Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די וואָך זיצן מיר אַלע שיבֿעה נאָך הערש גאָלדבערג־פּאָליןThis week we’re all sitting shiva for Hersh Goldberg-Polin

דורך די כּסדרדיקע געבעטן פֿון זײַן מאַמען, רחל גאָלדבערג־פּאָלין, איז הערש געוואָרן אונדזער אייגענער ברודער, זון און חבֿר.  

דער אַרטיקל איז איבערגעזעצט פֿון ענגליש.

„הערש! הערש!“ האָט רחל גאָלדבערג־פּאָלינס קול דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרײַטיק הויך געהילכט איבער דער עזה־גרענעץ. און דערנאָך, וויינענדיק האָט זי צוגעגעבן: „דאָס בין איך, די מאַמע.“

במשך פֿון 330 טעג איז הערש גאָלדבערג־פּאָלין געוואָרן אַ נאָמען און פּנים, וואָס ייִדן אומעטום האָבן געקענט. דעם 331סטן טאָג איז ער געוואָרן אַ נאָמען און פּנים, וואָס ייִדן באַוויינען.

די צה״ל־כּוחות האָבן שבת געפֿונען די טויטע קערפּערס פֿון זעקס פֿאַרכאַפּטע ישׂראלים אין די טעראָריסטישע טונעלן פֿון כאַמאַס: עדן ירושלמי (24 יאָר אַלט), אורי דנינו (25), אַלעקס לאָבאַנאָוו (32), כּרמל גת (49), אלמוג סרוסי (25) און הערש (23). אַלע זענען געהאַט דערשאָסן געוואָרן דורך כאַמאַס במשך פֿון די פֿריִערדיקע 48 שעה.

ווי אַ סך אַנדערע איבער דער וועלט, האָב איך כּמעט דאָס גאַנצע יאָר, דורכלעבנדיק די טראַוומע פֿונעם 7טן אָקטאָבער, זיך געטרייסט דורכן אויסמאָלן זיך הערשעס אַהיימקומען קיין בקעה, דער געגנט אין ירושלים וווּ זײַן משפּחה וווינט. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט ווי זײַנע שוועסטער כאַפּן אים אָן בײַ די הענט, ווי דער טאַטע נעמט אים אַרום, ווי די מאַמע וויינט טרערן פֿון פֿרייד אַנשטאָט ייִאוש.

אַנשטאָט דעם איז הערש אַהיימגעקומען צו זײַן קבֿורה.

די סיבה פֿאַר וואָס אַזוי פֿיל מענטשן האָבן געפֿילט אַ פֿאַרבינדונג מיט הערשן איז ווײַל במשך פֿון 330 טעג האָט זיך אונדז אויסגעדאַכט ווי ער איז אונדזערס אַ ברודער, אַ זון און אַ גוטער פֿרײַנד — אַ דאַנק זײַן טאַטע־מאַמע וואָס האָבן אַזוי געטרײַ געקעמפֿט פֿאַר זײַן באַפֿרײַונג.

פֿינעף טעג נאָכן 7טן אָקטאָבער האָט זײַן מוטער רחל געשריבן אין דער ניו־יאָרק טײַמס וועגן די לעצטע ווערטער וואָס הערש האָט איר געטעקסטלט דעם 7טן אָקטאָבער: „איך האָב דיך ליב“ און „זײַ מיר מוחל“. זי האָט באַשריבן זײַן איידעלע נאַטור, גוטהאַרציקייט, ליבשאַפֿט פֿאַר אַוואַנטורעס און וואָס פֿאַר אַ בעל־רחמים ער איז.

דער טײַמס־אַרטיקל איז געווען איינער פֿון אָן אַ שיעור מאָל וואָס רחל האָט גערופֿן פֿאַר זײַן באַפֿרײַונג. „אַז מע ראַטעוועט אַ לעבן, האָט חז״ל אונדז געלערנט, ראַטעוועט מען אַ וועלט,“ האָט זי געשריבן. „העלפֿט מיר ראַטעווען מײַן זון; דאָס וועט ראַטעווען מײַן וועלט.“

צוויי וואָכן נאָך דעם האָט זי בײַ דער „יו־ען“ באַשריבן אירע לעצטע רגעס מיט הערשן: ווי ער האָט זי געגעבן עטלעכע „קושעלעך“ פֿארן אָנטאָן דעם רוקזאַק כּדי צו פֿאָרן מיט זײַן חבֿר צום „נובֿה מוזיק־פֿעסטיוואַל“. וויפֿל מאָל האָט זי איבערגעחזרט די מעשׂה פֿאַר פּאָדקאַסט־מאָדעראַטאָרן, זשורנאַליסטן, אויף אינטערנאַציאָנאַלע מאַניפֿעסטאַציעס, צו מעדיאַ־מאַגנאַטן, גלאָבאַלע פֿירער, ווי אויך אין זשורנאַלן, אויף נײַעס־קאַנאַלן און אויפֿן דעמאָקראַטישן נאַציאָנאַלן צוזאַמענפֿאָר אין שיקאַגע.

רחלס געבעט האָט אויסגעדריקט איר טיפֿן עגמת־נפֿש מיטן דורכפֿאַל פֿון דער וועלט צו ראַטעווען איר זון. אירע פֿאַרפּײַנטיקטע בקשות האָבן געדינט ווי דאָס מאָראַלישע קול פֿאַר אַלע ערובֿניקעס אין עזה און ווי אַ מין נבֿיאישן מוסר פֿאַר אונדז אַלעמען.

ווער ס׳האָט צו איר אָנגעקלונגען — האָט זי געענטפֿערט. וווּ נאָר מע האָט זי פֿאַרבעטן קומען און רעדן פֿאַר אַן עולם — איז זי געפֿאָרן. מיט אַלע אירע כּוחות האָט זי זיך באַמיט הערשן אַהיימצוברענגען.

יעדעס וואָרט און טרער אירס האָט אונדז טיפֿער אַרײַנגעצויגן אין איר וועלט: אַ וועלט אָן פּאָליטיק אָדער קלייניקייטן; אַ וועלט פֿון בענקעניש, פּײַניקונג און צעשפּליטערונג. מיר האָבן זיך אַלע גײַסטיק פֿאַרבונדן מיט הערשעס גורל.

ישׂראל האָט שוין געליטן פֿון צו פֿיל לוויות און הריגות זינט כאַמאַס האָט אויסגעשאָכטן 1,200 מענטשן דעם 7טן אָקטאָבער. הונדערטער סאָלדאַטן זענען אומגעבראַכט געוואָרן פֿאַרטיידיקנדיק די ייִדישע מדינה און צענדליקער פֿאַרכאַפּטע אין עזה זענען שוין דערמאָרדעט געוואָרן. קיין נצחון וועט נישט קענען קאָמפּענסירן פֿאַר אַזאַ אומדערטרעגלעכער אַבֿדה — אָבער די מעגלעכקייט פֿון באַפֿרײַען הערשן פֿון געפֿענקעניש איז געווען אַ געלעגנהייט צונויפֿצולאַטען אַ שטיקל פֿון אונדזער נשמה.

יעדן טאָג האָט רחל אונדז געוואָרנט: „ס׳ווערט שוין שפּעט“ — אַז דאָס פֿענצטערל פֿון מעגלעכקייטן צו ראַטעווען די ערובֿניקעס וועט באַלד אויסגין און דערנאָך וועט מען עס שוין מער נישט קענען עפֿענען. די פֿאַרגאַנגענע וואָך זענען זעקס פֿענצטערלעך פֿאַרמאַכט געוואָרן. בערך הונדערט אַנדערע זענען נאָך אָפֿן, אַפֿילו אויב בלויז דורך אַ שפּעלטעלע. ווען רחל וואָלט נישט איצט געזעסן שיבֿעה נאָך איר גאַנץ וועלטל וואָלט זי, האַלט איך, ווײַטער גערופֿן נישט אויפֿצוהערן קעמפֿן אַהיימצוברענגען די אַנדערע פֿאַרכאַפּטע.

אין דער ירושלימער געגנט וווּ איך וווין זעט מען אויף יעדער גאַס טראַנספּאַראַנטן און פֿליבלעטלעך פֿון הערשעס פּנים מיט די בולטע, רויטע אותיות: „ברענג הערש אַהיים איצט.“ אַז איך גיי אין שפּײַזקראָם אָדער אין שיל גייען מיר נאָך זײַנע איידעלע אויגן, ווי זיי וואָלטן מיר געשטעלט די קשיא: פֿאַר וואָס בין איך נאָך אַלץ נישט אין דער היים? יענע קשיא וועט מיר איצט נאָכגיין אויפֿן גאַנצן לעבן.

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.