איבערזעצערין קאַרעד אָברײַען שרײַבט בוך וועגן די שטערן סימאָר רעכטצײַט און מרים קרעסיןTranslator Caraid O’Brien writing book on Yiddish stars Seymour Rechtseit and Miriam Kressyn
זי שטעלט אויך צונויף אַ פּאָדקאַסט מיטן בראָדװײ־אַקטיאָר האַל ראָבינסאָן אין דער ראָלע פֿון רעכטצײַט.

פֿון רעכטס: די אַקטיאָרן סימאָר רעכטצײַט און לובאַ קאַדיסאָן מיט קאַרעד אָברײַען Courtesy of Careid O’Brien
אָט איז דער פֿערטער אין אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.
נאָך װי אַן אָנהײבער־סטודענטקע פֿון ייִדיש האָב איך שוין געהערט דעם נאָמען „קאַרעד אָברײַען“ אין שײַכות מיט ייִדישן טעאַטער: אַז זי איז אַן איבערזעצערין, אַקטריסע, דראַמאַטורגין, טעאַטער־היסטאָריקערין, רעזשיסאָרשע און ראַדיאָ־פֿירערערין… צי איז דאָ, האָב איך זיך געפֿרעגט, מער װי אײן קאַרעד אָברײַען?
נײן, זי איז נאָר אײן זײער פֿאַרנומענער מענטש. די טעג אַרבעט זי אױף אַ בוך און אַ פּאָדקאַסט — בײדע װעגן אַ מערקװירדיקן פּאָרפֿאָלק, סימאָר רעכטצײַט און מרים קרעסין. רעכטצײַט איז געװען אַ שטערן פֿון ייִדישן מוזיקאַלישן טעאַטער פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה. בעת די 1940ער און 1950ער יאָרן איז ער געװען אַ פּאָפּולערער זינגער אױפֿן ראַדיאָ. צוזאַמען מיט קרעסין האָט ער געזונגען סײַ ייִדישע לידער — װי אױך אַמעריקאַנער לידער איבערגעזעצט אױף ייִדיש. (רעכטצײַט איז אױך געװען אַ נאָענטער חבֿר אָברײַענען — מער װעגן דעם װײַטער.)
דאָס בוך װעט באַשרײַבן רעכטצײַטס און קרעסינס קאַריערעס און השפּעה אױף ייִדישן טעאַטער און ראַדיאָ אין ניו־יאָרק. עס װעט אַרױס פֿון האַרװאַרד יודאַיִקאַ, ווײַל דער אוניװערסיטעט פֿאַרמאָגט די רעכטצײַט־קרעסין אַרכיװן — װאָס אָברײַען האָט שױן אױסגעקאַטאַלאָגירט. דער פּאָדקאַסט, װאָס אָברײַען שרײַבט אױס און דערצײלט, קאָמבינירט היסטאָרישע רעקאָרדירונגען, נײַע רעקאָרדירונגען פֿון לאָרי לײַפֿער און דראַמאַטיזירונגען מיטן בראָדװײ־אַקטיאָר האַל ראָבינסאָן אין דער ראָלע פֿון רעכטצײַט.
נישט לאַנג צוריק האָב איך געזען אָברײַען װי אַן אַקטריסע. איך בין געװען אינעם עולם װען זי האָט פֿאָרגעשטעלט „באַגערן“ (“Desires“) אין דער װילנער שול אין באָסטאָן. אַקאָמפּאַנירט פֿון אַ טריאָ כּלי־זמרים האָט זי פֿאָרגעלײענט אױסצוגן פֿון אַ מעשׂה װעגן ליבע און חילול־הזיװג, אָנגעשריבן פֿון ציליע דראָפּקין אין 1934 און לעצטנס איבערגעזעצט אױף ענגליש פֿון חנה נאָריך (אַניטאַ נאָריטש). די אַטמאָספֿער בעת דער פֿאָרשטעלונג האָט געקנאַקלט מיט ענערגיע.
