Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּאַריזער טעאַטער אינסצענירט יצחק באַשעוויסעס „גולם“ אויף ייִדיש און פֿראַנצייזישParisian theater stages I. B. Singer’s ‘Golem’ in Yiddish and French 

די טרופּע ֿ איז אַ קלײנע, בלויז זיבן אַקטיאָרן, אָבער זײער אַ פֿאַרשידנאַרטיקע: פֿראַנצױזן, ישׂראלים און פּאַלעסטינער

אָט איז דער דריטער אין אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.

אױף דער בינע פֿונעם טעאַטרע דע לאַ קאָלין אין פּאַריז, פֿראַנקרײַך, בױט מען איצט בריקן דורך ייִדיש.

ביזן 3טן אַפּריל שטעלט מען דאָרט פֿאָר „גולם,“ אַ פּיעסע באַאַרבעט פֿון יצחק באַשעװיס זינגערס אַ מעשׂה. די דאָזיקע דערציילונג, געצילעװעט אויף יונגע לײענערס, איז פּובליקירט געװאָרן אױף ייִדיש אינעם פֿאָרװערטס אין 1969. באַשעװיס (װי מען רופֿט אים אױף ייִדיש) האָט זי אַליין איבערגעזעצט אױף ענגליש אין 1982. זי דערצײלט די לעגענדע פֿונעם גולם פֿון פּראָג — אַ לײמענע בריאה אױפֿגעלעבט פֿון ר׳ יהודה לײב בן בצלאל צו באַשיצן די ייִדן פֿון רדיפֿות.

מער ווי אַ דריטל פֿון דער איצטיקער פּיעסע איז אױף ייִדיש, מיט איבערקעפּלעך אױף פֿראַנצײזיש און ענגליש. דער איבעריקער דיאַלאָג איז בעיקר אױף פֿראַנצײזיש. דורכגעפֿלאָכטן דורך די סצענעס הערט מען אי אינסטרומענטאַלע מוזיק קאָמפּאָנירט פֿאַרן ספּעקטאַקל, אי הײַנטצײַטיקע אַראַנזשירונגען פֿון טראַדיצינאָעלע ייִדישע לידער געזונגען פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע אָפּערע־זינגערס.

די טרופּע אַקטיאָרן איז אַ קלײנע, בלויז זיבן, אָבער זײער אַ פֿאַרשידנאַרטיקע: פֿראַנצױזן, ישׂראלים און פּאַלעסטינער פֿון פֿאַרשײדענע אָפּשטאַמען, רעליגיעס און מוטערשפּראַכן. קײנער פֿון זײ האָט פֿריִער נישט גערעדט קײן ייִדיש. (מער װעגן דעם ווײַטער.)

אַ סצענע אין דער פּיעסע Photo by Simon Gosselin

דער מחבר און רעזשיסאָר איז דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער פֿילמאָגראַף, דראַמאַטורג און קינסטלער, עמוס גיטײַ. ער איז געבױרן געװאָרן אין חיפֿה און װױנט הײַנט אין ישׂראל און פּאַריז.

גיטײַ האָט געװאָלט ניצן אַ ייִדישע שפּראַך כּדי צו דערצײלן די ייִדישע גולם־לעגענדע, אָבער העברעיִש, האַלט ער, װאָלט געװען צו פּאָליטיש אָנגעלאָדן.

„ייִדיש, װי אַ שפּראַך װאָס האָט קײנמאָל נישט געהאַט קײן אײגן לאַנד, קען אַריבערשטײַגן גרענעצן און פֿאַראײניקן מענטשן מחוץ דעם קאָנטעקסט פֿון דער הײַנטיקער פּאָליטיק.“

ס’איז אפֿשר אַ חידוש װאָס אַ ישׂראלדיקער פֿון גיטײַס דור (געב׳ 1950) איז אַזױ באַקװעם מיט ייִדיש. כאָטש די שפּראַך װערט הײַנט פּאָפּולערער אין ישׂראל, האָט מען ייִדיש בעת גיטײַס יונגע יאָרן אָפֿט צו נישט געמאַכט װי אַ סימבאָל פֿון גלות. זײַנע טאַטע־מאַמע האָבן עס אָבער געזען אַנדערש.

„די מאַמע איז געװען אַ סאַברע, אָבער זי האָט דאָס גאַנצע לעבן ליב געהאַט ייִדיש,“ האָט ער געזאָגט. „און מײַן טאַטע, אַ דײַטשישער ייִד, אױך. האָב איך צו דער שפּראַך אַלע מאָל געהאַט װאַרעמע געפֿילן.“

קען מען טאַקע זאָגן אַז ייִדיש איז געװען דער שליסל צו דער פּיעסע — אָבער װי פֿריִער געזאָגט, האָט קײנער פֿון די אַקטיאָרן נישט גערעדט קײן ייִדיש. אַ טײל האָט אַפֿילו קײן מאָל נישט געהערט פֿון דער שפּראַך.

