Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דאָס אײַנפּאַקן אַ טאָרבע פֿאַרן לויפֿן אין שוצקעלער האָט עפּעס דערוועקט אין מירPacking a bag before running to the shelter hit a nerve in me

בני מער האָט שוין מיטגעמאַכט אַ סך מלחמות אין ישׂראל אָבער די איצטיקע איבערלעבונג איז אין גאַנצן אַנדערש.

נעכטן (דינסטיק) האָב איך סוף-כּל-סוף אויסגעפּאַקט די טאָרבע וואָס איז געשטאַנען צוגעגרייט לעבן דער טיר, זינט ס׳איז אויסגעבראָכן די קריג צווישן ישׂראל און איראַן דעם 13טן יוני.

די טאָרבע האָב איך געשווינד מיטגענומען יעדעס מאָל וואָס עס האָט זיך דערהערט אַן אַלאַרם, און כ׳בין אַרײַנגעלאָפֿן אינעם שוצקעלער, וואָס געפֿינט זיך בערך צוויי־דרײַ מינוט לויפֿן פֿון מײַן שטוב אין תּל-אבֿיבֿ. במשך פֿון צען טעג האָט די סירענע אַלאַרמירט איין מאָל אַ טאָג אָדער אַ נאַכט, און אַמאָל אויך עטלעכע מאָל אַ מעת־לעת. אַלע אײַנוווינערס פֿון דער גאַס זײַנען מיט אַ מאָל געלאָפֿן מיט זייערע טאָרבעס אין איין ריכטונג.

אין שוצקעלער האָט יעדער איינער גענומען זײַן אָרט און געזעסן אײַנגעבונדן צו זײַן מאָבילקע, אָדער צו אַ תּהלים-ספֿרל, האָפֿנדיק אַז אַן איראַנישע ראַקעטע האָט נישט געטראָפֿן זײַן הויז. אין דער אמתן איז עס געווען אַ שרעקלעך בילד. איך האָב שוין איבערגעלעבט אַ היפּש ביסל מלחמות אין ישׂראל אָבער כ׳האָב אַזוינס נאָך קיין מאָל נישט געזען.

צוריק אין דער היים, נאָך די לאַנגע וואַרטענישן אין שוצקעלער, ווען מײַן בליק איז געפאַלן אויף דער טאָרבע, האָב איך זיך דערמאָנט, להבֿדיל, אין די טאָרבעס וואָס מײַנע באָבעס האָבן אײַנגעפּאַקט מיט אַ סך יאָרן צוריק.

ערבֿ-סוכּות 1939, דרײַ וואָכן נאָך דער אָקופּאַציע פֿון פּולטוסק, אַ שטעטל אין צפֿון פּוילן וווּ מײַן משפּחה האָט דורות לאַנג געלעבט, זײַנען די דײַטשן אַרײַן אין די ייִדישע הײַזער און אָנגעהויבן שרײַען: „ראַוס, ראַוס!“

„זיי האָבן אונדז נישט געלאָזט נעמען גאָרנישט,“ האָט דערציילט מײַן טאַטע. „מיר זײַנען אַרויס פֿון דער שטוב אָן געלט, אָן דאָקומענטן, אָן עסן און אָן קליידער. אַראָפּגייענדיק די טרעפּ האָט מײַן מאַמע [מײַן באָבע רחל] זיך געווענדט צו אַ דײַטשן אָפֿיציר, און געזאָגט אַז זי האָט קליינע קינדער און זי בעט ער זאָל איר לאָזן עפּעס מיטנעמען. דער דײַטש, וואָס איז מסתּמא געווען אַ מענטש, האָט זי אַוועקגעשיקט צוריק אין הויז מיט אַ זעלנער. די מאַמע האָט גענומען אַ צודעק, אַרײַנגעלייגט אַ דעק, אַ קורטקע און אַ לאַבן ברויט. זי האָט אַלץ צוגעבונדן, און דער זעלנער האָט איר מיטגעהאָלפֿן. מײַן מאַמע איז געווען אַ קליינע און אַ רונדיקע, און דאָס פּעקל איז גרעסער געווען פֿון איר.“

דרײַ יאָר שפּעטער, אין דער אַנדערער זײַט פֿון אייראָפּע, איז מײַן אַנדערע באָבע, דער מאַמעס מאַמע פֿייגע, געבליבן אַליין מיט אירע פֿיר עופֿעלעך אין אַ ליידיקן הויז אין דער ייִדישער געגנט פֿון אַנטווערפּן. דאָס רובֿ ייִדן האָבן די דײַטשן שוין אַוועקגענומען, און מײַן באָבע האָט פֿאַרשטאַנען אַז זי קאָן נישט בלײַבן אויפֿן אָרט אַפֿילו נאָך איין טאָג; אַז זי מוז זיך אַריבערקלײַבן אין אַ נײַער דירה. האָט זי שנעל אײַנגעפּאַקט עטלעכע נייטיקע זאַכן, און אַליין איבעגעפֿירט איר משפּחה אין אַ גויִישער גאַס פֿון דער שטאָט.

