Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּרץ מיראַנסקיס טאָכטער באַקענט זיך מיט אים דורך זײַנע לידערPoet Peretz Miransky’s daughter learns about him through his work

חנה מיראַנסקי האָט זיך דערװוּסט װעגן איר פֿאָטערס לעבנס־דערפֿאַרונג ערשט נאָך זײַן טױט.

„כּדי צו שרײַבן װעגן אַן ענין, דאַרף מען אים גוט קענען. אָבער איך האָב לגמרי ניט גוט געקענט מײַן פֿאָטער, דעם ייִדישן דיכטער און משלים־שרײַבער פּרץ מיראַנסקי, ניט קינדװײַז און ניט װען איך בין געװאָרן אַ דערװאַקסענע, אַלע יאָרן, װאָס מיר האָבן געלעבט אין אײנעם.“

אַזױ עפֿנט חנה מיראַנסקי דאָס בוך װעגן איר פֿאָטער „ליד בײַ ליד, משל בײַ משל“. יונגערהײט האָט פּרץ מיראַנסקי (1908־1993) געהערט צו דער ליטעראַרישער גרופּע „יונג־װילנע“. ער האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אין אוזבעקיסטאַן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, אָבער זײַן פֿרױ מיטן קינד זײַנען פֿאַרבליבן אין װילנע און אומגעקומען. אין אוזבעקיסטאַן האָט מיראַנסקי נאָך אַ מאָל חתונה געהאַט, און נאָך דער מלחמה האָט די משפּחה אימיגרירט קײן קאַנאַדע. זײַן טאָכטער חנה איז געבױרן געװאָרן בעת זײער רײַזע איבערן ים.

די משפּחה האָט זיך באַזעצט אין מאָטנרעאָל, װוּ עס איז דעמאָלט געװען אַ לעבעדיקע ייִדיש־רעדנדידקע קולטור־סבֿיבֿה. ייִדיש איז געװען חנהס מאַמע־לשון און זי האָט אַ פּאָר יאָר זיך געלערנט אין דער ייִדישער פֿאָלקסשול. שפּעטער זײַנען זײ  אַריבער קײן טאָראָנטאָ, װוּ מע האָט זי פֿאַרשריבן אין אַן ענגלישער שול ווײַל די אָרטיקע ייִדישע שול איז געװען צו „לינק“ פֿאַר איר פֿאָטערס געשמאַק, און אַזױ אַרום איז חנהס קענטעניש פֿון ייִדיש פֿאַרבליבן גאַנץ באַגרענעצט. װי עס קומט אָפֿט מאָל פֿאָר אין אימיגראַנטישע משפּחות אין צפֿון־אַמעריקע, האָבן די עלטערן צו זײ גערעדט אױף ייִדיש, נאָר די קינדער האָבן גערעדט און זיך אויסגעלעבט אױף ענגליש.

די באַציִונגען צװישן דעם פֿאָטער און דער טאָכטער זײַנען געװען ניט קײן פֿויגלדיקע. פּרץ האָט זיך קײן מאָל ניט אױסגעלערנט ענגליש װי עס געהערט צו זײַן. די שפּראַך איז געװען אַ מניעה, װאָס האָט זײ געשטערט גוט צו פֿאַרשטײן אײנער דעם צװײטן. ער האָט װײניק דערצײלט זײַנע קינדער װעגן זײַן לעבן אין מזרח־אײראָפּע. אַזױ אַרום האָט זיך חנה נאָענט באַקענט מיט איר פֿאָטער ערשט נאָך זײַן פּטירה אין 1993, װען זי האָט גענומען איבערלײענען זײַן דיכטונג אױף ייִדיש, אײן ליד יעדן טאָג. כּדי צו פֿאַרבעסערן איר ייִדיש האָט זי זיך געלערנט אין זומער־פּראָגראַמען, און כּדי צו פֿאַרשטײן אַלע פּרטים אין די לידער האָט זי געזוכט עצות בײַ מומחים אױף ייִדיש־קולטור, קודם־כּל בײַם פּראָפֿעסאָר דוד ראָסקעס, מיט װעלכן זי האָט זיך געלערנט אין דער מאָנטרעאָלער ייִדישער פֿאָלקשול.

חנה מיראַנסקי איז אַ פּסיכאָטעראַפּעװט לױטן באַרוף, און דאָס באַשטימט איר צוגאַנג צו איר פֿאָטערס לידער. זי צעטײלט דעם בוך לױט טעמעס, װאָס זי האַלט פֿאַר װיכטיקע סײַ פֿאַר פּרץ מיראַנסקיס דיכטונג און סײַ פֿאַר זײַן לעבן. זי באַנוצט לידער װי אַ שפּאַקטיװ, װאָס לאָזן איר דערקענען דעם פֿאָטערס פּערזענלעכקײט און דערפֿאַרונג. די לידער אַנטפּלעקן נײַע װיכטיקע פּרטים פֿון פּרץ מיראַנסקיס לעבן אין דער אַלטער הײם. דאָס ליד „האַלבע נאַכט“ באַשרײַבט אײן טאָג אין דער שטאָט סאַמאַרקאַנד אין אוזבעקיסטאַן. דער דיכטער בענקט נאָך זײַן פֿרױ און זײַן קינד, װאָס זײַנען פֿאַרבליבן אין װילנע:

כ’זיץ אַלײן,

װי אַ שטײן

אױסגעקערט

פֿון דער ערד

בײַ אַ פֿינצטערן תּהום.

איך בין װײַט

איך פֿלי װײַט

צו מײַן װײַב און מײַן קינד,

צו מײַן שטיבל.