נאָך דער פֿאָרשטעלונג האָב איך סוף־כּל־סוף געהאַט אַ געלעגנהײט צו שמועסן מיט אָברײַענען װעגן איר לעבן און אַרבעט. איך האָב שוין געװוּסט אַז זי איז געבױרן געװאָרן אין אַ קאַטױלישער משפּחה אין גאַלװײ, אירלאַנד אין 1974 און אױפֿגעװאַקסן אין מאַסאַטשוסעטס. אַװדאי בין איך געװען נײַגעריק צו װיסן׃ פֿאַר װאָס ייִדיש? װאָסער װעג האָט זי געפֿירט צום ייִדישן טעאַטער?
זי מײנט אַז דאָס קערל איז פֿאַרזעצט געװאָרן אין די אַראַן־אינדזלען נאָענט צו מעריבֿ־אירלאַנד. אַלע זומערן בעת די קינדער־ און צענער־יאָרן האָט זי פֿאַרברענגט בײַ די זײדע־באָבע אין די אינדזלען, װוּ מען רעדט נאָך אַלץ איריש־געליש — די אוראַלטע מוטערשפּראַך פֿונעם אירישן פֿאָלק.
פֿון קינדװײַז אָן האָט זי באַמערקט װי אַזױ איריש־געליש, װאָס זי באַשרײַבט װי „דינאַמיש און לײַדנשאַפֿטלעך,“ באַװירקט אַלע מינים שפּראַך אין אירלאַנד, װוּ ענגליש איז דאָס אָפֿיציעלע לשון.
„צוליב דעם האָב איך נאַטירלעך אָפּגעשאַצט ייִדיש, װאָס האָט געהאַט אַזאַ װירקונג אױף דער אַמעריקאַנער שפּראַך און קולטור,“ האָט זי מיר געזאָגט.
פֿון אַ לערערקע אין איר קאַטױלישער מיטלשול האָט זי צום ערשטן מאָל געהערט וועגן ייִדיש אין שײַכות מיט בערנאַרד מאַלאַמוד, סאָל בעלאָ און יצחק באַשעװיס. זי איז פֿאַרכאַפּט געװאָרן, און האָט געלײענט צענדליקער איבערזעצונגען פֿון ייִדישע ראָמאַנען אין דער באָסטאָנער שטאָט־ביבליאָטעק. די פּערסאָנאַזשן און באַדינגונגען האָבן איר דערמאָנט אין מעשׂיות װעגן אַמאָליקן אירלאַנד, װאָס זי האָט געהערט בײַ די קרובֿים.
קײן געלעגנהײט האָט זי אָבער נישט געהאַט זיך צו לערנען ייִדיש — ביז אײן טאָג אין 1994, װען זי האָט באַמערקט אין אַ קאָרידאָר אין באָסטאָנער אוניװערסיטעט אַ רעקלאַמע פֿאַר סטאַזשן אינעם ייִדישן ביכער־צענטער. זי האָט אַרײַנגעשיקט אַן אַפּליקאַציע און מען האָט זי אָנגענומען אין דער פּראָגראַם.
די סטאַזשניקעס האָבן זיך געלערנט ייִדיש יעדן טאָג. נאָך די קלאַסן האָבן זײ געאַרבעט אינעם סקלאַד, אױספּאַקנדיק און פֿאָרשנדיק ייִדישע ביכער װאָס מען האָט געשאָנקען דעם צענטער. צום מערסטנס רירנדיק פֿאַר אָברײַען איז געװען די געלעגנהײט „אָנצוטאַפּן אמתע ייִדישע בענד מיט די אײגענע הענט. דורך זײ האָב איך באַקומען אַזאַ שטאַרקן רושם פֿון די שרײַבערס און לײענערס.“
נאָכן סטאַזש האָט זי געהערט אַװאַנסירטע ייִדיש־קורסן אין ירושלים, װי אױך אַ קלאַס װעגן ייִדישן טעאַטער אין האַרװאַרד. באַלד נאָך דעם האָט זי אָנגעהױבן אַרבעטן אין ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט װי די אָנפֿירערין פֿון אַ װעבזײַט װעגן ייִדישן טעאַטער. כּדי אָנצושרײַבן מאַטעריאַלן האָט זי זיך אײַנגעטונקען אין אַלטע ייִדישע ביכער װעגן טעאַטער. ביסלעכװײַז איז זי געװאָרן אַ קענערין.
