דער באַליבטער רעדאַקטאָר און שרײַבער ישׂראל רודניצקי איז אַוועק The well-liked editor and writer Yisroel Rudnitsky has died
ער איז געווען צווישן די לעצטע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן וואָס האָט בײַגעטראָגן צו דער ייִדיש־קולטור אין מדינת־ישׂראל.

Image by the Yiddish Book Center
ס׳רובֿ פֿון די ייִדישע ביכער און צײַטשריפֿטן וואָס זענען אַרויס אין ישׂראל במשך פֿון די לעצטע צענדליקער יאָר האָט רודניצקי רעדאַקטירט און קאָריגירט.
דער רעדאַקטאָר ישׂראל רודניצקי, איינער פֿון די לעצטע ייִדישיסטן וואָס זײַנען געקומען פֿון ייִדישלאַנד און געבויט אין ישׂראל אונדזער „ייִדישע מלוכה“ איז דעם 30סטן יאַנואַר אַוועק אין דער אייביקייט צו 98 יאָר.
ס׳רובֿ פֿון די ייִדישע ביכער און צײַטשריפֿטן וואָס זענען אַרויס אין ישׂראל במשך פֿון די לעצטע צענדליקער יאָר האָט רודניצקי רעדאַקטירט און קאָריגירט. דערצו האָט ער אַרויסגעגעבן צוויי אייגענע ביכער אויף ייִדיש: „ווען די וועלט-מלחמה הייבט זיך אָן אַ טאָג שפּעטער“ (2015) און „די נײַע וועלט דאָ און דאָרט“(2020) — ביידע דורכן ה. לייוויק פֿאַרלאַג. דערצו איז ער יאָרן לאַנג געווען אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם לייוויק־הויז.
אַ רעדאַקטאָר קריגט בדרך-כּלל אַ סך שׂונאים: סײַ די וואָס ער דרוקט נישט, סײַ די וואָס ער דרוקט יאָ, אָבער זיי האַלטן אַז זייערע ווערק פֿאָדערט בכלל נישט קיין רעדאַקטאָר. רודניצקי איז אָבער געווען פֿון די באַליבטסטע ייִדיש-טוערס אין ישׂראל. ער איז געווען אַ נאָענטער חבֿר פֿון אַ סך שרײַבערס ווי רבֿקה באַסמאַן בן-חיים, וואָס איז ניפֿטר געוואָרן מיט צוויי יאָר צוריק. אַלע האָבן אים געשעצט ווי אַ וואַרעמער, האַרציקער מענטש, און ווי אַ ראַפֿינירטער און אַ פּינקטלעכער בעל-מלאָכה.
רודניצקי איז נישט געווען קיין יש-מאַין. ער האָט פֿאַרקערפּערט דעם סך-הכּל פֿון זײַן היים און זײַן דערציִונג. לויט זײַן אַרויסרייד האָט מען גלײַך דערקענט אַז ער איז אַ קײַלעכדיקער ליטוואַק. דער טאַטע איז טאַקע געווען אַ ווילנער, אָבער ער איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן פֿרומער שטוב, געוואָרן אַ וועלטלעכער רעוואָלוציאָנער און אַריבער אינעם שטעטל הײַדוצישאָק (דעמאָלט אין פּוילן, הײַנט — ליטע), וווּ ישׂראל איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1926.
„אין שטעטל איז אַלץ געווען ייִדיש, ווי אין אַ ייִדישער מדינה,“ האָט רודניצקי נאָך אַ סך יאָרן דערציילט קריסטאַ וויטני בײַם „ייִדישן ביכער צענטער“. דער קליינער ישׂראל האָט זיך געלערנט אין אַ ציש״אָ שול. שוין אין די קינדעריאָרן האָט די ליטעראַטור אים אַרײַנגעצויגן, און ער האָט געוואָלט ווערן אַ פּאָעט, געשריבן לידער און דערציילונגען. איין ליד, „מיר בויען אַ שול!“, האָט מען אַפֿילו אָפּגעדרוקט אין דער צײַטונג „גרינינקע ביימעלעך“ דעם 2טן אָקטאָבער 1938, אין אַ נומער געווידמעט דער ייִדישער שול אין הײַדוצישאָק.
