Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ נײַ בוך דעקט אויף קבלה־השפּעות אין דער רוסישער פּאָעזיעA new book uncovers Kabbalistic underpinnings in Russian poetry

מיט איבער 100 יאָר צוריק האָט קבלה שוין משפּיע געווען אויף קלאַסישע רוסישע דיכטער.

אין רוסלאַנד איז לעצטנס אַרויס אַ בוך וועגן דער פּאָפּולאַריטעט פֿון קבלה אין דער רוסישער קולטור במשך פֿונעם ערשטן דריטל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, בפֿרט אין פּעטערבורג.

דאָס בוך, „זוכנדיק די זעפֿירעע“, האָט אָנגעשריבן קאָנסטאַנטין בורמיסטראָוו, אַ פֿאָרשער פֿון ייִדישער פֿילאָסאָפֿיע. „זעפֿירעע‟ איז אַ נעאָלאָגיזם פֿונעם דיכטער אַנדריי בעלי, צוגעטראַכט אויפֿן סמך פֿון „ספֿירות‟ – דאָס באַהאַלטענע אינערלעכע לאַנד פֿון פּאָעטישער און וויזיאָנערישער באַגײַסטערונג.

די פֿאָרשונג, באַגלייט מיט פּרעכטיקע קאָליריקע אילוסטראַציעס, איז אַ המשך פֿון דער אָנגייענדיקער פֿאָרש־אַרבעט איבער אַ ווייניק באַקאַנטער טעמע: אַז אָנהייבנדיק פֿונעם 16טן יאָרהונדערט, אויב נישט פֿריִער, האָבן אייגנאַרטיקע קבלה־שטודיעס געבליט אין געוויסע קרײַזן פֿון רוסישע קריסטן – אין אַ לאַנד, וווּ קיין ייִדן האָט מען אַפֿילו נישט געלאָזט וווינען. דער סוד פֿון אַזאַ פּאָפּולאַריטעט באַשטייט אין דעם, וואָס קבלה, מיסטעריעזע סודות־התּורה, זענען אין יענע קרײַזן געגאַנגען האַנט אין האַנט מיט מאַגיע, אַלכעמיע און אַנדערע מיסטישע ענינים… פֿאָרט, האָט זי אַרויסגערופֿן אַ באַזונדערן אינטערעס דווקא ווי אַ ייִדישע חכמה.

בורמיסטראָוו ספּעציאַליזירט זיך אינעם ייִדישן גײַסטיק־פֿילאָסאָפֿישן געדאַנק און שטודירט זײַן השפּעה אויף דער אייראָפּעיִשער און רוסישער קולטור. צווישן אַנדערע פֿאָרשער אויף דער דאָזיקער טעמע איז כּדאַי צו דערמאָנען ד״ר מאַריאַ ענדעל.

אין מערבֿ־אייראָפּע האָבן געוויסע קריסטלעכע דענקער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט קבלה נאָך אין מיטל־עלטער. אַ באַקאַנטער בײַשפּיל איז דער איטאַליענישער קאַרדינאַל עגידיאָ דאַ וויטערבאָ. אין זײַן הויז האָט אליהו בחור, דער מחבר פֿונעם „באָווע־בוך‟, געוווינט מיט זײַן משפּחה במשך פֿון 13 יאָר, העלפֿנדיק זײַן קריסטלעכן פֿרײַנד און שטיצער פֿון פֿאַרשטיין לשון־קודש, אַראַמיש, גמרא און קבלה. בײַם 18טן יאָרהונדערט זענען שוין געווען פֿאַרעפֿנטלעכט לאַטײַנישע איבערזעצונגען פֿון אַ גאַנצער ריי באַקאַנטער קבלה־ספֿרים, וואָס אַ רײַכער און געבילדעטער רוס האָט געקאָנט קריגן.

אַן אינטערעסאַנט געשעעניש איז אַמאָל געשען אין פּעטערבורג: אינעם יאָר 1778 האָט זיך אין דער שטאָט באַזעצט דער דאָקטער סטאַניסלאַוו פּינעס (פּינחס) עלי – אַ געשמדטער ייִד אַ מאַסאָן און אַ פֿראַנקיסט. ווי דער שטייגער איז געווען בײַ אַ סך נאָכפֿאָלגער פֿונעם פֿאַלשן משיח יעקבֿ פֿראַנק, האָט ער גוט געקענט קבלה. אַמאָל האָט ער אויסגעהיילט פֿון אַ טויט־סכּנהדיקער מחלה דעם מעכטיקן פּעטערבורגער מאַסאָן איוואַן יעלאַגין, וועלכער האָט שוין לאַנג געזוכט אַן עכטן „רבין‟. זענען זיי געוואָרן נאָענטע חבֿרים; נישט זײַענדיק קיין ייִד, האָט יעלאַגין שפּעטער אַליין אָנגעשריבן עטלעכע בענדער אייגענע קבלה־געדאַנקען – גאַנץ טיפֿע און באַגרינדעטע אויף עכטע ספֿרים, אָבער אויסגעמישטע מיט קריסטלעכער אמונה.

אַזאַ מצבֿ האָט זיך שוין געשאַפֿן אין די רוסישע אַריסטאָקראַטישע קרײַזן אינעם 18טן יאָרהונדערט. בורמיסטראָווס נײַ בוך פֿאָקוסירט זיך אָבער אויף אַ שפּעטערער תּקופֿה, ווען כּלערליי מיסטישע געזעלשאַפֿטן זענען געווען פֿאַרשפּרייט אין פֿראַנקרײַך, ענגלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אַנדערע לענדער. בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז די גאַנצע רוסישע געזעלשאַפֿט געווען דורכגעזאַפּט מיט מיסטישע זוכענישן, חזיונות, ווײַט־מיזרחדיקע רעליגיעס, וכּדומה.

אין זײַן בוך שטעלט בורמיסטראָוו דעם טראָפּ אויף צוויי גוט באַקאַנטע קלאַסישע דיכטער, אַנדריי בעלי און מאַקסימיליאַן וואָלאָשין, און צוויי ווייניקער באַקאַנטע – באָריס פּאָפּלאַווסקי און דעם פּראָזאַיִקער געאָרגי שטראָם. בײַם באַשרײַבן זייער שײַכות צו קבלה ווערן דערמאָנט צענדליקער אַנדערע פֿיגורן, אַרײַנגערעכנט מחברים פֿון אייגענע נישט־ייִדישע קבלה־פּירושים. דער סיפּור־המעשׂה לייענט זיך נישט ווי אַ טרוקענע אַקאַדעמישע שטודיע, נאָר ווי אַ לעבעדיקער פֿאַרכאַפּנדיקער דעטעקטיוו־ראָמאַן.

אין זײַן נאָכוואָרט דערמאָנט דער מחבר די ווערטער פֿונעם דיכטער אַלעקסאַנדר בלאָק (וועלכער האָט זיך אויך אינטערעסירט מיט קבלה), אַז יעדער אַרכעאָלאָג אין אַ שטיקל דיכטער. להיפּוך, באַטאָנט בורמיסטראָוו, צו פֿאַרשטיין אַ דיכטער מוז מען זײַן אַ שטיקל אַרכעאָלאָג, אַפֿילו אין אַ בוכשטעבלעכן זין – גריבלען זיך אין ביבליאָטעקן, אַרכיוון, אַלטע כּתבֿ־ידן. אַזוי ווערן אויסגעגראָבן גאַנץ אינטערעסאַנטע חידושים.

זיכער איז וויכטיק צו פֿירן אַזעלכע פֿאָרשונגען אויך אין אַמעריקע – אַ לאַנד באַקאַנט מיטן גרויסן נײַגער צו רוחניותדיקע און מיסטישע זאַכן, וווּ עכטע ייִדישע מקובלים זענען נישט קיין זעלטנקייט.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.