאַזשניק? ווי אומהעפֿלעך קען מען זײַן?

ווען ער האָט געזען אַז איך ריר זיך נישט פֿון אָרט האָט ער שוין געמוזט אַרויסקריכן און זי נעמען פֿון מיר. דערווײַל, האָב איך זיך אַרײַנגעזעצט אין אויטאָ און געפּרוּווט אָטעמען פּאַמעלעך צו דערשטילן מײַן כּעס. מיט אַן אימפּעט האָט ער פֿאַרמאַכט דעם באַגאַזשניק, זיך געזעצט הינטערן קערעווער, פֿאַרשלאָסן די טירן פֿון אינעווייניק, אָנגעדרייט דעם מאָטאָר און אַרויסגעפֿירט דעם אויטאָ אויפֿן שאָסיי. אויף מיר האָט ער געוואָרפֿן נאָר איין בליק און מיט אַ פֿויסט געגעבן צוויי זבענק אין רעדל און געזאָגט צוויי מאָל דורך צונויפֿגעדריקטע ציין: „כ׳האָב נישט געדאַרפֿט קומען!“

געלאַסן האָב איך אים געפֿרעגט: „פֿאַר וואָס?“

האָט ער מיר געענטפֿערט: „ווײַל דו ביסט נישט אַזוי שיין ווי איך געדענק.“

כ׳האָב געמוזט גוט טראַכטן וואָס צו טאָן אין דעם פֿאַל, ווײַל כ׳האָב אָנגעהויבן אַ חשד צו האָבן אַז ער איז אַ משוגענער, און כאָטש די מאַמע האָט געהאַלטן אַז איך האָב נישט קיין שׂכל, האָב איך גענוג שׂכל צו וויסן אַז ס׳איז אַ גרויסע סכּנה צו זיצן אין אַן אויטאָ מיט אַ צעקאָכטן, צעדרייטן מאַן וואָס פֿירט אַן אויטאָ זעכציק מײַל אַ שעה. אָבער איצט אַרויסשפּרינגען האָב איך דאָך נישט געקענט.

כ׳האָב נישט רעאַגירט מיט כּעס צו זײַנע רייד, נאָר מיט אַ געצוווּנגענעם צוגעלאָזענעם, סימפּאַטישן קול אים צו פֿאַררעדן געזאָגט, „שלמה, דערצייל מיר אַ ביסל וועגן זיך. כ׳האָב געפּרוּווט זיך דערמאָנען אָבער איך ווייס נישט קיין סך וועגן דיר. דו האָסט אַ ביסל אַן אַקצענט. וווּ ביסטו געבוירן געוואָרן?“ דער אייבערשטער האָט געהאָלפֿן און מײַן שטילער טאָן האָט אים טאַקע אַ ביסט באַרויִקט. ער האָט טיף אײַנגעאָטעמט און געענטפֿערט: „אָקלאַהאָמע. איך בין געבוירן געוואָרן אין אָקלאַהאָמע.“

„אַזוי אינטערעסאַנט,“ האָב איך געזאָגט מיט אַ פֿאַלשן שמייכל. כ׳האָב געזען אַז מײַן קול באַרויִקט אים, האָב איך געוואָלט נאָך רעדן. „איך מיין, אַז דו ווייסט נישט קיין סך וועגן מיר, וועל איך דיר דערציילן: מיטן ערשטן מאַן האָב איך געהאַט פֿיר קינדער…“ ווי איך האָב אַרויסגערעדט די ווערטער איז שלמהן געוואָרן רויט אין פּנים און די אויגן מלא־רציחה.

