ישׂשׂכר בער ריבאַקס קונסטווערק האָבן מיר געעפֿנט די אויגןIssachar Ber Ryback’s art is a revelation!
אַ דאַנק אַ פֿאָרווערטס־אַרטיקל וועגן ריבאַקס קונסט, האָט די קונסט־עקספּערטין דזשעניפֿער שטערן אָנגעהויבן פֿאָרשן אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע קינסטלער

Graphic by Angelie Zaslavsky
לייענענדיק לעצטנס דעם פֿאָרווערטס־אַרטיקל וועגן דעם קינסטלער ישׂשׂכר־בער ריבאַק בין איך פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿון זײַן מאָלערײַ, „די אַלטע שיל‟ (1917).
אױפֿן ערשטן בליק איז דער קאָנטראַסט צװישן העל און טונקל מערקװערדיק: די שטאַרקע װײַסע געשטאַלטן פֿון די כמאַרעס זײַנען דראַמאַטיש אַנטקעגנגעשטעלט קעגן די גראָע טײלן פֿונעם הימל, און באַזונדערש קעגן דער טונקל־ברױנער (כּמעט שװאַרצער) מאַסע פֿון דער שיל. עס איז נישטאָ קײן שטורעם, אָבער מען באַקומט דעם רושם פֿון אַ מעכטיקן בליץ װאָס באַלײַכט די סצענע. די שטימונג איז פֿינצטער – עלעהײ אַ קאַטאַסטראָפֿע אַנטװיקלט זיך.
מיר װײסן אַז די שיל איז אַ הילצערנע, און דאָס האָלץ רופֿט אַרױס די אומבאַשיצטע מענטשישע הױט. פּונקט װי הױט קען דאָס האָלץ גרינג באַשעדיקט װערן, בפֿרט פֿון דער בליץ־שׂרפֿה װאָס מען דערפֿילט, כאָטש מע זעט אים נישט. עס דאַכט זיך אַז די שיל אַלײן דערשפּירט דעם קומעדיקן חורבן: זי זעט אױס אױפֿגעציטערט, ווי זי וואָלט פֿאַרדרײט דעם קאָפּ פֿונעם צעשמעטערטן הימל װאָס סטראַשעט זי מיט שערבלעך װי מעסערס. און די שיל איז װי אַ קאָפּ: די צװײ פֿענצטער װאָס קוקן לינקס זײַנען לײדיקע אױגן, און די פֿיר אַרקעס פֿונעם גאַניק זײַנען צײנער װאָס מאַכן גרימאַסן. די ערד רעכטס הײבט זיך אױף, עלעהײ זי װיל אױפֿעסן די שיל. אַלץ איז װינקלדיק, צעשטערט, אָנגעשטרענגט. אַזױ איז טאַקע געװען דאָס ייִדישע לעבן אין אוקראַיִנע אין 1917, צװישן מלחמה, פּאָגראָמען און סאָציאַלן אױפֿברױז.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
