טשיקאַוועסן: זשורנאַל „טײַם“ באַערט בחור פֿאַרן פּראָטעזשירן חורבן־דערציִונגTidbits: Time Magazine honors young man for promoting Holocaust education
דבֿ פֿאָרמאַן איז אָנערקענט געוואָרן ווי איינער פֿון די 100 גרעסטע בעלי־משפּיע אויף דער אינטערנעץ.

דבֿ פֿאָרמאַן מיט זײַן עלטער־באָבען, לילי עבערט, יוני 2021 Photo by Wikimedia Commons
Tidbits is a Forverts feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both! If you read the article and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief. Listen to the report here:
אַן אור־אייניקל פֿון אַ פֿרוי, וואָס האָט איבערגעלעבט אוישוויץ, איז אָנערקענט געוואָרן דורכן זשורנאַל „טײַם“ ווי איינער פֿון די גרעסטע בעלי־משפּיע* אויף דער אינטערנעץ.
דער 21־יאָריקער בחור, דבֿ פֿאָרמאַן, איז געווען בלויז אַ צענערלינג ווען ער האָט געהאָלפֿן זײַן עלטער־באָבען, לילי עבערט, אָנשרײַבן איר בוך זכרונות, „ליליס צוזאָג“.
ווי איינער פֿון לילי עבערטס 38 אור־אייניקלעך, ניצט פֿאָרמאַן הײַנט די סאָציאַלע מעדיאַ צו פֿאַרשפּרייטן איר געשיכטע און פּראָטעזשירן די וויכטיקייט פֿון לערנען קינדער וועגן דעם חורבן. זייער בשותּפֿותדיקע טיקטאָק־קאָנטע האָט שוין צוויי מיליאָן אָנהענגער.
אין אַ פֿייסבוק־מעלדונג האָט פֿאָרמאַן געשריבן אַז ס׳איז פֿאַר אים אַ גרויסער כּבֿוד צו פֿיגורירן אין דער רשימה. „ס׳האָט זיך אָנגעהויבן ווי סתּם אַ פּראָיעקט וואָס איז מיר געווען נאָענט צום האַרצן — האָט ער געזאָגט. „פֿאַרשפּרייטן מײַן עלטער־באָבעס חורבן־געשיכטע אויף טיקטאָק. מיט פּונקט 81 יאָר צוריק איז זי אָנגעקומען אין אוישוויץ. ווער האָט געוווּסט אַז זי וועט עס איבערלעבן, וועט אָנהייבן אַ נײַ לעבן, דערציִען אַ משפּחה — און אַז איר אור־אייניקל וועט 81 יאָר שפּעטער אָנערקענט ווערן צוליב דעם.“
לילי עבערט איז געווען 20 יאָר אַלט, ווען מע האָט זי מיט איר משפּחה דעפּאָרטירט קיין אוישוויץ־בירקענאַו דעם 9טן יולי 1944. איר מאַמע, ייִנגערע שוועסטער און ברודער זענען אַלע אומגעקומען. זי אַליין האָט דערלעבט ביז הונדערט יאָר און איז געשטאָרבן אין אָקטאָבער 2024.
ווי איינע פֿון די גרינדער פֿונעם בריטישן „צענטער פֿאַר די לעבן געבליבענע פֿון חורבן“, איז לילי עבערט אין 2023 באַערט געוואָרן דורך דער בריטישער רעגירונג פֿאַר איר אַרבעט לטובֿת דער חורבן־דערציִונג.
*בעל־משפּיע = influencer
צו לייענען מער וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read more about this in English, click here.