קינד און קייט בײַ דער שול
ס’איז דאָ אַרבעט הײַנט פֿול.
לאָם און האַמער אין האַנט –
שאַפֿן גרויסע אַ וואַנט.
און די קינדערלעך קליין
קייקלען אויך צו אַ שטיין.
און מיט פֿרייד און געזאַנג
רײַסן שטימען זיך אויס:
היי זע ברידער, פֿאַרויס!
צו דער אַרבעט! צום מאָרגן און ליכט!
און מיט שׂמחה און מוט
לאָמיר טאָן אונדזער פֿליכט!
און דורך שותּפֿותער מי
איז געשאַפֿן אַ שול.
זײַנען הערצער הײַנט פֿול
מיט אַ ליכטיקער פֿרייד.
און עס קלינגען די טענער
אַלץ העכער און שענער:
זאָל לעבן די שול,
אונדזער ייִדישע שול!”
אַזאַ איבערגעגעבנקייט פֿון אַ תּלמיד איז נישט קיין זעלטנקייט: דער יונגער ייִדישער דור אין פּוילן האָט טאַקע אָנטייל גענומען בײַם בויען די ייִדישע קולטור, און במילא אַ ייִדישן קיום און אַ ייִדישע צוקונפֿט.
ווען רודניצקי האָט פֿאַרענדיקט די ציש״אָ שול האָט מען אים געשיקט קיין ווילנע לערנען אין דער רעאַל-גימנאַזיע און דערבײַ איז ער „געוואָרן אַ ווילנער“, ווי רודניצקי האָט שפּעטער געזאָגט. צווישן די לערערס האָט ער פּערזענלעך געקענט דעם מוזיק-לערער יעקבֿ גערשטיין; דעם פּעדאַגאָג שלמה באַסטאָמסקי און זײַן פֿרוי מלכּה חיימסאָן; די לערערין מירע, וואָס דער פּאָעט אַבֿרהם סוצקעווער האָט פֿאַראייביקט אין זײַן ליד וועגן איר און די פּאָעטן פֿון „יונג-ווילנע“ ווי אַבֿרהם סוצקעווער און שמערקע קאַטשערגינסקי.
ווען די קריג האָט אויסגעבראָכן, דערציילט רודניצקי, האָט זיך אַלץ געביטן: ווילנע און די אַנדערע ליטוויש-פּוילישע ייִשובֿים זײַנען געוואָרן סאָוועטיש, און דער גײַסט פֿון פֿרײַהייט – וואָס האָט זיי פֿאָרמירט – איז פּלוצלינג אַוועק. אין יוני 1941, ווען די דײַטשן האָבן אָקופּירט ווילנע, איז רודניצקי צוריקגעקומען אין זײַן שטעטל, וווּ מע האָט אים מיט זײַן משפּחה פֿאַרשפּאַרט אין געטאָ. דאָרטן זײַנען זיי געבליבן ביז די דײַטשן האָבן ליקווידירט דאָס געטאָ און דערשאָסן ס׳רובֿ פֿון די ייִדן. די משפּחה האָט זיך אויסבאַהאַלטן, אָבער מען האָט זיי אַלעמען געמסרט און דערהרגעט – אַ חוץ ישׂראל און זײַן פֿאָטער, וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן אין די נאַראָטשער וועלדער.