מײַן טאַטנס משפּחה איז ניצול געוואָרן אין ראַטן-פֿאַרבאַנד, און מײַן באָבע פֿייגע און די קינדער (מײַן מאַמע בתוכם) זײַנען איבערגעבליבן אין פֿאַרשיידענע באַהעלטענישן. אָבער פֿון זייערע האָב־און־גוטס איז כּמעט גאָר נישט געבליבן: פֿון דער גאַנצער היים אין פּולטוסק האָבן מיר הײַנט צו טאָג בלויז אַ זילבערן בעכערל און איין איינציק בילד. פֿון מײַן מאַמעס צד האָבן מיר נאָר אַ ביסל מער: עטלעכע בילדער פֿון דער משפּחה, און אַ פּאָר בריוו און דאָקומענטן. קיין שום אַנדער זכר איז נישט געבליבן פֿון די פֿריִערדיקע לאַנגע דורות סײַ אין פּוילן, סײַ אין דער בוקאָווינע (פֿון וואַנען מײַן באָבע האָט אימיגרירט קיין בעלגיע).

איך ווייס, מע קאָן נישט, און מע טאָר נישט, פֿאַרגלײַכן די בידנע פּעקלעך פֿון מײַנע באָבעס מיט מײַן אייגענער טאָרבע, וואָס איז אַפֿילו נישט קיין טאָרבע, נאָר אַ מאָדערנער זאַק. דאָס וואָס מיר האָבן איצט איבערגעלעבט איז גאָר ווײַט פֿונעם חורבן. מיר האָבן אַ לאַנד, אַן אַרמיי, שוצקעלערן, פֿאַרזיכערונגען און נאָך אַ סך אַנדערע זאַכן וואָס זיי האָבן נישט געהאַט. אויב מײַן הויז וואָלט חלילה צעשטערט געוואָרן פֿון אַ ראַקעטע, וואָלטן מיר פֿאָרט זיך אַן עצה געגעבן.

יאָ, מע קאָן זאָגן אַז מיר זײַנען די פּריוויליגירטע, בעת די הונדערטער טויזנטער אײַנווינערס פֿון עזה זעען אויס מער ווי די דעמאָלטיקע פּליטים. אין איינער פֿון די נעכט אין שוצקעלער האָב איך געפֿונען ערגעץ וווּ אַן אַרטיקל וואָס אַ מענטש אין עזה האָט געשריבן פֿאַר אַ צווייטן מענטש אין לבֿנון: פֿאַרשיידענע עצות ווי אַזוי אײַנצופּאַקן אַ טאָרבע איידער מע וועט באָמבאַרדירט זײַן הויז. דערנאָך האָב איך געפֿונען אויף דער אינטערנעץ צענדליקער אַנדערע זײַטלעך וואָס ענטפֿערן אויף דער זעלבער פֿראַגע: What to put in your bag in case your house was bombed?

אויף נישט צו באַדאַרפֿן, לא עליכם, קאָן איך אײַך זאָגן וואָס איך האָב אײַנגעפּאַקט: קודם־כּל פֿרעמדע געלט, אויף יעדער צרה שלא תבֿוא, און דערנאָך מעדיקאַמענטן, אַ פּאָר דאָקומענטן, אַ פּאַספּאָרט, צענדליקער בילדער אין אַ קליינעם אַלבאָם, אַ שויס־קאָמפּיוטער און אַ פּאָר קליידער.

איך ווינטש קיינעם נישט ער זאָל מוזן פֿילן דעם זויערן עיפּושדיקן טעם פֿון אַ שוצקעלער אָדער דעם עול פֿון אַזאַ טאָרבע. איך ווינטש אויך קיינעם נישט ער זאָל וויסן דאָס שרעק געפֿיל פון יעדן פּיפּס, וואָס הייסט פֿאַרלירן דעם עצם זיכערקייט אין קיום, פּונקט אַזוי ווי עס שטייט אין פּרשת תּוכחה: „װעסטו קײן רו ניט האָבן, און קיין מנוחה וועט ניט זײַן פֿאַר דײַן פֿוסטריט. […] דײַן לעבן װעט דיר הענגען אַנטקעגן, און װעסט אַנגסטן טאָג און נאַכט, און ניט זײַן זיכער מיט דײַן לעבן.“ (דבֿרים כח, סה-סז; יהואשעס איבערזעצונג).

לעצטנס פֿיל איך אַז נישט נאָר אונדזער דעמאָקראַטיע און פֿרײַהײַט שטייען אין קאָן, נאָר אויך אונדזער לעבן גופֿא. מיר זײַנען אַלע אינעם זעלבן קעסל: די וואָס גלויבן אַז מע האָט געמוזט אַטאַקירן איראַן, און די וואָס זײַנען קעגן דער רעגירונג, ווי אַני-הקטן למשל, און גלויבן אַז זי, די רעגירונג, קאָן נישט – און וויל נישט – מאַכן אַ סוף  צו דער לאַנגיאָריקער מלחמה. לאָמיר האָפֿן אַז מיר אַלע, ישׂראלים פון כּל־המינים און אונדזערע שכנים, וועלן קענען סוף-כּל-סוף אויספּאַקעווען די טאָרבעס און שלאָפֿן בשלום. לאָמיר האָפֿן אַז מיר וועלן קענען אַרויסקריכן פֿון דער בלאָטע.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.