אַ פּרעכטיקער טײל פֿון איר טעאַטער־בילדונג האָט זי אָבער באַקומען מחוץ דער אַרבעט. אין ניו־יאָרק האָבן געװױנט צװײ באַיאָרטע אָבער דינאַמישע אַמאָליקע שטערן פֿונעם ייִדישן טעאַטער: סימאָר רעכטצײַט — װי דערמאָנט פֿריִער — און לובאַ קאַדיסאָן. (צום באַדױערן האָט זיך אָברײַען קײנמאָל נישט געטראָפֿן מיט מרים קרעסין, װאָס איז געשטאָרבן אײדער אָברײַען האָט זיך איבערגעקליבן אין ניו־יאָרק). קאַדיסאָן איז געװען דער לעצטער לעבעדיקער מיטגליד פֿון דער באַרימטער װילנער טרופּע, װאָס איר טאַטע האָט געגרינדעט אין װילנע אין 1916. זי האָט געשפּילט הױפּטראָלעס נאָך אין אײראָפּע און שפּעטער אינעם ייִדישן קונסט־טעאַטער אין ניו־יאָרק.
אָברײַען האָט זיך טיף פֿאַרחבֿרט מיט קאַדיסאָן און רעכטצײַט. זײ זײַנען געװאָרן אירע מענטאָרס, און זי איז געװאָרן אַ באַשיצערין פֿון זײער קולטור־ירושה. מיט זײ האָט זי אָפֿט מאָל גערעדט ייִדיש.
„אין קײן קלאַס אין דער װעלט װאָלט איך נישט געקראָגן אַזאַ בילדונג,“ האָט זי געזאָגט. „לובאַ און סימאָר זענען געװען לעבעדיקע פֿאַרבינדונגען מיט דער גאָלדענער תּקופֿה פֿון ייִדישן טעאַטער.“
אין 1999 האָט אָברײַען זיך געהאַלטן אַן עצה מיט בײדע מענטאָרס װעגן דעם פּראָיעקט װאָס איז געװאָרן דער װענדפּונקט פֿון איר קאַריערע: אַ נײַע איבערזעצונג פֿון שלום אַשעס „גאָט פֿון נקמה.“ דאָס האָט שוין אַרויסגערופֿן אַ סענסאַציע. די פּיעסע, אָנגעשריבן אין 1907, קומט טײלװײַז פֿאָר אין אַ באָרדעל — און די נײַע פֿאָרשטעלונג האָט מען טאַקע אויפֿגעפֿירט אינעם גאָגאָ־צימער פֿון אַ סטריפּקלוב אין טײַמס סקװער. אָברײַענס איבערזעצונג האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אויף דער ניו־יאָרקער טעאַטער־װעלט.
זינט דעמאָלט האָט זי איבערגעזעצט נאָך זיבן פּיעסעס פֿון שלום אַשן: דאָ און דאָ קען מען זיך צוהערן צו אירע רעקאָרדירונגען אױף ענגליש. זי טרעט אויף סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף ענגליש מיט ווערק פֿון אַש, דראָפּקין און אַנדערע שרײַבער. אַ װיכטיקע ראָלע האָט זי געשפּילט אינעם שאַפֿן טײלן פֿון ייִדיש׃ אַ גלאָבאַלע קולטור, די פּערמאַנענטע אויסשטעלונג בײַם ייִדישן ביכער צענטער, װוּ זי איז אַ מאָל געװען אַ סטאַזשניקע.
װעגן דער צוקונפֿט זאָגט זי׃ „ייִדישער טעאַטער איז פֿאַר מיר אַן אומאױסשעפּלעכער קװאַל פֿון אידעען און פּראָיעקטן. איצט גרייט איך צו פּריאָריטעטן אױפֿן בוך און פּאָדקאַסט. נאָך דעם װעל איך געפֿינען װײַטערדיקע אופֿנים זיך צו פֿאַרנעמען מיט דער קינסטלערישער ירושה פֿון לובאַ קאַדיסאָן, סימאָר רעכטצײַט און שלום אַש — די הױפּט־אינספּיראַציעס פֿאַר מײַן אַרבעט.“
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO