די ווערק פֿון ישׂשׂכר בער ריבאַק מערקן אָפּ, און מאַכן איבער אַ צעשטערטע וועלטThese works by Issachar Ber Ryback commemorate, and transform, a devastated world
אין די אילוסטראַציעס האָט ער אױסגעדריקט זײַן צער נאָך די מוראדיקע פּאָגראָמען פֿון דער רוסישער בירגערקריג.

ישׂשׂכר בער ריבאַק, „אין דער שול“, פֿונעם אַלבאָם „שטעטל: מײַן חרובֿער היים, אַ געדעכעניש“, 1923 Photo by Musée d’art et d’histoire du Judaïsme (mahJ), Paris
דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די אַנדערע אַרטיקלען אין דער סעריע.
כאָטש ישׂשׂכר בער ריבאַק (1935-1897) איז געשטאָרבן בײַם יונגן עלטער פֿון 38 יאָר איז זײַן קאַריערע געווען אַ װענדפּונקט אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער קונסט.
אין קיִעװ, בערלין און פּאַריז האָט ער געשפּילט אַ הױפּטראָלע אינעם שאַפֿן אַװאַנגאַרדישע קונסט װאָס איז בפֿירוש ייִדיש. איך אַלײן האָב זײַנע ווערק צום ערשטן מאָל אָנגעטראָפֿן דאָ אינעם פֿאָרװערטס און האָב אַפֿילו אָנגעשריבן מײַן ערשטן אַרטיקל אױף ייִדיש װעגן דער דאָזיקער טראַנספֿאָרמאַטיװער איבערלעבונג.
דאָ װעל איך זיך קאָנצענטרירן אױף צװײ בילדער פֿון ריבאַקס וואָס מע געפֿינט אין זײַן אַלבאָם „שטעטל׃ מײַן חרובֿער הײם, אַ געדעכעניש“ (1923). ער האָט פּובליקירט דעם דאָזיקן אַלבאָם ליטאָגראַפֿיעס, באַזירט אױף די אײגענע צײכענונגען, צו 26 יאָר אין בערלין. אין די אילוסטראַציעס האָט ער אױסגעדריקט זײַן װײטיק און צער נאָך די מוראדיקע פּאָגראָמען פֿון דער רוסישער בירגערקריג. אַרום 150,000 ייִדן זײַנען דערהרגעט געװאָרן אין שטעט און שטעטלעך, אַרײַננעמענדיק ריבאַקס טאַטע. מיטן װאָקאַבולאַר פֿון אײראָפּעיִשן מאָדערניזם באַצייכנט ער דעם אָנדענק פֿון אַ צעשטערטער ייִדישער װעלט.
אױפֿן טאָװל פֿון „שטעטל“, װאָס באַשטײט פֿון 31 ליטאָגראַפֿיעס אײַנגעבונדן אין האַרטע טאָװלען, ליגט אַ לײב צװישן סטיליזירטע געװיקסן. די דאָזיקע מאָטיװן האָט ריבאַק געבאָרגט בײַ אַלטע ייִדישע מצבֿות. אַ פּאָר יאָרן אײדער ער האָט געשאַפֿן „שטעטל“ איז ער איבערגעפֿאָרן איבער עטלעכע שטעטלעך אין הײַנטיקן בעלאַרוס און אוקראַיִנע כּדי אױסצופֿאָרשן ייִדישע פֿאָלקסקונסט — אַרײַננעמענדיק אױסגעשניצטע מצבֿות, שיל־מאָלערײַען און זילבערנע תּשמישי־קדושה. ער אַלײן איז געבױרן געװאָרן אין אַ רעלאַטיװ גרױסער שטאָט, אָבער װי אַנדערע ייִדן אין מיזרח־אײראָפּע אין דער דאָזיקער תּקופֿה, האָט ער געהאַלטן די שטעטלעך פֿאַרן תּמצית פֿון ייִדישער אױטענטישקײט. דערפֿאַר האָט ער אײַנגעגלידערט פֿאָלקס־מאָטיװן אין דער אײגענער קונסט, כאָטש גלײַכצײַטיק האָט ער זײ אױך טראַנספֿאָרמירט.

