דרײַ ייִדישע קולטור־טוער באַקומען ישׂראלדיקע פּרעמיעס פֿאַר לעבן־דערגרייכונגעןThree Yiddish cultural figures receive Israeli life achievement awards
די פּריזן האָט מען אויסגעטיילט אַ באַרימטן ישׂראלדיקן זינגער, אַן אָנגעזעענעם ייִדישן שרײַבער און אַ געניטער ייִדיש־לערערין.

איינער פֿון די געווינערס איז דער באַרימטער ישׂראלדיקער זינגער מוטי גלעדי Photo by Wikimedia Commons
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן דרײַ ייִדישע קולטור־טוער אין ישׂראל זוכה געווען צו פּרעמיעס פֿאַר לעבן־דערגרייכונגען, אויסגעטיילט פֿון דער ישׂראלדיקער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור.
דעם פּריז אויפֿן געביט פֿון קונסט האָט באַקומען דער אַקטיאָר, קאָמיקער און זינגער — מוטי גלעדי.
דעם פּריז פֿאַר ליטעראַטור האָט געוווּנען דער פּראָזאַיִקער, פּאָעט און דראַמאַטורג — מיכאל פֿעלזענבאַום.
דעם ערן־צערטיפֿיקאַט אויפֿן געביט פֿון פּעדאַגאָגיק האָט באַקומען ד״ר שושנה דאָמינסקי, די מחברטע פֿונעם דיגיטאַלישן ייִדיש־העברעיִשן ווערטערבוך.
די פּרעמיעס האָט מען אויסגעטיילט דעם 19טן נאָוועמבער בײַם קולטור־צענטער „ענבֿ“ אין תּל־אָבֿיבֿ.
מוטי גלעדי, אַ זון פֿון פּוילישע ייִדן, איז געבוירן געוואָרן אין אַ דערפֿל אין ארץ־ישׂראל אין 1946. יאָרן לאַנג איינער פֿון די באַקאַנטסטע אַרטיקסן אין ישׂראל, האָט ער אין 2002 זיך אומגעקערט צו ייִדיש. אין 2007 האָט ער אויפֿגעטראָטן בײַם פֿעסטיוואַל אין וואַרשע אויפֿן נאָמען יצחק באַשעוויס זינגער מיט אַ ייִדישער איבערזעצונג פֿונעם ליד My Way, וואָס דער אַמעריקאַנער זינגער פֿרענק סינאַטראַ האָט פּאָפּולאַריזירט במשך פֿון די 1960ער און 70ער יאָרן.
מיכאל פֿעלסענבאַום איז געבוירן געוואָרן אין וואַסילקאָוו, אוקראַיִנע אין 1951 און דערצויגן געוואָרן אין דער בעסאַראַבער שטאָט פֿלאָרעשט. ער האָט אָנגעהויבן דרוקן זײַנע ווערק אויף ייִדיש אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟. אין 1991 האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל, געדרוקט עטלעכע בענד פּאָעזיע און פּראָזע אויף ייִדיש און געווען אַ מיטגרינדער פֿונעם ייִדישן אַלמאַנאַך, „נײַע וועגן‟. ער האָט אויך לאַנגע יאָרן געשריבן פֿאַרן פֿאָרווערטס.
שושנה דאָמינסקי איז אַ ייִדיש־לערערין בײַ אַן ענפֿטלעכער מיטלשול אין תּל־אָבֿיבֿ. די תּלמידים שטעלן פֿאָר פּיעסעס און שרײַבן לידער אויף ייִדיש. די שול פֿירט אויך אָן מיט אַ וועבזײַט אויף העברעיִש און ייִדיש מיט אינפֿאָרמאַציע פֿאַר די יונגע ייִדיש־סטודענטן, אַרײַנגערעכנט אַ ייִדיש־העברעיִש ווערטערבוך.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