אין אַ דאָקאָ-פֿילם פֿון יאָר 2020 („הגבורה“, וועגן פֿיר פּאַרטיזאַנערס וואָס האָבן געקעמפֿט מיט דער רויטער אַרמיי) דערציילט רודניצקי וועגן זײַנע איבערלעבונגען אין וואַלד, וווּ ער איז געוואָרן אַ פּאַרטיזאַנער. וועגן דעם האָט ער אויך געשריבן אין זײַנע ביכער, און אין אַ קאַפּיטל זכרונות אין „לעבנס-פֿראַגן“ (דעם 2טן אָקטאָבער 1938): „מער ווי אַ וואָך זײַנען מיר געלעגן אין שטאַל, אין אַ גרוב, באַדעקט מיט אַ שיכט מיסט – אַ געלעגער פֿאַר די ציגן און הינער.“ אין אַ זאַווערוכער נאַכט האָט ער געזען ווי עס האָט זיך אָנגעצונדן אַ פֿײַערל ערגעץ אין אַ פֿענצטער. „מיט אַ מאָל האָט אויפֿגעבליצט אין מײַן צעווייטיקטן מוח: די מאַמע – דאָס האָט די מאַמע אויסגעשטעלט אין פֿענצטער די אָנגעצונדענע חנוכּה-ליכטלעך, ווי יעדער יאָר. זי רופֿט מיך.“
ווען די מלחמה האָט זיך געענדיקט איז רודניצקי געבליבן איינער אַליין פֿון זײַן גאַנצער משפּחה; אויך דער טאַטע איז אומגעקומען. ער איז אַרײַן אין דער רויטער אַרמיי, געקעמפֿט אין פֿראָנט און צוויי מאָל פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. נאָך דעם איז ער אַריבער קיין מאָסקווע און זיך געלערנט ווי אַזוי צו דרוקן, אַרויסצוגעבן און רעדאַגירן ביכער: „מיט דאַנקשאַפֿט געהאָלפֿן בויען די נײַע פֿרײַע וועלט און שרײַען ׳זאָל לעבן סטאַלין, דער טאַטע פֿון אַלע פֿעלקער׳. און אַז דער טאַטע האָט גענומען אַ מיתה-משונה בין איך געבליבן אַ יתום. דערווײַל האָט זיך געעפֿנט אַ שפּאַרונקעלע אין דער אײַזערנער וואַנט, בין איך דורכגעשפּרונגען און אָנגעקומען קיין פּוילן, און פֿון פּוילן בין איך געלאָפֿן קיין איטאַליע… און אין אַ רעגנדיקן טאָג אין פֿעברואַר 1961 אָנגעקומען קיין ישׂראל.“
אין גיכן איז רודניצקי געקומען צו דער רעדאַקציע פֿון פּרץ-פֿאַרלאַג אין תּל-אָבֿיבֿ און זיך אָנגעבאָטן ווי אַ רעדאַקטאָר. ס׳איז אים אָבער נישט געלונגען. „דאָ איז יעדער שרײַבער אַ רעדאַקטאָר פֿאַר זיך,“ האָט מען אים געענטפֿערט, „אָבער ווי אַ קאָרעקטאָר קאָנט איר בלײַבן.“ אַזוי איז ער אַרײַן אין דער ייִדישער-ישׂראלדיקער ליטעראַרישער געזעלשאַפֿט, וואָס איז אין יענע יאָרן נישט געווען אַזוי קליין: אין דער ליטאַרערישער פֿאַראיין זײַנען טעטיק געווען 240 מיטגלידער. רודניצקי האָט רעדאַגירט, קאָרעגירט און אַמאָל אויך צוגעגעבן אַן אַרײַנפיר אָדער נאָכוואָרט בײַ מער ווי 200 ביכער. צווישן זיי — דעם „ווילנער זאַמלבוך“ (1975) און די צײַטשריפֿט „טאָפּלפּונקט“, וואָס איז אַרויס במשך פֿון עטלעכע יאָר אָנהייבנדיק פֿון 2000. אין זײַן שטילן גאַנג איז רודניצקי געוואָרן איינער פֿון די בולטסטע ייִדיש-טוערס אין ישׂראל.
„מיר האָבן צוזאַמען געלעבט זעכציק פּרעכטיקע יאָרן,“ האָט רודניצקיס ווײַב ריווע געזאָגט. „איצט, ווען איך באַטראַכט זײַנע פֿאַרשיידענע כּתבֿים, הָאב איך אים ליב נאָך מער.“
רודניצקי האָט פֿאַראָבֿלט צוויי טעכטער און פֿיר אייניקלעך. ער וועט זיי, און אונדז, די ייִדיש־ליבהאָבערס, שטאַרק אויספֿעלן.
צו זען דעם אינטערוויו וואָס דער ייִדישער ביכער צענטער האָט מיט אים געמאַכט, גיט אַ קוועטש דאָ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO