די ייִדישע קולטור ווערט אָנערקענט אין דער דײַטשער שטאָט אָלדנבורגYiddish culture gets recognition in the German city of Oldenburg
די אויסשטעלונג האָט אַרײַנגענומען בײַשפּילן פֿון שפּריכװערטער, ייִדישע ווערטער אין דער דײַטשער שפּראַך, װיצן און מוזיק
אין מײַן היימשטאָט אָלדנבורג, דײַטשלאַנד האָב איך קײן מאָל נישט געהערט קיין ייִדיש װאָרט, כאָטש זי האָט אַ לאַנגע ייִדישע געשיכטע, אָנהייבנדיק פֿונעם 13טן יאָרהונדערט. הײַנט באַשטייט די ייִדישע קהילה פֿון מער װי 300 מיטגלידער.
אַז איך האָב געװאָלט הערן אַ ביסל ייִדיש האָב איך געדאַרפֿט פֿאָרן קײן האַמבורג, װוּ עס געפֿינט זיך אַן אוניװערסיטעט מיט אַן אָפּטײל װאָס רופֿט זיך „דער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע און רעליגיע“. דאָרט האָב איך זיך געקענט לערנען אין ייִדיש־קורסן, אָדער איך האָב זיך געטראָפֿן מיט מענטשן פֿון דער „שלמה־בירנבױם־געזעלשאַפֿט“ — אַ פֿאַראײן מיטן ציל צו קולטיװירן די ייִדישע שפּראַך, מיט אַ נאָמען נאָכן באַרימטן ייִדיש־פֿאָרשער און ערשטן פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין האַמבורגער אוניװערסיטעט. מײַן אָלדנבורג איז געבליבן דערװײַל אַ מין „קײנעמסלאַנד“ לגבי ייִדיש.
אָבער הערט אַ מעשׂה! דעם זומער איז פֿאָרגעקומען אַן אױסשטעלונג מיטן טיטל „קום, גאָלדענע פּאַװע! – ייִדיש װידער געפֿונען“, װאָס מע האָט געװיזן ביזן סוף יולי. די אױסשטעלונג האָט צוגעצױגן אַ סך מענטשן פֿון אומעטום. צוליב דעם גרױסן אינטערעס האָט מען אַפֿילו אָרגאַניזירט אַ שפּראַכקורס פֿון ייִדיש פֿאַר אָנהײבערס.
דער בנין, די לאַנדעסביבליאָטעק אָלדנבורג, האָט אַ געוויסע היסטאָריע. נאָך דער צװײטער װעלט־מלחמה ביזן יאָר 1987 האָט ער געדינט װי אַ פּאָליצײ־קאַזאַרמע. דאָרט האָבן די נאַציס אין יאָר 1938 צונױפֿגעזאַמלט די ייִדן פֿון אָלדנבורג, זײ געטריבן אין תּפֿיסה. פֿון דאָרט האָט מען זײ דעפּאָרטירט קײן זאַקסנהאַוזן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער.
הײַנט דערמאָנט אַ טאָװל אױפֿן בנין אָט די דאַטע. אַלע יאָר, אינעם 9טן נאָװעמבער, קומט פֿאָר אַ דערמאָנונג־מאַרש לזכּרון די ייִדישע קרבנות.
דװקא אין אָט דעם בנין איז פֿאָרגעקומען די אױסשטעלונג. זי האָט אַרומגענומען צװײ אָפּטיילן. דער ערשטער אָפּטייל, וואָס האָט געדינט ווי אַן אַרײַנפֿיר, האָט איבערגעגעבן די שפּראַך־געשיכטע, שפּריכװערטער, ייִדישע ווערטער אין דער דײַטשער שפּראַך, װיצן און מוזיק.
ס׳איז אויך דערמאָנט געװאָרן די פּראָבלעם פֿון אַנטיסעמיטיזם אין דער דײַטשישער שפּראַך. אַ סך ייִדישע װערטער זענען אַרײַן אין דער דײַטשישער לעקסיק, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אָנגענומענע און זעלבסט־פֿאַרשטענדלעכע אינגרעדיענטן אינעם שפּראַך־באַניץ פֿון דײַטשיש־רעדערס, אָבער דער באַניץ פֿון די דאָזיקע לײַװערטער האָט אָפֿט מאָל אַ ביטולדיקן טעם װאָס נעמט זיך פֿונעם רמז אױף זײער ייִדישן אָפּשטאַם. דאָ רעדט זיך וועגן אַזוינע װערטער װי משפּחה, אישה און סוחר.
אױפֿן װעג צום צװײטן טײל אױסשטעלונג איז געשטאַנען אַ סקולפּטור פֿון דער גאָלדענער פּאַװע אין אַ װיטרינע, אַן עסטעטישער הױכפּונקט און די װיכטיקסטע טעמע פֿון דער אױסשטעלונג. אינעם צווייטן צימער האָבן זיך געפֿונען די עלטסטע עקספּאָנאַטן, אויסגעסדרט כראָנאָלאָגיש. צו די אָ בײשפּילן רעכנט זיך דער אַזױ גערופֿענער װאָרמסער מחזור, װאָס אין אים געפֿינט זיך דער עלטסטער ייִדישער זאַץ׃ „גוט טק אים בטגא ש ױר דיש מחזור אין בית הכנסת טרגא“ („אַ גוטער טאָג װעט זײַן פֿאַר דעם װער עס װעט דעם מחזור אין שול טראָגן“). ס’איז אַ פֿאַקסימילע. די אָריגינעלע אױסגאַבע װאָלט אַוודאי געװען שװער צו באַקומען. הײַנט געפֿינט זי זיך אין דער נאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער ביבליאָטעק אין ירושלים.
