Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מײַן עלטער־זיידע, אַ סטרײַק־פֿירער, האָט טײַער באַצאָלט פֿאַר זײַן אַקטיוויזםMy great-grandfather, a strike leader, suffered a lot because of it

לכּבֿוד דעם אַרבעטער־טאָג — אַ פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטע פֿון אַ ייִדישן אַקטיוויסט אין די 1920ער יאָרן

דער אַרטיקל איז איבערגעזעצט פֿון ענגליש.

דעם זומער האָב איך זיך דערוווּסט עפּעס אומגעריכטס וועגן מײַן עלטער־זיידן, חיים־מענדל קאַפּלאַן.

איך מיט מײַן מאַן און די קינדער זענען געפֿאָרן צו גאַסט צו מײַן זיידנס ערשטן שוועסטערקינד, רעבעקאַ, אין וווּדסטאָק, ניו־יאָרק. אַ פֿרוי אין די פֿריִע אַכציקער, איז זי איינע פֿון די לעצטע קאַפּלאַן־פֿרויען פֿון איר דור.

ווי נאָר מיר זענען אַרײַן אין איר איינשטאָקיק הויז האָט זי מיר געוויזן אַ בילד פֿונעם עלטער־זיידן געדרוקט אין אַ בוך. ער איז געשטאַנען הינטער גראַטעס, טראָגנדיק אַ טונקל וועסטל און אַ קראַוואַט איבער אַ ווײַס געקנעפּלט העמד. דאָס יאָר — 1920. דאָס אָרט — די „דיר אײַלאַנד“ תּפֿיסה אין באָסטאָן האַרבאָר.

חיים־מענדל קאַפּלאַן אין דער „דיר אײַלאַנד“ תּפֿיסה אין 1920 Courtesy of the Kaplan family archives

ווי זײַן זון, מײַן זיידע, האָט מיר נאָך מיט יאָרן צוריק געזאָגט, האָט מען דעם עלטער־זיידן אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה — נישט חלילה צוליב פֿאַרברעכנס, נאָר צוליב זײַן פֿאַרברענטן פּאָליטישן אַקטיוויזם. כאָטש מײַנע קרובֿים האָבן מיר שוין דערציילט וועגן אים, האָב איך ביז דעם וויזיט מיט דער קוזינע נישט געוווּסט וואָס פֿאַר אַ השפּעה דער עלטער־זיידע האָט געהאַט. דער גובערנאַטאָר פֿון באָסטאָן און אַפֿילו די פֿעדעראַלע רעגירונג האָבן געוווּסט וועגן אים.

אָנהייבנדיק אַרום 1910 האָט ער געפֿירט סטרײַקס פֿאַר אימיגראַנטישע טעקסטיל־אַרבעטער. ער האָט געפֿאָדערט אַ סוף צו די גאָר נידעריקע שׂכירות און אויסגעדריקט דעם קאָלעקטיוון פֿאַרלאַנג פֿון די אימיגראַנטישע משפּחות צו קריגן אַ בעל־הבתּישע דערציִונג. ער איז געווען אַ כאַריזמאַטישער געזעלשאַפֿטלעכער טוער וואָס האָט געחלומט פֿון אַ שענערער, בעסערער וועלט. ווי זײַן אייניקל, מײַן פֿעטער דאָן, האָט געזאָגט: „מע קען זאָגן אַז ער איז געווען אַ רעוואָלוציאָנער.“

צום באַדויערן האָט דער עלטער־זיידע אָבער אויך אַ סך געליטן צוליב זײַנע טעטיקייטן.

כ׳האָב דורכגעבלעטערט דאָס בוך וואָס רעבעקאַ האָט מיר געוויזן, „אַמעריקעס הערשאַפֿט פֿון טעראָר“, וווּ די מחברטע, ראָבערטאַ סטראַוס פֿויערליכט, האָט באַשריבן דער רעגירונגס קאַמפּאַניע  צווישן 1917 און 1920 צו אונטערדריקן די פּראָטעסטן פֿון די אַרבעטער. וועגן זײַנע אַרעסטן האָט מען אויך געשריבן אין אַ סך צײַטונג־אַרטיקלען פֿון יענע יאָרן.

ווען איך בין אַהיימגעקומען פֿון דער קוזינע רעבעקאַן האָב איך אויסגעפֿאָרשט דעם עלטער־זיידנס נאָמען בײַ Newspapers.com און בין געווען דערשטוינט צו זען זײַן בילד אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער „באָסטאָן גלאָוב“, מיטן קעפּל „סטרײַק־פֿירער ווערט באַפֿרײַט“.

פֿאַקטיש האָט מען אין 1919 געזען זײַן נאָמען, אײַם קאַפּלאַן (אַזוי האָבן די זשורנאַליסטן אים גערופֿן ווײַל זיי האָבן נישט געקענט אַרויסרעדן זײַן נאָמען „חיים“), צענדליקער מאָל אין דער „באָסטאָן גלאָוב“ — און עטלעכע מאָל אַפֿילו אויף דער ערשטער זײַט.

איינער פֿון אַ סך אַרטיקלען אין דער „באָסטאָן גלאָוב“ וועגן דעם עלטער־זיידן Courtesy of newspapers.com

קינדווײַז האָב איך געהערט מעשׂיות וועגן דעם עלטער־זיידן פֿון מײַן זיידע הערי. „אין יענע יאָרן איז דער סוף־וואָך נאָך נישט געווען קיין רו־טעג,“ האָט ער מיר דערקלערט. נישט ביז 1926 האָבן די אַרבעטער באַקומען אַ פֿינעף־טאָגיקע אַרבעטוואָך, און אין 1940 האָט מען אײַנגעפֿירט דאָס געזעץ אַז אַלע אַרבעטער אין לאַנד האָבן דאָס רעכט צו רוען צוויי טעג אַ וואָך.

חיים־מענדל קאַפּלאַן איז געבוירן געוואָרן אין וואַסילישאָק, אַ שטעטל לעבן מינסק אין דער ווילנער גובערניע אין 1893, בײַ מאיר און ציפּע קאַפּלאַן. מע האָט אים געשיקט אין חדר און אים צוגעגרייט צו ווערן אַ חזן. אָבער אין די פֿריִע 1900ער איז ער מיט דער משפּחה אַנטלאָפֿן פֿון די בלוטיקע פּאָגראָמען און אָנגעקומען אין עליס־אײַלענד.

צו 13־14 יאָר איז ער געוואָרן אַן אַרבעטער בײַ די טעקסטיל־מילן אין לאָרענס, מאַסאַטשוסעטס, אין איינעם מיט זײַנע טאַטע־מאַמע און שוועסטער. ווי אַ ייִדיש־רעדנדיקער בחור האָט ער זיך אַליין אויסגעלערנט ענגליש אין אָוונטשול. ער האָט זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי, ליזי, בײַ די מילן. ווײַזט אויס ער איז געווען אַ געבוירענער פֿירער ווײַל נישט געקוקט אויף דעם וואָס ער איז נישט געווען קיין געבילדעטער האָט ער זיך גיך אַרויפֿגעאַרבעט צו ווערן דער סעקרעטאַר פֿונעם סטרײַק־קאָמיטעט אין לאָרענס. אין 1919 האָט ער אַרײַנגעשיקט אַן עפֿנטלעכן בריוו פֿון די סטרײַקערס אין דער „באָסטאָן גלאָוב“, זיך ווענדנדיק צום גובערנאַטאָר פֿון מאַסאַטשוסעטס, קאַלווין קולידזש, וואָס איז שפּעטער געוואָרן דער 30סטער פּרעזידענט פֿון לאַנד.

