Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

לאָמיר פֿאַרגלײַכן צוויי רוסישע נוסחאָות פֿון באַשעוויסעס ראָמאַן „דער שאַרלאַטאַן“Comparing two Russian versions of Bashevis’s novel ‘The Charlatan’

איין איבערזעצונג קלינגט אויף רוסיש גאַנץ נאַטירלעך, און די צווייטע — נישט. וואָס טוט זיך דאָ?

דער מאָסקווער ייִדישער פֿאַרלאַג „קניזשניקי“ האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ נײַע רוסישע איבערזעצונג פֿון יצחק באַשעוויסעס ראָמאַן „דער שאַרלאַטאַן“. דער איבערזעצער, ישׂראל נעקראַסאָוו, איז אַ באַקאַנטער פּעטערבורגער ייִדישער דיכטער, וועלכער האָט אין 2016 אַרויסגעגעבן זײַן לידער־זאַמלונג „אָפּגעברענטע שטעט“.

אין 2023, איז אין רוסלאַנד פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַן אַנדער רוסישע ווערסיע פֿונעם זעלבן ראָמאַן, באַטיטלט „דער אָפּנאַרער“ און איבערגעזעצט פֿון נינאַ פֿיאָדאָראָוואַ, וואָס קלינגט טיילווײַז ווי אַן אַנדער ווערק אין גאַנצן. אַפֿילו דער הויפּטהעלד, הערמאַן פֿישלזאָן, טראָגט אין איר ווערסיע אַן אַנדער נאָמען: הערץ מינסקער. נעקראַסאָווס ווערסיע קלינגט אויף רוסיש גאַנץ נאַטירלעך, און פֿיאָדאָראָוואַס — נישט. וואָס טוט זיך דאָ? ביידע איבערזעצער זענען זייער געניטע.

באַשעוויסעס ראָמאַן, אָנגעשריבן אין 1967 — 1968, איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אינעם פֿאָרווערטס אונטערן פּסעוודאָנים יצחק וואַרשאַווסקי. אויף דער וועבזײַט פֿון דער ישׂראלדיקער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק, וווּ מע האָט דיגיטאַליזירט די אַלטע פֿאָרווערטס־נומערן, קענט איר אים, אין פּרינציפּ, איבערלייענען, כאָטש דאָס אָפּזוכן די ריכטיקע נומערן איז אַ גאַנצע טירחא און די קוואַליטעט פֿון די סקאַנירטע זײַטלעך איז נישט קיין גוטע.

באַשעוויס אַליין האָט געשריבן אין אַן עטוואָס אַלטמאָדישער אָרטאָגראַפֿיע; למשל, דעם הויפּט־העלדס משפּחה־נאָמען איז בײַ אים „פֿישעלזאָהן“. אין אַ בוכפֿאָרעם איז אָבער דער ראָמאַן אַרויס ערשט אין 2022. דער „לייוויק־הויז“ אין תּל־אָבֿיבֿ האָט אים איבערצואַרבעט לויטן ייִוואָ־אויסלייג.

אַ ביסל פֿריִער, אין 2021, איז אַנטפּלעקט געוואָרן דער כּתבֿ־יד פֿון דער ענגלישער איבערזעצונג פֿונעם ראָמאַן. מע האָט זי נאָך אַלץ נישט פֿאַרוואַנדלט אין אַ בוך. אויף אַ צאָל אַנדערע שפּראַכן האָט מען זי אָבער יאָ איבערגעזעצט. לויט אַלע סימנים, איז דער ענגלישער נוסח געמאַכט געוואָרן גלײַך נאָך דער צײַטונג־פּובליקאַציע, נאָר ער איז ערשט איצט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן. פֿיאָדאָראָוואַס רוסישע ווערסיע שטאַמט פֿון ענגליש, און נעקראַסאָווס – גלײַך פֿון ייִדיש, דערפֿאַר קלינגען זיי גאַנץ אַנדערש איינע פֿון דער צווייטער.

אין דער ענגליש־באַזירטער ווערסיע ווערט דערקלערט, אַז אין הערץ מינסטערס קאָפּ האָט שטענדיק גערעדט אַן אינערלעכער חוזק־מאַכער אַ מאָראַליסט, וועלכן ער האָט גערופֿן „מײַן מגיד“, לכּבֿוד דעם מלאך, וואָס האָט „אַמאָל באַזוכט בײַנאַכט דעם גרויסן תּלמודיסט, דעם רבֿ יוסף קאַרו“. דער ענגלישער איבערזעצער האָט געמוזט מסביר זײַן דעם ניט־ייִדישן לייענער, ווער יוסף קאַרו איז געווען. די רוסישע איבערזעצערין האָט, צוליב דער אומקלאָרער גראַמאַטישער צײַט פֿונעם ענגלישן טעקסט, אָנגעשריבן, אַז יענער מלאך האָט דעם דאָזיקן באַרימטן תּלמודיסט נאָר איין מאָל באַזוכט.

