Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אלי שאַרפֿשטיינס סאָוועטישע נאָך־מלחמהדיקע ליטע רעדט אויף ייִדישEli Sharfstein’s Soviet post-war Lithuania speaks Yiddish

די דערציילונגען אין „מײַן ווילנער זאַוווּליק“ שילדערן דאָס ייִדישע לעבן אינעם נאָכמלחמהדיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד פֿון אַ פּערזענלעכן קוקווינקל.

דער ייִדישער שרײַבער אלי שאַרפֿשטיין, אַ געבוירענער אין ווילנע נאָכן חורבן, האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז ער גרייט זיך שוין באַלד אַרויסצוגעבן אַ נײַע זאַמלונג דערציילונגען, „דער סאָלדאַט שלאָפֿט און די דינסט גייט ווײַטער‟. נישט לאַנג צוריק האָט ער געמאָלדן אין פֿייסבוק, אַז זײַן ערשטע פּראָזע־זאַמלונג „מײַן ווילנער זאַוווּליק‟ האָט מען שוין כּמעט אינגאַנצן אויספֿאַרקויפֿט; עס זענען בײַ אים געבליבן בלויז עטלעכע לעצטע עקזעמפּלאַרן.

„מײַן ווילנער זאַוווּליק‟ הייבט זיך אָן מיט שאַרפֿשטיינס ליד „איך בין אַ ווילנער‟ און באַשטייט פֿון 12 דערציילונגען, באַגרינדעט אויף רעאַלע לעבנס־געשעענישן. פֿאַרשטייט זיך, ווי דער מחבר האָט מיר דערקלערט, זענען זיי אָנגעשריבן מיט אַ צומיש פֿון ליטעראַרישע אויסטראַכטענישן. אַ טייל פֿון זיי זענען פֿריִער פּובליקירט געוואָרן אינעם קוואַרטאַלניק „ייִדישלאַנד‟ און אינעם חודשלעכן זשורנאַל „ייִדיש בראַנזשע‟ – אַ וועב־זשורנאַל מיט אַן אייגענעם פֿאַרלאַג, וועלכער האָט אַרויסגעגעבן דאָס בוך.

אלי שאַרפֿשטיין איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1950. נישט געקוקט אויף דער שרעקלעכער טראַגעדיע פֿונעם חורבן, האָט אין ווילנע נאָך געבליט אַ ממשותדיקע ייִדיש־רעדנדיקע סבֿיבֿה ייִדן, וועלכע האָבן זיך אומגעקערט אין דער שטאָט פֿון עוואַקואַציע. ביידע עלטערן פֿונעם שרײַבער זענען געווען אַקטיאָרן אינעם ייִדישן טעאַטער. זײַן טאַטע, משה־הירש שאַרפֿשטיין, איז נאָך געווען אַ תּלמיד פֿון שלמה מיכאָעלסן. אין דער היים האָט מען גערעדט אויפֿן ליטעראַרישן ייִדיש, אויסגעמישט מיטן היימישן ליטווישן דיאַלעקט. ביז זעקס אָדער זיבן יאָר האָט דער צוקונפֿטיקער שרײַבער גערעדט נאָר אויף ייִדיש, הגם פֿאָרמעל האָט ער די שפּראַך אין ערגעץ נישט געלערנט. און אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע סאָוועטישע ייִדן פֿונעם נאָכמלחמהדיקן דור, האָט ער פֿון קינדווײַז אָן געקענט עבֿרי.

אין 1971 האָט דער שרײַבער עולה געווען קיין ישׂראל, אָבער אין זײַן זכּרון איז דער ראַטן־פֿאַרבאַנד געבליבן אַ לאַנד, וווּ צו הערן ייִדיש אויף דער גאַס איז נישט געווען קיין זעלטנקייט.

ווען זײַן טאַטע איז ניפֿטר געוואָרן אין 2020, האָט שאַרפֿשטיין אָנגעהויבן שרײַבן לידער און פּראָזע אויף זײַן מאַמע־לשון. אין 2023 איז אַרויס זײַן לידער־זאַמלונג „פּלוצעם ייִדיש‟, געשאַפֿן בכּיוון נאָר אין אַן עלעקטראָנישער פֿאָרעם, יעדער זאָל זי קענען אַראָפּלאָדן פֿון דער אינטערנעץ און לייענען פֿרײַ פֿון אָפּצאָל. אַ ריי לידער זענען דאָרט געווידמעט דעם עצם־ענין שרײַבן אויף ייִדיש. צו אַ צאָל זײַנע פּאָעטישע ווערק האָט שאַרפֿשטיין געשאַפֿן אייגענע מוזיק.

הגם ווילנע איז אַ גרויסע שטאָט, אַזוי ווי וואַרשע צי קיִעוו, איז זי אָבער אַרומגערינגלט מיט קליינע שטעטלעך. אין „מײַן ווילנער זאַוווּליק‟ פֿיגורירן כּסדר אַזעלכע שטעטלעך. די דערציילונג „פֿוטבאָל שפּילן אַפֿילו אָרעמע־לײַט‟, למשל, שילדערט אַ ייִדישע פֿוסבאָל־מאַנשאַפֿט און אַ ניט־ייִדישע, האָבן זיך פֿאַרמעסטן אין עפּעס אַ קליין אָרט.

דאָ איז וויכטיק צו באַמערקן, אַז שאַרפֿשטיין נוצט כּסדר אויס היימישע ווערטער פֿונעם סאָוועטישן און ליטווישן לעקסיקאָן. דווקא אַ „פֿוטבאָל־קאָמאַנדע‟ (הגם דאָס וואָרט „מאַנשאַפֿט‟ אינעם זעלבן קאָנטעקסט טרעפֿן אינעם בוך אויך), אַ „שישקע‟ (אַ גרויסער מענטש) אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, „האָספּיטאַל‟ (אַ מיליטערישער שפּיטאָל). „זאַוווּליק‟ (אַ קליין געסעלע) איז, אַוודאי, אַ ליטוואַקיש וואָרט, וואָס שטאַמט פֿון ווײַסרוסיש.

אַפֿילו אַנטיסעמיטן ווערן אינעם בוך געשילדערט מיט אַ געוויסער נאָסטאַלגישער סימפּאַטיע. אין דער דערציילונג „אַ מעשׂה מיט אַ שיקסע‟, וואָס דינט „אַנשטאָט אַ הקדמה‟ צו דער גאַנצער זאַמלונג, גייט די רייד פֿון אַ פֿרוי, וועלכע פֿלעגט אָפּטאָן בייזע שפּיצלעך מיט ייִדן. פֿאָרט, ווערט זי באַשריבן מיט אַ סימפּאַטישן און עראָטישן הומאָר. די לייענער קאָנען זיך גוט פֿאָרשטעלן דאָס סאָוועטיש־ייִדישע לעבן אין ווילנע נאָך דער מלחמה, צומאָל מיט אַ סאַטירישן טאָן, אָבער תּמיד מיט ליבשאַפֿט צום מחברס היימשטאָט.

אַלי שאַרפֿשטיין האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן צווייט בוך פּראָזע וועט זײַן ממשותדיק לענגער – מער ווי 20 מעשׂיות. טיילווײַז קענט איר זיי שוין איבערלייענען בײַ „ייִדיש בראַנזשע‟. די דערציילונגען זענען אויך באַגרינדעט אויף עכטע איבערלעבונגען –  ווי, למשל, דעם מחברס דינסט אין דער סאָוועטישער אַרמיי. דאָס ערנסטע מיליטערישע לעבן ווערט צונויפֿגעפֿלאָכטן מיט לײַכטערע זאַכן ווי סאַמאָגאָן (היים־געמאַכטער בראָנפֿן) און אַ מעלקערין פֿון בהמות וואָס ער באַשרײַבט ווי „אַ יונגע, אַ בלאָנדע און אַ רונדע מילכשיקסע”.

אַזוי ווי זײַן פֿריִערדיק בוך, זענען די מעשׂיות אינעם קומעדיקן, „דער סאָלדאַט שלאָפֿט און די דינסט גייט ווײַטער‟ אָנגעשריבן מיט אַ סימפּאַטישן הומאָר, אַ שטיקל עראָטיק און נאָסטאַלגישע געפֿילן. ווען דאָס בוך וועט אַרויס, וועלן די לייענער זיך באַקענען מיט אַן אַנדער אַספּעקט פֿונעם סאָוועטיש־ייִדישן לעבן, ווידער אין ליטע.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.