דער עלטער־זיידע האָט פּובליקירט דעם בריוו ווי דער קול פֿון 20,000 טעקסטיל־אַרבעטער, פּראָטעסטירנדיק „די באַהאַנדלונג וואָס מיר האָבן באַקומען מצד די פּאָליציי־אינסטאַנצן פֿון אונדזער שטאָט.“

„מיר האָבן שוין געזען ווי אַרבעטער אין אייראָפּע האָבן אַראָפּגעוואָרפֿן רעגירונגען און אַזוי באַקומען רעכט און פּריווילעגיעס וואָס זיי האָבן קיין מאָל נישט געהאַט,“ האָט ער געשריבן. דאָס איז טאַקע געווען אמת. אין 1917, נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָבן מאַסן אַרבעטער און סאָלדאַטן דורכגעפֿירט ריזיקע סטרײַקס אין איטאַליע, דײַטשלאַנד און רוסלאַנד. דער גובערנאַטאָר קולידזש האָט אָפּגעוואָרפֿן די פֿאָדערונגען פֿונעם סטרײַק־קאָמיטעט צו שאַפֿו יוניאָנס און פֿירן פֿרידלעכע פּראָטעסטן. נישט ביז 1935 האָבן די אַמעריקאַנער בירגער באַקומען דאָס רעכט צו אָרגאַניזירן יוניאָנס. ביז דעמאָלט האָבן זײַנע אייגענע שוועסטער זיך נישט באַטייליקט אין די סטרײַקס.

אין יאַנואַר 1920 האָט מען אים אַרײַנגעזעצט אין תּפֿיסה צוליב זײַן פֿירערשאַפֿט אין דער שטײַגנדיקער אַרבעטער־באַוועגונג. ווי אַ טייל פֿון די „פּאַלמער אָבלאַוועס“ האָבן פֿעדעראַלע אַגענטן אַרעסטירט מער ווי 6,000 אַקטיוויסטן אין 36 שטעט וואָס זיי האָבן באַצייכנט פֿאַר „אויסלענדישע ראַדיקאַלן“. מע האָט אים גערופֿן אַ רוסישן אימיגראַנט, אַ ייִדישן אונטערהעצער, אַ סאָציאַליסט און אַ מאַרקסיסט. אַנדערע ייִדישע אימיגראַנטן אַנאַרכיסטן וואָס מע האָט אַרעסטירט בײַ יענע אָבלאַוועס זענען געווען עמאַ גאָלדמאַן און אַלעקסאַנדער בערמאַן.

די נאָכווייען פֿון אימס אַקטיוויזם זענען אים נאָכגעגאַנגען אויפֿן גאַנצן לעבן. זוכנדיק אַרבעט האָט ער מיט זײַן פֿרוי ליזי און דרײַ זין זיך איבערגעצויגן קיין פֿילאַדעלפֿיע. זײַן ברודער, ראַבײַ יוסף אלי קאַפּלאַן, דער גײַסטיקער פֿירער פֿון אַ שיל אין אַטלאַנטיק־סיטי, ניו־דזשערזי, האָט אים געפֿונען אַרבעט ווי אַ פּעדלער פֿון פֿרוכט און גרינסן. מיט יאָרן שפּעטער האָט זײַן עלטסטער זון (מײַן זיידע) הערי מיר דערציילט וועגן דעם גרויסן פֿערד, וואָס האָט געשלעפּט דעם וואָגן; ווי ער פֿלעג אים וואַשן און בערשטן און האָט אים ליב געהאַט ווי עס וואָלט געווען זײַנער אַ גלעטלינג.

דער עלטער־זיידע האָט זיך באַזעצט אין אַ געגנט פֿון ייִדיש־רעדנדיקע סאָציאַליסטן אין ניו־הייווען, קאָנעטיקאָט, אין איינעם מיט זײַנע אַלטיטשקע טאַטע־מאַמע. דאָרט, אויף לידזשען עוועניו, האָט ער געעפֿנט אַ געוועלב פֿון פֿרוכטן און גרינסן. אַזוי ווי דער איסט סײַד האָט זיך אינעם קליינעם געשעפֿט־קוואַרטאַל געפֿונען אַ שפּײַזקרעמער, אַ קצבֿ, אַ בעקער און אַ שניטקראָם. די אייגנטימער זענען געווען ייִדן און איטאַליענער.

פֿון צײַט צו צײַט זענען גזלנים באַפֿאַלן זײַן קראָם. אַפֿילו ווען ער איז שוין געווען אַלט אין די 60ער און 70ער האָט ער, אומבאַוואָפֿנט, באַוויזן אַוועקצונעמען דעם פּיסטויל פֿונעם גזלן, האָט דער פֿעטער דאָן געזאָגט. געוויינטלעך איז ער אַרויס דערפֿון מיט אַ צעבלוטיקטן פּנים.

