Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זיבן מינוט (פּובליקירט לזכר אַלעקס דאַנציג ז״ל)‘Seven Minutes’ (published in memory of Alex Danzig z”l)

די וואָך האָט מען זיך דערוווּסט, אַז אַלעקס דאַנציג, וואָס איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן דעם 7טן אָקטאָבער קיין עזה, איז דערהרגעט געוואָרן.

לעצטן זונטיק, דעם 22סטן יולי, האָבן מיר דערהאַלטן די ביטערע בשׂורה אַז אַלעקס דאַנציג, אַ מיטגליד פֿון קיבוץ ניר עוז, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער געשיכטע פֿון פּוילן, פֿאַרכאַפּט דורכן כאַמאַס זינטן 7טן אָקטאָבער — איז דערהרגעט געוואָרן.

אַלעקס, אַ געבוירענער אין וואַרשע אין 1948, האָט עולה געווען אין 1957 און אַ גאַנץ לעבן לאַנג געגלייבט אין מענטשלעכן דיאַלאָג און מענטשן־ליבע. ער האָט איניציִיִרט די ערשטע פּעדאַגאָגישע נסיעות פֿון ישׂראלדיקע יוגנט־דעלעגאַציעס קיין פּוילן. ווי אַ קיבוץ־מיטגליד האָט ער פֿאַראייניקט אין זײַן לעבנס־שטייגער גײַסטאַרבעט מיט ערדאַרבעט.

דעם 30סטן נאָוועמבער 2023, שוין נאָכן פֿאַרפֿאַסן די דערציילונג ״זיבן מינוט״ וואָס מיר דרוקן דאָ איבער, זענען צענדליקער פֿאַרכאַפּטע באַפֿרײַט געוואָרן פֿון עזה. עטלעכע האָבן עדות געזאָגט, אַז אַלעקס דאַנציג לעבט נאָך, קריגט צום טייל נייטיקע מעדיקאַמענטן און האַלט רעפֿעראַטן וועגן געשיכטע פֿאַר זײַנע מיטפֿאַרכאַפּטע.

די ווײַטערדיקע דערציילונג, וואָס איז לכתּחילה אָנגעשריבן געוואָרן אויף העברעיִש, איז צום ערשטן מאָל פּובליקירט געוואָרן אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון מרים טרין, אינעם זשורנאַל אויפֿן שוועל (האַרבסט־ווינטער 2023). שפּעטער — אויך אין זשיל ראָזיעס איבערזעצונג אויף פֿראַנצייזיש אינעם זשורנאַל „K – ייִדן, אייראָפּע, דאָס 21סטע יאָרהונדערט“.  

די מחברטע פֿון דער דערציילונג, רחל שליטא, האָט געקענט אַלעקסן פֿון די קינדער־יאָרן. זי איז אַ שרײַבערין אויף העברעיִש און זעצט איבער פֿון ייִדיש אויף העברעיִש. זי וווינט אין תּל־אָבֿיבֿ.

זיבן מינוט

די מחברטע, רחל שליטא Courtesy of Rahel Shelita

אַלעקס האָט אָפּגעמאָסטן די צײַט און געזאָגט אַז ס׳איז אַ גאַנג פֿון גענוי זיבן מינוט פֿון דער היים ביז דער שול, און אַז איך דאַרף אַרויס פֿון מײַן שטוב מיט 30 סעקונדעס פֿריִער ווי ער, ווײַל איך וווין אין נומער 5, און ער – אין נומער 7. מיר גייען גיך און רעדן נישט צווישן זיך, ווײַל אַז מע רעדט קען עס נאָך ווערן זיבן מיט אַ האַלבער מינוט און אַפֿילו אַכט, און דעמאָלט הערט מען שוין דעם גלאָק און מע האָט פֿון דעם בלויז צרות.

אַלעקס רעדט עבֿריתּ מיט אַזאַ גיכקייט ווי ער וואָלט דאָ געבוירן געוואָרן און קיינער קען שוין נישט וויסן אַז ער איז איינס פֿון די פּוילישע קינדער, אַחוץ דעם וואָס ער האָט אַ העל פּנים און געלע האָר און אַ מילד קול, ווי די אָ קינדער וואָס זײַנען נישט געבוירן געוואָרן דאָ און וואָס זיי גייען נישט אַרום באָרוועס און שרײַען נישט. זײַן מאַמע האָט איבערגעלעבט דעם חורבן, דאָס איז וואָס מיר ווייסן, זי האָט אומעטיקע אויגן און זי שרײַט קיין מאָל נישט. קיינער ווייסט נישט וואָס איז מיטן טאַטן, אויב ער האָט בכלל אַ טאַטן און אפֿשר איז ער געבליבן דאָרטן, אין פּוילן.

אַלעקס איז דאָס קליגסטע קינד אין דעם שיכט, נאָר ער גרייסט זיך קיין מאָל נישט מיט זײַן חכמה. ער באַטייליקט זיך אין רעטענישן פֿאַר קינדער אויף דער ראַדיאָ, ענטפֿערט תּמיד דער ערשטער און געווינט אַלע פּריזן. מיר לערנען זיך נישט אין דעם זעלביקן קלאַס. מיר זענען אויך נישט אַקטיוו אין איין יוגנט־באַוועגונג. אַלעקס באַטייליקט זיך אין דעם שומר־הצעיר און איך אין דער „תּנועה המאוחדת“ (פֿאַראייניקטע באַוועגונג), פּונקט ווי אונדזערע טאַטע־מאַמעס פֿלעגן דאָס טאָן אין אויסלאַנד.

