Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דאָקטוירים פֿון אַן אַנדער שניטDoctors of a different sort

די ווילנער דאָקטוירים יעקבֿ וויגאָדסקי און צמח שאַבאַד זענען אויך געווען געזעלשאַפֿטלעכע טוער.

דער אַרטיקל איז לכתּילה געדרוקט געוואָרן אין מאַרץ 2016.

אויף ענגליש איז גרינג איבערצופּלאָנטערן אַ מעדיצינישן דאָקטער מיט אַ מענטשן, וואָס טראָגט דעם אַקאַדעמישן טיטל „דאָקטאָר‟ און קען ניט היילן. אין ביידע פֿאַלן איז עס אַ doctor. אויף ייִדיש איז דער אונטערשייד אַ קלאָרער, בפֿרט אין מערצאָל: דאָקטער — דאָקטוירים, און דאָקטאָר — דאָקטאָרן.

באַזונדערס בולט קען מען זען די ראָלע, וואָס דאָקטוירים האָבן געשפּילט אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער טעטיקייט, ווען מע קוקט זיך צו צו דער געשיכטע פֿון ווילנע; דאָרטן זײַנען געווען גאָר לעגענדאַרע פֿיגורן, ווי יעקבֿ וויגאָדסקי און צמח שאַבאַד. אַ סך איז געזאָגט און אָנגעשריבן געוואָרן וועגן דעם דאָקטאָר מאַקס ווײַנרײַך, די צענטראַלע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿונעם ייִדישן אַקאַדעמישן צענטער — ייִוואָ. אָבער איך בין לחלוטין ניט זיכער, צי אַזאַ צענטער וואָלט טאַקע אויפֿגעקומען אָן זײַן שווער, דאָקטער צמח שאַבאַד, וואָס האָט אין די ערשטע יאָרן פֿאַקטיש גענומען „אויף קעסט‟ אי דעם איידעם זײַנעם, אי דעם אינסטיטוט. ניט צופֿעליק האָט מען דווקא ד״ר שאַבאַדן געשטעלט אַ דענקמאָל אין ווילנע.

יעקבֿ וויגאָדסקי איז אַ מעשׂה פֿאַר זיך. עס זײַנען דאָ זײַנע אייגענע זכרונות (אויף ייִדיש), וואָס מאַכן דעם לייענער אַ סך קליגער וועגן דער געשיכטע פֿון ווילנע, בפֿרט אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. און ס’איז אויך דאָ אַ בוך (אויף רוסיש) פֿון זײַן טאָכטער, אַלכּסנדרה ברושטיין — אַ בוך, וואָס מענטשן, בפֿרט יונגע לײַט, האָבן זשעדנע געלייענט אין די סאָוועטישע צײַטן (מײַן טאָכטער האָט עס, דאַכט זיך, איבערגעלייענט צוויי מאָל), און אפֿשר לייענט מען עס נאָך הײַנט. אַ שאָד, וואָס ס’איז ניט צוטריטלעך אויך אויף אַנדערע שפּראַכן.

לעצטנס, האָב איך זיך „אָנגעשטויסן‟ אויף נאָך איין לעגענדאַרער פֿיגור פֿון דער ווילנער מעדיצינישער און געזעלשאַפֿטלעכער וועלט: ד”ר אַלכּסנדר ליבאָ. ער איז געווען ייִנגער פֿון זײַנע קאָלעגן, שאַבאַד און וויגאָדסקי. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז ער געווען אין דער ווילנער געטאָ. אים איז באַשערט געווען איבערצולעבן די ליקווידאַציע פֿונעם לעצטן רעשטל ייִדישער באַפֿעלקערונג. נאָך דער מלחמה איז ער אַוועק קיין פּוילן, זיך באַזעצט אין לאָדזש, וווּ ער איז ווידער באַקאַנט געוואָרן ניט בלויז ווי אַ גוטער דאָקטער, נאָר אויך ווי אַן אַקטיווער כּלל־טוער. אַ קורצע צײַט האָט ער אַפֿילו אָנגעפֿירט מיט דער פֿאַראייניקונג פֿון רעליגיעזע קהילות פֿון פּוילן, ביז זײַן אַרויספֿאָרן קיין ישׂראל אין יאָר 1958.

אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָבן די ייִדישע דאָקטוירים אויך געפֿירט אַ כּלל־טעטיקייט. איך וועל דערמאָנען נאָר איין פּערזענלעכקייט: חיים ספּיוואַק, וואָס איז געקומען קיין אַמעריקע ווי אַ מיטגליד פֿון דער זעלבער גרופּע יונגע לײַט, צווישן וועלכע ס‘איז געווען אַב. קאַהאַן, וואָס איז שפּעטער געוואָרן דער רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟. ספּיוואַקס וועג איז געווען אַן אַנדערער — ער האָט פֿאַרענדיקט אַ מעדיצינישע שול. זײַן לעבן האָט זיך אַזוי אַ דריי געטאָן, אַז ער האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור אין דער געשיכטע ווי איינער פֿון די גרינדערס פֿונעם צענטער פֿאַר היילן טובערקולאָז. דער דאָזיקער צענטער איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין דענווער, וואָס איז — צוליב דעם היגן קלימאַט — באַוווּסט געוואָרן ווי די „הויפּטשטאָט‟ פֿון טובערקולאָז־מעדיצין.

אין יענע יאָרן, סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, איז טובערקולאָז געווען אַן אָנשיקעניש, וואָס האָט פֿאַרקירצט טויזנטער לעבנס אין ניו־יאָרק, בפֿרט אין די געגנטן, וועלכע זײַנען געווען געדיכט באַפֿעלקערט דורך ייִדישע אימיגראַנטן. אייניקע טעאָרעטיקער האָבן דעמאָלט אַפֿילו „אַנטפּלעקט‟ אַ באַזונדערן, ייִדישן, טובערקולאָז. מע פֿלעגט זאָגן, אַז דאָס הוסטן איז געווען דער דאָמינירנדיקער קלאַנג אין די געגנטן, וווּ עס האָבן געלעבט און געאַרבעט מענטשן אין שרעקלעכע באַדינגונגען, אַז ס’איז דאָרטן כּמעט ניט געווען קיין פֿרישע לופֿט.

אָבער ד”ר ספּיוואַק האָט איבערגעלאָזט אַ שפּור ניט בלויז אין דער טובערקולאָז־געשיכטע; ער איז געוואָרן אַ וויכטיקע פֿיגור אין דער ייִדישער כּלל־טעטיקייט, סײַ אין דענווער, סײַ מחוץ דער שטאָט. אים האָבן, בפֿרט, אינטערעסירט פֿילאָלאָגישע פֿראַגן. ער איז געווען אַן ענטוזיאַסט פֿון אויפֿלעבן העברעיִש; ייִדיש האָט ער אויך ליב געהאַט, און געשריבן וועגן דעם. צוזאַמען מיטן דיכטער יהואש, וואָס איז געווען זײַן פּאַציענט, האָט ער צונויפֿגעשטעלט אַ ווערטערבוך — „פֿון אַלע העברעיִשע (און כאַלדעיִשע) ווערטער, אויסדרוקן און אייגן־נעמען, וועלכע ווערן געברויכט אין דער ייִדישער שפּראַך‟.

מיר דאַכט זיך, אַז אָט די קולטור — פֿון אַ דאָקטער און כּלל־טוער אין דער זעלבער צײַט — איז פֿאַרלוירן, אָדער כּמעט פֿאַרלוירן, געגאַנגען. פֿאַר וואָס, ווייס איך ניט. איך קען אַרויסזאָגן נאָר אַ השערה: קוקנדיק אויף די יונגע ייִדישע סטודענטן, וואָס גייען דערנאָך אין מעדיצינישע שולן, דאַכט זיך מיר, אַז עס פֿעלט זיי, בדרך־כּלל, די אינטעלעקטועלע ברייטקייט, וואָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די פֿריִערדיקע דורות דאָקטוירים.

Dive In

Explore

Most Popular

In Case You Missed It

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.