מיט בערך 12 יאָר צוריק האָט מײַן עלטער־מומע מילדרעד מיר געוויזן פֿאָטאָגראַפֿיעס ווי דער עלטער־זיידע, טראָגנדיק אַ פֿאַרטעך, שטייט פֿאַרן געשעפֿט. ער טראָגט דעם סאָרט שמייכל וואָס מע זעט אָפֿט בײַ מענטשן פֿון יענעם דור, וווּ די עקן פֿון מויל ווענדן זיך אַראָפּ, ווי זיי וואָלטן געמאַכט אַ קרום פּנים.

חיים־מענדל פֿאַר זײַן פֿרוכטן־און־גרינסן קראָם, אָנהייב 1970ער יאָרן Courtesy of the Kaplan family archives

ס׳איז געווען אַ שווער לעבן זײַענדיק אויף דער שוואַרצער ליסטע. זײַן משפּחה איז געווען שטאַרק אָרעם און מע האָט אים אָפֿט אַרויסגעוואָרפֿן פֿון דער דירה. ווען ער איז געוואָרן אַ זיידע און דערנאָך אַן עלטער־זיידע האָט ער שוין געהאַט אַ שטיקל נחת.

במשך פֿון די יאָרן איז ליזי תּמיד געווען די פּראַקטישע, אַנטקעגן זײַנע דאָן־קיכאָטישע אידעאַלן. דאָס האָט זי געפֿירט די פֿינאַנצן און פֿאַרזיכערט אַז אַלע זאָלן האָבן וואָס צו עסן. „זי האָט אים אַפֿילו געבראַכט יויך אין תּפֿיסה,“ האָט די עלטער־מומע מילדרער געזאָגט. אײַם האָט געהאַט זײַנע פּרינציפּן אָבער ער האָט פֿאָרט ליב געהאַט זײַן ווײַבס פּאָטראַוועס.

חיים־מענדל און זײַן פֿרוי ליזי Courtesy of the Kaplan family archives

די מומע מילדרער האָט באַשריבן זײַנע דרײַ זין ווי הויכע שיינע בחורים, ענלעך צו קינאָ־אַקטיאָרן. אָבער ווען דער עלטסטער, הערי, האָט באַקומען אַ פֿולע סטיפּענדיע פֿון יעיל־אוניווערסיטעט האָט אײַם אים נישט אָפּגעגעבן קיין מזל־טובֿ. האָבן זײַנע אַנטי־קאַפּיטאַליסטישע סענטימענטן אים אפֿשר אָפּגעהאַלטן פֿון לויבן זײַנע אייגענע קינדער? און דאָך האָט ער דערלעבט אייניקלעך און אור־אייניקלעך פֿאַר זײַן פּלוצעמדיקן טויט אין אַן אויטאָ־סיבה אין 1973, ווען אַן עלטערער שאָפֿער מיט אַ שוואַכער ראיה האָט אים געטראָפֿן. ליזי איז געבליבן לעבן.

נאָכן פֿאָרלייענען די קעפּלעך פֿון די אַרטיקלען אין 1919 צו מײַן 7־יאָריקן זון האָב איך געזאָגט: „דײַן עלטער־עלטער זיידע חיים־מענדל איז געווען באַוווּסט!“ כ’האָב אים דערקלערט אַז מע האָט אים אַרעסטירט בעת ער האָט געפּרוּווט שאַפֿן אַ שענערע, בעסערע וועלט אין אַ צײַט ווען עס זענען נאָך נישט געווען קיין געזעצן צו באַשיצן די אַרבעטער.

„הייסט עס, אַז ער איז געווען אַזוי ווי ראָזאַ פּאַרקס?“ האָט מײַן זון געפֿרעגט.

מיט אַ שמייכל האָב איך אים וואַרעם אַרומגענומען. „יאָ, אַזוי ווי ראָזאַ פּאַרקס,“ האָב איך געזאָגט.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.