נאָך דער גימנאַזיע וועט אַלעקס ווערן אַ מיטגליד אין אַ קיבוץ פֿון דעם שומר־הצעיר. דאָס ערשטע מאָל וואָס איך טרעף אים ווידער נאָך לאַנגע יאָרן, אויף אַ שולישן צונויפֿפֿאָר פֿון אונדזער שיכט, איז ער שוין אַ ברייטער פּאַרשוין, גרויס, די האָר נאָך געלע, אָבער אַ סך טונקעלער און שיטערער, ווי עמעצער וואָס פֿאַרקעמט זיך בכלל נישט. ער פֿאַרמאָגט שוין דעם אָנהייב פֿון אַ פּליך און אַ גרויסע באָרד וואָס צוליב איר דערקען איך אים שיִער נישט.

אין די לעצטע וואָכן געפֿינט זיך אַלעקס אין טונעלן אין עזה. איך מאָל זיך אויס אַ טונקעלן, טוכלען טונעל. צי האָט ער אויף וואָס צו זיצן, אויף וואָס צו ליגן, וואָס צו עסן? וועגן וואָס טראַכט ער? אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פּוילישער געשיכטע. אַ מומחה וואָס האָט געשריבן וועגווײַזערס פֿאַר טוריסטן קיין פּוילן. איך טראַכט וועגן אים אַ סך. אפֿשר טראַכט איך וועגן אים אַ סך כּדי נישט צו טראַכטן וועגן די פֿאַרכאַפּטע קינדער. זיי קען איך זיך נישט אויסמאָלן. זיי וויל איך זיך נישט אויסמאָלן.

דעם דריטן טאָג פֿון דער מלחמה געפֿין איך אַ גרויסן קאַרטאָן נאָך אַ נײַעם טעלעוויזאָר. איך שנײַד פֿון אים אַרויס אַ קאַרטאָנענעם גראָדעק און פֿאַרשרײַב מיט רויטע און שוואַרצע אותיות „זאָלן באַפֿרײַט ווערן די פֿאַרכאַפּטע“, איך גיי מיטן שילד אויף דער ליידיקער גאַס. מענטשן האָבן מורא אַרויסצוגיין אויף דער גאַס צוליב די סירענעס. עמעצער טרובעט מיר צו סאָלידאַריש פֿון אַן איינצלנעם אויטאָ. איך דריי זיך אויס אין דער ריכטונג פֿון דער קריה [הויפּטשטאַב־ביוראָ פֿון צה״ל אין תּל־אָבֿיבֿ — רעד׳]. צו מײַן גרויסן סורפּריז פֿאַראַן שוין צוואַנציק, דרײַסיק מענטשן מיט אימפּראָוויזירטע שילדן אין די הענט. „ברענגט צוריק די פֿאַרכאַפּטע“.

מיר שטייען דאָרטן אויף דער סאַמע מיטיקזון, הייבן אויף די שילדן אַנטקעגן די געציילטע פֿאַרבײַפֿאָרנדיקע אויטאָס אויף דער גאַס, וואָס אין געוויינטלעכע טעג איז זי איינע פֿון די לעבעדיקסטע אין תּל־אָבֿיבֿ. מיר ווייסן נישט צי עמעצער זעט אונדז, אויב עמעצן אַרט, נאָר מיר מוזן זײַן דאָ כּדי נישט צו שווײַגן, כּדי צו זײַן צוזאַמען מיט מענטשן וואָס טראַכטן ווי מיר. מיר קערן זיך ווידער אום אין אָוונט, שאַפֿן אַ וואַצאַפּל־גרופּע און די שעהען גייען, און זיי זײַנען דאָרטן, און אַלעקס איז דאָרטן. און נישטאָ וווּהין צו אַנטלויפֿן פֿון דער דאגה.

פֿיר אַ זייגער פֿאַר טאָג, ווען עס רופֿט מיך עמעצער פֿון חלום „מאַמע“ און איך נעם טראַכטן וועגן די פֿאַרכאַפּטע קינדער וואָס קיינער באַפֿרײַט זיי נאָך אַלץ נישט און וואָס אַ טייל פֿון זיי האָבן מער קיין טאַטע־מאַמע נישט און נישט קיין שטוב זיך אומצוקערן צו איר – גיי איך אַרויס מיט אַלעקסן צו אונדזער גאַס, און מיר שפּרײַזן דורך דעם יונגן וועלדל מיט די ביימער וואָס מע האָט אָקאָרשט פֿאַרפֿלאַנצט, און דערנאָך גייען מיר מיט אַ פֿאַרקירצטן וועג וואָס אַלעקס האָט געפֿונען צווישן די הײַזער פֿון דעם נײַעם אַרבעטער־קוואַרטאַל, און ווײַטער מיטן דערנערפֿעלד וואָס דערפֿירט ביז דער שול. אַלעקס דערמאָנט מיר זיך שטאַרק צו היטן און נישט אַראָפּצוגיין פֿון דעם שמאָלן שטעגל צוליב די דערנער. מיר גייען גיך כּדי אָנצוקומען פֿאַרן גלאָק, אָבער ער איז גיכער און ער קלינגט ווי אַ סירענע, מיט סיגנאַלן אַרויפֿ־ און אַראָפּיקע. און אַלעקס זאָגט מיר: דאָס מאָל זײַנען מיר דערגאַנגען אינעם בונקער אין אַ ביסל מער ווי זיבן מינוט.

געשריבן דעם 2טן נאָוועמבער 2023

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.