דער רעכטער פֿוס האָט גיך אַראָפּגעקוועטשט דעם טאָרמאַז, און דער אויטאָ האָט זיך מיט אַ מאָל אָפּגעשטעלט אין מיטן שאָסיי. וואָלט דער שיצפּאַס מיך נישט צוריקגעהאַלטן וואָלט איך זיכער דורכגעפֿלויגן דרוך דער ווינטשויב. ווי עס איז האָט דער זעץ בײַ מיר אַרויסגעקוועטשט דעם אָטעם. האָב איך ווילד אָנגעהויבן שרײַען: „וואָס טוסטו? ביסטו משוגע געוואָרן? קענסט אונדז נאָך ביידע דערהרגענען! פֿיר ווײַטער אָדער שטעל זיך אָפּ בײַ דער זײַט פֿון שאָסיי! יעצט! די מינוט!!“

ס׳איז נאָך אַ נס געווען וואָס מיר זענען געווען אין דעם גאָר רעכטן פֿאָרוועג און קיינער האָט אין אונדז נישט אַרײַנגעקראַכט פֿון הינטן. שלמה איז באַלד געקומען צו זיך און האָט זיך פּאַמעלעך, מיט אַכט, אַרומגעקוקט און האָט ווידער אָנגעהויבן פֿירן דעם אויטאָ. איך האָב נאָך געסאַפּעט און מײַנע געדאַנקען זענען געווען ווילד. וואָס טו איך איצט? רעדן שטיל, געלאַסן האָט אים צעווילדעוועט און שרײַען אויף עמעצן וואָס איז שוין אויסער זיך קען נאָך ערגער מאַכן.

האָב איך גאָרנישט געטאָן נאָר געקוקט גלײַך פֿאַר זיך, געפּרוּווט כאַפּן דעם אָטעם און צו זיך אַליין געדאַנקט דעם אייבערשטן וואָס איך לעב נאָך. וועגן אים האָב איך אין גאַנצן נישט געטראַכט, ווײַל מיטן צוריקקומען פֿון בלוט אין פּנים איז מיר אָנגעקומען אַ שרעקלעכע מיגרענע. אין דער זעלבער צײַט האָט שלמה געגעבן אַ הוסט און געזאָגט מיט צוריקגעהאַלטענעם כּעס: „כ׳האָב נישט געוווּסט אַז דו ביסט אַ גרושה.“ כ׳האָב נישט געענטפֿערט ווײַל כ׳האָב זיך נישט געכאַפּט וואָס גייט דאָ אָן ביז ער האָט צוגעגעבן: „די פֿאַמיליע מײַנע איז ׳קאַץ׳, איך בין דאָך אַ כּהן.“

כ׳האָב אים קוים געהערט דורך מײַן שטאַרקן קאָפּווייטיק. איך האָב נאָר געוווּסט וואָס איך דאַרף האָבן: אָדער מײַנע טאַבלעטן, אָדער עפּעס עסן ווײַל אויב נישט וועט מיר ווערן אַלץ ערגער ביז איך וועל אויסברעכן. און אויב דאָס פּאַסירט אין זײַן מערצעדעס וועט ער מיר… איך ווייס נישט וואָס טאָן.

„שלמה, זײַ מיר מוחל, אָבער אפֿשר קענען מיר גיין עפּעס עסן. מיר איז נישט־גוט.“

„האָסט געזאָגט אַז דו ברענגסט מיט זיך עסן אויפֿן עראָפּלאַן,“ האָט ער מיר געענטפֿערט און ס׳איז מיר געווען אַ חידוש וואָס זײַן טאָן איז געווען נאָרמאַל.

כאָטש כ׳האָב געוואָלט שרײַען: „איך מוז עפּעס תּיכּף נעמען אין מויל!“ האָב איך געפּרוּווט צוריקהאַלטן די גאַל און מיט געדולד אים דערקלערט: „איך בין אַרויס פֿון הויז האַלב נײַן אין דער פֿרי און נישט געהאַט גענוג צײַט איבערצובײַסן, האָב איך אין טאַקסי געגעסן די שטיקלעך מערן און צעלער וואָס איך האָב זיך צוגעגרייט פֿאַר דער רײַזע און איצט איז אַ פֿערטל פֿאַר פֿיר.“ כ׳האָב גאָרנישט דערמאָנט וועגן די שרעקלעכע געשעענישן וואָס כ׳האָב די לעצטע שעה איבערגעלעבט. ער האָט אויף אַ סעקונדע געגעבן אַ קוק אויף מײַן פּנים און מסתּמא געזען דעם אמת פֿון די רייד, און גיך געדרייט דעם קערעווער רעכטס צום אַרויסגאַנג־ראַמפּע. אַ מינוט שפּעטער האָט ער זיך אָפּגעשטעלט פֿאַר אַ טרייפֿענעם וווּרשטל־קיאָסק.