סטילסטיש איז דער לײב אױפֿן טאָװל פֿון „שטעטל“ אַ טראַדיציאָנעלע טעמע און גרינג צו דערקענען פֿון אַלטע מצבֿות. אָבער ריבאַק ניצט דאָס בילדװאַרג אױף אַ נײַעם אופֿן. פֿרומע ייִדן האָבן נישט געשאַפֿן קײן קינסטערלישע אַלבאָמען פֿול מיט ליטאָגראַפֿיעס. הײסט עס, אַז דער אַלטמאָדישער לײב געפֿינט זיך דאָ אין זײער אַ נײַעם קאָנטעקסט.
און ריבאַק איז געװען נאָך דרײסטער. דאָס ייִדישע װאָרט „שטעטל“ אונטערן לײב רופֿט אַרױס די העברעיִשע אױפֿשריפֿט אױסגעשניצט אױף אַ מצבֿה. אַזױ װערט דער קונסט־אַלבאָם אַליין אַ מין מצבֿה, װאָס פּאַסט צו דער טעמע פֿונעם צעשטערטן ייִדישן לעבן. דערמיט פֿאַרהײליקט ריבאַק די מאָדערנע קונסט, און לײגט פֿאָר אַז זײַנע ליטאָגראַפֿיעס קענען דינען װי אַ װערדיקע מצבֿה פֿאַר אָפּגעקױלעטע ייִדן.
אַלע ליטאָגראַפֿיעס אינעם אַלבאָם זײַנען פֿאַרכאַפּנדיק, אָבער איצט װיל איך קוקן אױף בלויז אײנער — „אין דער שיל.“ דאָ איז דער קינסטלערישער װאָקאַבולאַר אַװאַנגאַרדיש. די אינטענסיװע עמאָציאָנעלע שטימונג װײַזט די השפּעה פֿון עקספּרעסיאָניזם. פֿון קוביזם שטאַמט די צעשמעטערטע אײבערפֿלאַך פֿונעם בילד, װאָס רופֿט אַרױס שערבלעך גלאָז. די שיל, דער צענטער פֿון ייִדישן גײַסטיקן לעבן, איז ממש צעבראָכן געװאָרן. די שאַרפֿע װינקלען פֿון די װענט און דער סטעליע בײגן זיך און גליטשן זיך — אַ פּנים האַלטן זײ שיִער נישט בײַם אײַנפֿאַלן. דאָס בילד רײַסט זיך אויף װי שװאַרץ־װײַסע בליצן, אָדער װי אַ װיזועל געשרײ.
איך װאָלט אָבער געטענהט אַז ריבאַק באַניצט די אַבסטראַקטע, געאָמעטרישע געשטאַלטן פֿון קאָנסטרוקטיװיזם כּדי אױסצודריקן עפּעס אַנדערש. די ייִדן אין טליתים און תּפֿילין װאָס דאַװענען פֿאַר אַ שויתּי זײַנען מאַסיװ און פֿעסט, װי זיי וואָלטן אַליין געווען אױסגעשניצט פֿון האָלץ. בעת זיי דאַווענען זינדערן זיי זיך אָפּ פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע אַרום זײ. דאָס בילד גיט דעם רושם אַז אַפֿילו אױב די שיל װאָלט זיך צעברעקלט װאָלטן די ייִדן פֿאַרענדיקט זייער דאַווענען רויִק און מיט כּוונה. עס דאַכט זיך ווי ריבאַק לייגט פֿאָר אַז דער תּוך פֿון דער ייִדישער אמונה וועט דויערן אויף אייביק, נישט געקוקט אױף אַלע אומגליקן — און אַז די אײגענע קונסט, װאָס בינדט ייִדישקײט צונויף מיט מאָדערניזם, איז אַ טײל פֿונעם דאָזיקן כּוח אַלץ אױסצוהאַלטן.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