אָט אַזוי שטייט געשריבן אינעם אָריגינעל פֿאָרווערטס־נוסח פֿונעם יאָר 1967: „ס׳האָט אַלעמאָל גערעדט אין אים אַ צווייטער, צו־להכעיס־טוער, אַ מוסרניק. הערמאַן פֿישלזאָן האָט אים גערופֿן ‘מײַן מגיד’ אויפֿן סמך פֿון דעם מלאך, וואָס האָט זיך אַנטפּלעקט צום בית־יוסף.“

אַוודאי קלינגט עס באַטעמט און ייִדישלעך, נאָר אַפֿילו נישט יעדער ייִד ווייסט, ווער דער בית־יוסף איז און וואָס איז די מעשׂה מיט זײַן מלאך. הרבֿ יוסף קאַרו האָט אָנגעשריבן דעם פּירוש „בית־יוסף“ צום „אַרבעה טורים“ פֿון הרבֿ יעקבֿ בן אָשר, באַקאַנט ווי דער „אַרבעה טורים“. יענער ספֿר שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ריזיקן קאָדעקס פֿון פּראַקטישע הלכות. שפּעטער האָט קאַרו אָנגעשריבן אַן אייגענעם הלכה־קאָדערס, דעם באַרימטן שולחן־ערוך. דעם מחבר פֿונעם שולחן־ערוך רופֿט מען אָדער סתּם „מחבר“ אָדער „בית־יוסף“. הרבֿ יוסף קאַרו איז אויך געווען אַ גרויסער מקובל, וועלכער האָט דורך געוויסע פּסיכאָ־טעכנישע מיסטישע געניטונגען אַרויסגערופֿן אַ מגיד — אַ מלאך, וועלכע האָט אים כּסדר אַנטפּלעקט טיפֿע סודות, פֿאַרשריבן אינעם ספֿר „מגיד מישרים“.

באַשעוויס האָט געשריבן פֿאַר אַן עולם, וואָס איז נאָך געווען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט דער חסידישער וועלט, וווּ די דאָזיקע מעשׂה ווייסט אַפֿילו יעדע פֿרוי, לאַוו־דווקא חדר־ייִנגלעך און ישיבֿה־בחורים. אינעם הײַנטיקן וויליאַמסבורג צי מאָנסי קלינגט אָט דער פֿראַגמענט פֿון באַשעוויסן גאַנץ פֿאַרשטענדלעך. ישׂראל נעקראַסאָוו דערמאָנט פּשוט דעם מלאך, וואָס פֿלעגט זיך אַנטפּלעקן צו יוסף קאַרו. די דאָזיקע פֿראַזע ווערט באַגלייט מיט צוויי פֿוסנאָטן, נאָר לייענט זיך אָן זיי גאַנץ נאַטירלעך. דער איבערזעצער האָט מײַסטעריש איבערגעאַרבעט דעם גאַנצן ראָמאַן, ער זאָל קלינגען גאַנץ ייִדישלעך, אָבער נישט צו עסאָטעריש און ישיבֿיש.

להיפּוך, פֿיאָדאָראָוואַס איבערזעצונג קלינגט פֿרעמדלעך, ווי אַ באַשרײַבונג פֿונעם ייִדישן לעבן דורך אַ זײַטיקן מענטש. אין דער אמתן, האָט זי זיך באַצויגן אויך גאַנץ געטרײַ צום טעקסט: דער רוסישער לייענער זעט, אַז דער מחבר איז געווען עפּעס אַן אַמעריקאַנער, וואָס דערציילט וועגן ייִדן אַ ביסל פֿון דער ווײַטנס. ס׳איז טאַקע אַזוי: זי האָט דאָך איבערזעצט נישט באַשעוויסן אַליין, נאָר דעם ענגלישן אָפּטײַטשער פֿון באַשעוויסן פֿאַרן אַמעריקאַנער עולם!

באַקומט זיך אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה. אַ דאַנק די צוויי איבערזעצונגען קאָן דער רוסישער לייענער, האַלטנדיק זיי ביידע פֿאַר זײַנע אויגן, זיך פֿאָרשטעלן דעם פּראָצעס, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין די 1960ער יאָר אין באַשעוויסעס איבערזעצערישן צעך. מע מוז אָבער פֿון אָנהייב אָן וויסן, אַז עס זענען פֿאַראַן צוויי גאַנץ פֿאַרשיידענע „באַשעוויסן“: דער אָריגינעלער און דער איבערגעזעצטער, צומאָל מיט ראַדיקאַלע ענדערונגען.

פֿאַרוואָס איז הערמאַן פֿישלזאָן געוואָרן אויף ענגליש הערץ מינסקער? נעקראַסאָוו האַלט, אַז באַשעוויס האָט מרמז געווען אויף זיך אַליין: הייסן האָט ער געהייסן יצחק־הערץ זינגער און געשריבן אונטערן פּען־נאָמען וואַרשאַווסקי — ענלעך אויף מינסקער.

זיכער איז נעקראַסאָווס ווערסיע אַ סך בעסער. קודם־כּל, האָט ער געאַרבעט דירעקט מיטן ייִדישן טעקסט, און ייִדיש איז דאָך אַ מיזרח־אייראָפּעיִשע שפּראַך, קולטורעל און סינטאַקטיש אַ סך נענטער צו סלאַווישע שפּראַכן, ווי ענגליש. צווייטנס, האָט ער זייער חנעוודיק איבערגעשריבן יעדע פֿראַזע, דער ראָמאַן זאָל קלינגען ממש ווי אַ נאַטירלעכער רוסישער. דערצו האָט ער זיך געלערנט אין ישיבֿה און ווייסט אַ טאָלק אין דער ייִדישער טראַדיציע.

וואָס שייך דעם תּוכן פֿונעם ראָמאַן — איז דאָ איבעריק אים איבערצודערציילן. פֿילאָסאָפֿיע, פּסיכאָאַנאַליז, סתּירותדיקע סעקסועלע באַציִונגען, צווייפֿל, פֿינצטערניש — און אויך אַ שאַרפֿער, רעאַליסטישער בליק אויף דער מענטשלעכער נאַטור. באַשעוויס בלײַבט באַשעוויס און דער וואָס קען ייִדיש וואָלט באַדאַרפֿט אים לייענען אויף ייִדיש.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
    You must comply with the following:

    • Credit the Forward
    • Retain our pixel
    • Preserve our canonical link in Google search
    • Add a noindex tag in Google search

    See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.