חנה מיראַנסקי דערצײלט, אַז זי איז געװױר געװאָרן פֿון דעם פֿאָטערס ערשטער פֿרױ און קינד צופֿעליק, װען זי האָט קינדװײַז אונטערגעהערט אַ שמועס צװישן די דערװאַקסענע. ערשט אַ סך שפּעטער האָט פּרץ איר מיטגעטיילט אַ פּאָר פּרטים װעגן זײ, אָבער קײן מאָל אַפֿילו ניט געזאָגט זײערע נעמען. דאָס ליד האָט איר געהאָלפֿן בעסער פֿאַרשטײן דעם פֿאָטערס טראַװמע: „אָבער זײ, און זײער פּלאַץ אין מײַן פֿאָטערס לעבן, זײַנען פֿאַר מיר געװאָרן מער רעאַל נאָכן איבערלײענען דאָס ליד.“

דאָס דאָזיקע ליד האָט אױף חנהן געמאַכט אַ ביטערן אײַנדרוק: „עפּעס אין מיר האָט זיך איבערגעקלונגען מיט דער עלנט, װאָס איך האָב, אַזױ גלױב איך, ׳געירשנט׳ פֿון מײַנע עלטערן. זײ זײַנען געװען פֿאַרטאָן מיט זײערע אײגענע װוּנדן און דאָס האָט זײ ניט געלאָזט אַכטונג געבן אױף זײערע קינדער.“ זי האַלט, אַז אַזאַ מין געירשנטע עלנט און אײנזאַמקײט איז אַ מין פּסיכאָלאָגישע ירושה בײַ אַ סך קינדער, װאָסערע עלטערן האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן. די דאָזיקע קינדער זײַנען אױפֿגעװאַקסן אָן באָבע־זײדעס און װײַטערע קרובֿים, און זײַנען פֿאַרבליבן אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער קולטורעלער סבֿיבֿה פֿון זײערע עלטערן.

פּרץ מיראַנסקי האָט זיך קונה־שם געװען אין דער ייִדישער ליטעראַטור קודם־כּל צוליב זײַנע משלים. פֿאַר דער מלחמה זײַנען זײ געװען פּאָפּולער בײַ דעם ייִדישן לײענער אין פּױלן, און ער האָט װײַטער געשריבן משלים אין קאַנאַדע, װוּ ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט עטלעכע ביכער. זײַן טאָכטער האַלט, אַז  דאָס האָט אים געהאָלפֿן אָפּהיטן אַ גײַסטיקע באַציִונג צו דער אַלטער הײם, צו „דער לאַנדשאַפֿט, װאָס ער האָט גוט געקענט און שטאַרק ליב געהאַט“. זי באַמערקט, אַז די משלים זײַנען פֿול מיט פֿאַרשײדענע מינים חיות און געװיקסן, װאָס זײ אַלע האָבן אײגענע ייִדישע נעמען און זײַנען באַשריבן מיט גענױע פּרטים. דאָ דאַרף מען באַמערקן, אַז נאַטור איז געװען אַ פּאָפּולערע טעמע בײַ אַנדערע דיכטער פֿון „יונג־װילנע“, װי אױך בײַ די עלטערע דיכטער, לײב נײַדוס און משה קולבאַק.

פֿאַר אַ היסטאָריקער פֿון דער ייִדיש־קולטור װעט זײַן ספּעציעל אינטערעסאַנט צו לײענען װעגן דער פֿרײַנדשאַפֿט צװישן מיראַנסקין און חיים גראַדען. זײ האָבן זיך גוט געקענט אין װילנע און האָבן פֿאַרבראַכט די מלחמה־יאָרן אין דער סאָװעטישער צענטראַל־אַזיע. בײדע האָבן געהאַט משפּחות, װאָס זײַנען פֿאַרבליבן אין װילנע און זײַנען אומגעקומען אינעם חורבן. חנה מיראַנסקי פֿאַרסך־הכּלט די באַציִונגען צװישן איר פֿאָטער און גראַדע: „בײדע מענער האָבן געבענקט נאָך װילנע. בײדע האָבן געטרױערט איבער די, װעמען זײ האָבן ליב געהאַט. […] זײ זײַנען געװען נאָענטע פֿרײַנד און גײַסטיקע חבֿרים, צוגעבונדן אײנער צו דעם צװײטן און צו זײער ליבע און בענקשאַפֿט נאָך דער פֿאַרלױרענער װעלט זײערער.“

חנה מיראַנסקי ברענג צונױף צװײ פֿאַרשײדענע זשאַנערס אין איר בוך, די ליטעראַריש־קריטישע אױסטײַטשונג פֿון איר פֿאָטערס דיכטונג און אַן אײגענע לעבנס־געשיכטע. די לידער עפֿענען אַ װעג צו איר פֿאָטערס נשמה, װאָס איז פֿאַרבליבן פֿאַרמאַכט פֿאַר איר כּל־זמן ער האָט געלעבט. און די לידער העלפֿן איר בעסער פֿאַרשטײן זיך אַלײן. זײ אַנטפּלעקן די װאָרצלען פֿון איר אײגענער אײנזאַמקײט. „ליד בײַ ליד, משל בײַ משל“ איז אַ מערקװירדיקער שעפֿערישער אױפֿטו, װאָס ברענגט צונױף דעם עבֿר און דעם הײַנט, דיכטונג און לעבן, דעם שעפֿערישן כּח־הדמיון און אַ שאַרפֿזיניקן פּסיכאָלאָגישן אַנאַליז.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.