„אוי, איך קען דאָ נישט עסן,“ האָב איך געזאָגט.

„מוזסט נישט עסן,“ האָט ער מיך געענטפֿערט. „וועסט האָבן גענוג מיט אַ קאַווע.“

„ניין, איך פֿיל זיך שוואַך. איך וויל זיך אַוועקזעצן און עפּעס עסן.“

„סאַראַ מאַדאַם דו ביסט!“ האָט ער סאַרקאַסטיש געענטפֿערט.

ווען כ׳האָב אַרויסגענומען די מאָבילקע האָט ער געוואָלט וויסן וועמען איך קלינג. „איך קלינג אָן ברכהן. וווּ זענען מיר דאָ? אפֿשר וועט זי מיך קענען קומען נעמען צו זיך? זענען מיר שוין אין באָקאַ?“

„׳כּשר קיטשען׳ איז נישט ווײַט פֿון דאַנען און נאָענט צו דײַן פֿרײַנדינע.“ האָב איך ברכהן איבערגעלאָזט אַן אָנזאָג אַז איך בין מיט שלמהן און מיר גייען עפּעס עסן אין ׳כּשר קיטשען.׳“ זאָל כאָטש עמעצער וויסן וווּ און מיט וועמען איך בין.

ווען מיר זענען אַהין אָנגעקומען און זיך אַוועקגעזעצט אין אַ בודקע, האָט די קעלנערין אַוועקגעלייגט צוויי מעניוס פֿאַר אונדז. דער קאָפּ האָט זיך מיר שיִער נישט געשפּאָלטן, אָבער כ׳האָב געפּרוּווט זײַן העפֿלעך. כ׳האָב געעפֿנט אַ מעניו און שלמהן געפֿרעגט: „וואָס באַשטעלסטו?“

„איך וויל גאָרנישט. איך בין נישט הונגעריק.“

„איז וואָס זאָל איך באַשטעלן?“ האָב איך אים געפֿרעגט.

ער האָט מיך אָנגעקוקט מיט אויסגעגלאָצטע אויגן און מיט געשפּרײַזטע ווערטער מיר געזאָגט: „דו קענסט עסן וואָס דו ווילסט אויב דו קענסט באַצאָלן.“

„וואָס האָסטו מיר געזאָגט?“

האָט ער איבערגעחזרט די זעלביקע ווערטער און דאָס מאָל צוגעגעבן: „איז וואָס ווילסטו?“

„איך וויל אַז דו זאָלסט מיר געבן מײַן וואַליזקע. אַ דאַנק.“

דער אויסוווּרף האָט געברענגט די וואַליזקע און זי מיר אַ שלײַדער געטאָן; אַרויסגעגאַנגען פֿון רעסטאָראַן, זיך אַרײַנגעזעצט אינעם מערצעדעס און איז אַוועק.

אין דער וואַליזקע האָב איך געפֿונען די מיגרענע־טאַבלעטן, האָב באַלד צוויי אײַנגענומען, ווידער אָנגעקלונגען ברכהן און איר געזאָגט אַז איך וואַרט אויף איר אין ׳כּשר קיטשען.׳ ווען כ׳האָב פֿאַרמאַכט די אויגן וואַרטנדיק אויף איר האָב איך דערפֿילט די וואַרעמע טרערן פֿון דאַנקבאַרקייט, אַז איך לעב נאָך און אַז דער אויסוווּרף איז אַוועק.

יענער שמאַלצגרוב…

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.