און דערפֿאַר האָט אַ ישׂראליש־פֿראַנצײזישער ייִדישיסט, שחר פֿײַנבערג, געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע — נישט אױף דער בינע, נאָר װי אַ ייִדיש־רעפּעטיטאָר.

פֿײַנבערג איז אַן איבערזעצער, שרײַבער, אַקטיאָר און ראַדיאָ־אָנפֿירער, װאָס פֿירט הײַנט דעם פּאַריזער „טרױם־טעאַטער.“ ער האָט געאַרבעט מיט די אַקטיאָרן כּדי זײ זאָלן גוט אַרױסרעדן די ייִדישע רעפּליקן.

„איך בין נתפּעל געװאָרן פֿון זײער האָרעװאַניע און דעדיקאַציע,“ זאָגט ער. „אין נאָר אַ פּאָר חדשים האָבן די אַקטיאָרן זיך געלערנט אַרױסצורעדן אַ שײנעם, פֿליסיקן ייִדיש, און איך מײן אַז דער עולם האָט הנאָה זײ צו הערן. הערן ייִדיש אױף אַזאַ באַרימטער בינע אין פּאַריז איז נישט קײן טאָגטעגלעכע זאַך. עס ברענגט אַרױס נײַע געדאַנקען און פֿאַרבינדונגען.“

גיטײַ האָט אױך געזוכט אַזעלכע פֿאַרבינדונגען װען ער האָט אױסגעקליבן באַשעװיסעס גולם־מעשׂה.

גולמס װי אַ טעמע זײַנען גיטײַען נישט נײַ. אין די 1990ער יאָרן האָט ער געמאַכט דרײַ פֿילמען װאָס באַהאַנדלען דעם פֿילטײַטשיקן סימבאָליזם פֿונעם לעגענדאַרן באַשעפֿעניש.

„דאָס מאָל האָב איך געװאָלט אַן אַנדער גולם, כּמעט אַ ׳באָבע־מעשׂה׳ גולם, װאָס רעדט דירעקט צום האַרצן. באַשעװיסעס נוסח איז װי אָנגעמאָסטן. ער דערצײלט די לעגענדע פּשוט און רירנדיק.“

ס’איז מערקװירדיק אַז באַשעוויס שטרײַכט אונטער דעם גולמס מענטשלעכקײט. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע נוסחאָות פֿון דער לעגענדע קען דער דאָזיקער גולם רעדן. ער פֿילט און דריקט אױס שטאַרקע עמאָציעס פֿון ליבע, מורא, קינאה און בענקשאַפֿט. ער ראַנגלט זיך מיט פֿראַגעס װעגן װער ער איז, פֿאַר װאָס ער איז באַשאַפֿן געװאָרן און װי ער דאַרף זיך אָפּרופֿן אױף רישעות און גװאַלד.

„ס’איז די דאָזיקע מענטשלעכקײט בײַ באַשעװיסן װאָס האָט געמאַכט אויף אונדז אַזאַ שטאַרקן אײַנדרוק,“ האָט גיטײַ געזאָגט. „אַלע קענען פֿאַרשטײן דאָס לײַדן פֿון באַשעװיסעס גולם.“

די פּיעסע שעפּט אױך פֿון אַנדערע ליטעאַרישע טעקסטן. דאָ און דאָרטן ציטירט מען פֿראַנצײזיש־ייִדישע היסטאָריקערס װעגן דער ייִדישער געשיכטע.

אין איין סצענע וווּ עס קומט פֿאָר אַ פּאָגראָם ניצט מען אויסצוגן פֿון די ווערק פֿון ל. שאַפּיראָ, װאָס איז באַקאַנט פֿאַר מוראדיקע באַשרײַבונגען פֿון פּאָגראָמען. כאָטש שאַפּיראָ האָט געשריבן אױף ייִדיש, רעדן די אַקטיאָרן דאָ נישט קיין ייִדיש, נאָר זייערע אייגענע מוטערשפּראַכן; צווישן זיי — העברעיִש, רוסיש און אַראַביש. דער פּלאָנטער פֿון לשונות גיט איבער דעם כאַאָס פֿון אַ פּאָגראָם — און װײַזט אָן אַז יעדע גרופּע קען פֿאַלן אַ קרבן פֿון גװאַלד.

„אין באַשעװיסעס נאָבל־פּרעמיע־רעדע אין 1978, האָט ער באַשריבן ייִדיש װי אַ שפּראַך פֿון גלות, אָן אַ לאַנד, אָן גרענעצן, מיט אַ װאָקאַבולאַר פֿון שלום אַנשטאָט קאָנפֿליקט,“ האָט גיטײַ געזאָגט. „מיר ציטירן אים אין דער פּיעסע װײַל אין תּוך איז דאָס אַ פּאַסיקער לאָזונג פֿאַר אונדזער פּראָיעקט.“

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
    You must comply with the following:

    • Credit the Forward
    • Retain our pixel
    • Preserve our canonical link in Google search
    • Add a noindex tag in Google search

    See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.