אויף דער אויסשטעלונג האָט מען אויך געזען דאָס „מעשׂה־בוך“ — אַ זאַמלונג דערציילונגען אויף אַלט ייִדיש געשריבן אין 16טן יאָרהונדערט) און די „צאינה־וראינה“ — דעם ספֿר פֿון חומש־משלים אויף עבֿרי־טײַטש פֿונעם 16טן יאָרהונדערט וואָס איז געווען באַליבט בײַ ייִדישע פֿרויען). נאָענט צו די אָ עקספּאָנאַטן זענען געװיזן געװאָרן פֿאַרשידענע תּשמישי־קדושה ווי ייִדישע ריטועלע אָביעקטן, אַ ספֿר־תּורה, אַ מגילת־אסתּר, אַ מנורה, תּפֿילין, אַלץ אַנטליִענע פֿון דער ייִדישער קהילה אין אָלדנבורג. צװישן די חפֿצים זענען געװען דאָ ממשותדיקע אוצרות װאָס זאָגן עדות פֿון אַ לעבעדיקער קהילה.
גײענדיק לענג־אױס די װיטרינעס אינעם כראָנאָלאָגישן סדר זענען דעם באַזוכערס בליקן געפֿאַלן אױף די קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. קודם־כּל מענדעלע מוכר־ספֿרים װאָס האָט אָנגעהױבן װי אַ מחבר פֿון משׂכּילישע שריפֿטן און װערט גערעכנט פֿאַרן זײדן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור. אין אַ װיטרינע האָט מען געזען דעם טאָװל פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרימס געקליבענע װערק און דעם שער־בלאַט פֿון „מאסאעס ביניאמין האשלישי“ (מעשׂיות פֿון בנימין דער דריטער).
לעבן די אָ עקספּאָנאַטן זענען געלעגן די װערק פֿון מענדעלעס „אײניקל“ — שלום־עליכם, דער צװײטער גרױסער קלאַסיקער; צווישן זיי — „מענשלאַך און סצענעס“. זעלבסט־פֿאַרשטענדלעך האָט מען אויך געזען דעם דריטן קלאַסיקער, יצחק־לײבוש פּרץ, װאָס איז געװען אַ ראָש־המדברים אױף דער ערשטער ייִדישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, אין טשערנאָװיץ אין 1908.
אינעם װײַטערדיקן גאַנג פֿון דער אױסשטעלונג איז געװען בולט די באַמיִונג צו מאָלן אַ רעפּרעזענטאַטיװ בילד פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור סײַ פֿון נעכטן סײַ פֿון הײַנט. אַזױ אַרום זענען געלעגן אין די װיטרינעס אי די װערק פֿון די קלאַסיקער אי די נאָך־מלחמהדיקע װערק פֿון אַבֿרהם סוצקעװער (װאָס זײַנע ביכער זענען איבערגעזעצט געװאָרן אין 30 לשונות) און איציק מאַנגערס „די װוּנדערלעכע לעבנס־באַשרײַבונג פֿון שמואל אבא אַבערװאָ“ — דאָס בוך פֿון גן־עדן — איבערגעזעצט אױף דײַטש פֿון סאַלציאַ לאַנדמאַן, (זשענעווע 1963). מע האָט אויך געזען די הילע פֿון לייב קװיטקאָס קינדערביכל „פֿױגלען“.
אױך זשורנאַלן פֿון נעכטן און הײַנט זענען געװען דאָ, למשל אַ נומער „מילגרױם“ (1922) און נומערן „די גאָלדענע קײט“ און דעם פֿאָרװערטס. בקיצור — אַ געלונגענער אױסקלײַב פֿונעם ריזיקן אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, פֿון זשאַנער און תּקופֿה, װאָס האָבן באַװיזן דעם קוראַטאָרס באַהאַװנטן צוגאַנג צו דער טעמע. שטעלט זיך די פֿראַגע׃ װער איז געװען דער קוראַטאָר? דאָס איז געװען סטעפֿאַן לײַכט, אַ סטודענט וואָס שטודירט אויף ביבליאָטעקער אין מינכנער אוניװערסיטעט. די דאָזיקע אױסשטעלונג האָט געדינט ווי אַ חלק פֿון זײַן עקזאַמען.
ס’איז געװען ממש אַ גלאַנציקער אױפֿטו. ײשר־כּוח, סטעפֿאַן לײַכט!
אין גערעם פֿון דער אױסשטעלונג זענען פֿאָרגעקומען רעפֿעראַטן װאָס האָבן באַלױכטן די טעמע פֿונעם קוקװינקל פֿון ליטעראַטור־געשיכטע און שפּראַך־װיסנשאַפֿט. דאַריע װאַכרושאָװאַ, די באַקאַנטע ייִדיש־פֿאָרשערין, האָט רעפֿערירט װעגן צײַטשריפֿטן פֿון דעם ייִדישן אַװאַנגאַרד. ראָנען סטײַנקעס, אַ דײַטשער פּובליציסט, װאָס האָט אָנגעשריבן אַ בוך „װען די משפּחה מאושלט“, האָט רעפֿערירט װעגן אַנטיסעמיטיזם אין דער דײַטשער שפּראַך. מע פּלאַנירט צו װײַזן די אױסשטעלונג אױך אין אַנדערע דײַטשע שטעט ווי מינכן. אַ דאַנק דער אויסשטעלונג איז אָלדנבורג שוין מער ניט קיין קײנעמסלאַנד לגבי ייִדיש.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO