טשיקאַוועסן: ייִדישע באַפֿעלקערונג איבער דער וועלט כּמעט 15 מיליאָן נפֿשותTidbits: Jewish world population is nearly 15 million
96 פּראָצענט פֿון די ייִדן איבער דער וועלט וווינען אין בלויז צען לענדער

Photo by MENAHEM KAHANA/AFP via Getty Images)
Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:
לויט אַ נײַעם באַריכט פֿונעם „פּיו־פֿאָרשצענטער“ איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג צווישן 2010 און 2020 געוואַקסן מיט זעקס פּראָצענט, דערגרייכנדיק 14.8 מיליאָן נפֿשות.
פֿון דעסט וועגן איז די צאָל ייִדן נאָך אַלץ קלענער ווי זי איז געווען אין 1939, פֿאַרן חורבן. דאָס ייִדישע פֿאָלק באַטרעפֿט בלויז 0.2 פּראָצענט פֿון דער וועלט־באַפֿעלקערונג.
די פֿאָרשער פֿון דער שטודיע האָבן אַנטדעקט אַז 96 פּראָצענט פֿון די ייִדן איבער דער וועלט וווינען אין בלויז צען לענדער און 85 פּראָצענט פֿון זיי וווינען אין בלויז צוויי: ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
די דעפֿיניציע, וואָס איז אַ ייִד, איז אָבער געווען אַנדערש אין ישׂראל ווי אין די אַנדערע לענדער. אין ישׂראל האָט מען געניצט די דעפֿיניציע באַשטימט פֿונעם אינלאַנד־מיניסטעריום: 1) אַלע וואָס האָבן אַ ייִדישע מאַמע און 2) גרים וואָס זייער גרות איז באַשטעטיקט געוואָרן פֿונעם ראַבינאַט.
אין אַלע אַנדערע לענדער האָט מען דעפֿינירט אַ ייִד ווי איינער וואָס אידענטיפֿיצירט זיך אַליין ווי אַ ייִד און וואָס געהערט נישט צו קיין אַנדער רעליגיע.
צווישן 2010 און 2020 איז די צאָל ייִדן אין אייראָפּע געפֿאַלן מיט אַכט פּראָצענט, און אין לאַטײַן־אַמעריקע — מיט 12.5 פּראָצענט.
אין ישׂראל געפֿינט זיך הײַנט די גרעסטע ייִדישע באַפֿעלקערונג: 6.8 מיליאָן, און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן — 5.7 מיליאָן. אין פֿראַנקרײַך — 460,000; אין קאַנאַדע — 350,000; אין ענגלאַנד — 300,000; אַרגענטינע — 170,000; רוסלאַנד — 120,000; דײַטשלאַנד — 120,000, אויסטראַליע — 110,000 און בראַזיל — 90,000.
צו לייענען מער וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read more about this in English, click here.