איך לערן ייִדישע פּאָעזיע מיט קעמפּערס אין אַ פּראָגרעסיוון ייִדישן זומער־לאַגערSharing Yiddish poetry with campers at a progressive Jewish summer camp
קינדערלאַנד איז הײַנט דער איינציקער קעמפּ, וווּ מע לערנט קינדער די קולטור־ירושה פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לינקן פֿליגל.
מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק בין איך געפֿאָרן מיט דער אַמטראַק־באַן טיף אינעם דאָרפֿישן מאַסאַטשוסעטס אַרײַן. װוּהין? אין דער באַקאַנטער סאָציאַליסטישער זומער־קאָלאָניע „קעמפּ קינדערלאַנד.“
דער לאַגער, געגרינדעט דורך אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמוניסטן אין 1923 װי אַ װאַקאַציע־אָרט פֿאַר זייערע קינדער בעתן זומער, איז הײַנט אַ זעלטן אָרט. װיפֿל ערטער עקזיסטירן נאָך, וווּ אַ קינד (צי פֿון ייִדישן אָפּשטאַם צי נישט) קען זיך לערנען װעגן דער װעלטלעך־פּראָגרעסיװער קולטור־ירושה פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לינקן פֿליגל? װען דער איצטיקער קולטור־דירעקטאָר סאַנדראַ לענערט האָט מיך געבעטן קומען לערנען די קינדער װעגן אַ טעמע פֿון מײַן אייגענעם באַשלוס, האָב איך זיך תּוך־כּדי־דיבור אָנגעכאַפּט אין דער געלעגנהייט.
נאָכן קלערן װעגן פֿאַרכאַפּנדיקע ייִדישע טעמעס װאָס קענען פֿאַראינטערסירן כּמעט־צענערלינגען, האָב איך סוף־כּל־סוף באַשלאָסן זיי פֿאָרצולייענען ייִדישע פּאָעזיע פֿון יאָסל קאָטלערן און איר שײַכות צום שפּאַנישן בירגער־קריג. איידער איר שיקט אין פֿאָרװערטס בריװלעך צו דער רעדאַקטאָרשע („װאָס פֿאַר אַ טעמע פֿאַר עלעף־יאָרקיע? אַזאַ נודניק איז דער מחבר…“) לאָמיך דערקלערן מײַן געדאַנקען־גאַנג. אַזוי אַרום װעט איר מער־װייניקער באַקומען די הויפּט־פּרטים פֿון דער לעקציע.
דעם הײַנטיקן ייִדישיסט איז מסתּמא שוין באַקאַנט (לכל־הפּחות אַ ביסל) יאָסל קאָטלער — אַ שטריקל־ציִער װאָס האָט דורך זײַנע מאַריאָנעטן (אין איינעם מיט זוני מאַודן און דער „מאָדיקוט“ טעאַטער־גרופּע) אַגיטירט לטובֿת קאָמוניסטישע צװעקן. אַ פֿײַנער שרײַבער איז ער אויכעט געװען. זײַן בוך „מונטערגאַנג” איז אַרויס אין 1934, קוים אַ יאָר פֿאַר זײַן פֿריצײַטיקער פּטירה אין אַן אויטאָ־אומגליק.
צװישן די פֿילפֿאַרביקע, בײַסיק־סאַטירישע מעשׂיות און לידער אין דעם בוך, איז דאָ אַ ליד װאָס הייסט „פּאַרטיזאַנישע ליבע.“ אין אים דערצײלט קאָטלער די מעשׂה פֿון אַ קאָמוניסטישן קעמפֿער אין אַ נישט־אידענטיפֿיצירטער מלחמה, װאָס סערענאַדירט זײַן מיט־פּאַרטיזאַנערין, אַ פֿרוי װאָס הייסט מאַריאָן, װעגן זײַן ליבע צו איר און זײער בשותּפֿותדיק געראַנגל לטובֿתן קאָמוניזם. קאָטלער האָט לכתּחילה אַרויסגעגעבן דאָס ליד אונטערן נאָמען „הײַנט ליבע מאַריאָן“ אינעם 23סטן נאָװעמבער, 1930 נומער פֿונעם „מאָרגן פֿרײַהייט,“ דער אַמעריקאַנער ייִדיש־שפּראַכיקער טאָגצײַטונג פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי.
דאָס וואָס איז אינטערערסאַנט וועגן „פּאַרטיזאַנישע ליבע” איז וווּ קאָטלער האָט עס אָנגעשריבן. אין אַ סעריע אינטערוויוען מיט דער אַמאָליקער קינדערלאַנד־פּראַקטיקאַנטקע מאַריסאַ בראָסטאָוו האָבן אַמאָליקע קינדערלאַנד־קעמפּערס דערציילט, אַז דאָס ליד האָט קאָטלער געשאַפֿן טאַקע אין קעמפּ קינדערלאַנד. בראָסטאָװ שרײַבט: „אין די פֿריִע דרײַסיקער יאָרן האָט אַ כאַריזמאַטישער קינדערלאַנד אַרײַנגייער, דער באַקאַנטער שטריקל־ציִער און סאַטיריסט יאָסל קאָטלער, געשריבן אַ סאַטיריש רעװאָלוציאַנעריש ליד לכּבֿוד זײַן ליבע — אַ מיידל װאָס האָט געהייסן מאַריאָן.“ (לכתּחילה אויף ענגליש, איבערגעזעצט דורכן מחבר)
אינטערעסאַנט איז אויך דאָס וואָס דאָס דאָזיקע ליד איז נישט געבליבן סתּם אין קעמפּ קינדערלאַנד נאָר איז „אַריבערגעפֿאָרן“ איבערן ים, אַרײַן אין די שלאַכטפֿעלדער פֿונעם שפּאַנישן בירגער־קריג; בפֿרט די סאָלדאַטן פֿון דער „נפֿתּלי־באָטװין־קאָמפּאַניע“ — אַ ייִדיש־רעדנדיקער סעקציע פֿון די „אינטערנאַציאָנאַלע בריגאַדעס,“ די פֿרײַװיליקע לינקע זעלנערס װאָס האָבן פֿון איבער דער גאָרער װעלט זיך צונויפֿגעפֿאָרן כּדי זיך אַנטקעגנצושטעלן דעם שפּאַנישן פֿאַשיזם. געזונגען האָבן די מענטשן אין דער קאָמפּאַניע (װאָס האָט אַרײַנגענומען עטלעכע קינדערלאַנד־גראַדואַנטן) קאָטלערס ליד כּדי זיך צו פֿאַרװײַלן אַ ביסל בעת די שרעקלעכע צײַטן פֿון מלחמה.
נאָכן קעמפֿן אין דער אַרמיי אין שפּאַניע זענען עטלעכע פּויליש־ייִדישע „באָטװיניסטן“ אַהיימגעפֿאָרן, װוּ זיי האָבן יאָרן שפּעטער אָנטייל גענומען אינעם אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ. אין 1947 איז אַ גרופּע װאַרשעװער געטאָ ניצול־געװאָרענע אין ניו־יאָרק געקומען אויף אַ וויזיט אין קעמפּ קינדערלאַנד. דאָרטן האָט מען בײַ זיי געפֿרעגט: „װאָס האָט איר געזונגען אין געטאָ כּדי אײַך צו געבן אַ ביסל האָפֿענונג?“ האָבן די געסט זיך צעזונגען מיטן ליד „פּאַרטיזאַנישע ליבע,“ אויפֿן זעלבן אָרט װוּ קאָטלער האָט אים יאָרן פֿריִער געשריבן.
מיט דער דאָזיקער מעשׂה ווי אַ משל, האָב איך מיט די קינדער אַרומגערעדט די הײַנטיקע באַציִונגען צװישן קולטור און פּאָליטיק, און אויך די געשיכטע פֿון די בלי־יאָרן פֿון װעלטלעכער ייִדישקייט. כ’האָב בײַ זיי געפֿרעגט: אויב אַ ליד געשריבן ווי אַ װיץ בײַ אַ זומער־לאַגער קען העלפֿן אָנהאַלטן דעם בטחון אַפֿילו אין װאַרשעװער געטאָ, װאָס פֿאַר אַ מין כּוח האָבן מיר אַלע גורם צו זײַן אַ שענערע װעלט?
הײַנט זענען קעמפּערס בײַ קינדערלאַנד געװיינטלעך לינקע מיוחסים, גאַנץ אָפֿט שטאַמענדיק פֿון משפּחות װאָס האָבן דורות־לאַנג געשיקט זייערע קינדער אַהין. בײַ אַ סך פֿון זיי געפֿינט זיך נאָך אַלץ אַ געװיסע איבערגעגעבנקייט צו דער געשיכטע פֿון די לינקע. קינדער פֿון אַלע רעליגיעס לערנען זיך דאָרטן װעגן דער ייִדישער געשיכטע און קולטור, אָבער אינעם זעלביקן אָטעם שטאָלצירן זיי זיך מיט די נצחונות און איבערלעבונגען פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן פּראָגרעסיװיזם. דער דאָזיקער ספּעציעלער קוקװינקל האָט מײַן עובֿדה גרינגער געמאַכט ווײַל עטלעכע צוהערערס, סײַ קינדער סײַ אויפֿפּאַסערס האָבן טאַקע געוואָלט הערן ווי אַזוי די לינקע און די ייִדישע געשיכטע האָבן געווירקט איינע אויף דער צווייטער. נאָך דער לעקציע, האָט איין קעמפּער מיך געפֿרעגט וואָס פֿאַר אַ בוך װעגן דעם שפּאַנישן בירגער־קריג ער זאָל לייענען.
אליהו, אַ קינדערלאַנד־אויפֿפּאַסער װאָס איז בײַגעװען אויף דער רעדע, האָט מיר דערציילט אַז די באָטװיניסטנס פּרוּוו אויפֿצוהאַלטן זייער ייִדישקייט בשעתן קעמפֿן פֿאַר (און מיט) אַנדערע באַדריקטע גרופּעס איז אַ גוטער „מוסטער“ װאָס הײַנטיקע אַקטיוויסטן וואָלטן געמעגט נאָכמאַכן. לויט אים „האָבן די קינדער טאַקע אָנגעהויבן צו פֿאַרשטיין די ראָלע פֿון דער ייִדישער קהילה אינעם קאַמף קעגן דעם פֿאַשיזם אין שפּאַניע“ צום טייל דורך מײַן לעקציע, צום טייל דורך אַנדערע קולטור־לעקציעס בשעתן זומער.
די באַמערקונגען פֿון די צוויי יונגע לײַט רעפּרעזענטירן בײַ מיר דעם גרונט־פּרינציפּ פֿון קינדערלאַנד: אַז ייִדישקייט און פּראָגרעסיװע פּאָליטיק קענען, אויף אַן ערנסטן אופֿן, זײַן געקניפּט און געבונדן. כאָטש איך האָב גערעדט נאָר וועגן דער געשיכטע פֿון אַזאַן אידעע, שטעלן די קינדערלאַנדד־קעמפּערס מיט זיך פֿאָר איר מעגלעכע צוקונפֿט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO