Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ישׂשׂכר־בער ריבאַקס אַוואַנגאַרדישע בילדער פֿון אוקראַיִנער שטעטל־ייִדןArtist Issachar Ber Ryback’s avant-garde portrayals of Ukrainian shtetl-Jews

אַ צאָל קונסט־עקספּערטן האַלטן אַז ווען דער מאָלער וואָלט ניט געשטאָרבן אַזוי יונג וואָלט ער געקאָנט ווערן אַזוי באַרימט ווי שאַגאַל.

נעמענדיק אין באַטראַכט די שרעקלעכע בלוט־פֿאַרגיסונג אין אוקראַיִנע מצד רוסלאַנד די טעג, האָבן מיר לעצטנס אָנגעהויבן צו שרײַבן וועגן דעם גרויסן בײַטראָג פֿון די אוקראַיִנער ייִדן צו דער רײַכער ייִדישער קולטור.

הײַנט וועלן מיר פֿאָקוסירן אויפֿן אָנגעזעענעם ייִדישן מאָלער ישׂשׂכר־בער ריבאַק, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין יעליסאַוועטגראַד אין 1897.

אויף דער וועבזײַט פֿונעם מאָסקווער מלוכישן מוזיי אויפֿן נאָמען פֿון פּושקין געפֿינט זיך אַן עלעקטראָנישע ווערסיע פֿונעם זעלטענעם קונסט־אַלבאָם, וואָס ריבאַק האָט אַרויסגעגעבן אין 1923 דורכן בערלינער „שוועלן־פֿאַרלאַג‟. דער אַלבאָם הייסט „שטעטל: מײַן חרובֿער היים – אַ געדעכעניש‟. דער עצם־נאָמען פֿונעם אַלבאָם ווײַזט, אַז ריבאַק איז געווען אַ ליטוואַק ווײַל אויף ליטוויש ייִדיש איז דאָס וואָרט „היים‟ זכר. אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן זיך אין יעליסאַוועטגראַד טאַקע באַזעצט אַ סך ייִדן פֿון ליטע און רײַסן.

the old synagogue - rybak

„די אַלטע שיל‟ (1917) Image by Wikimedia Commons

אַנדערע שטעטלווערק זײַנע קען מען געפֿינען דאָ, אויף דער וועבזײַט פֿונעם קונסט־מוזיי אין דניפּראָ, אוקראַיִנע.

די צייכענונגען, וואָס ווערן געוויזן אויף דער מאָסקווער ווירטועלער אויסשטעלונג, האָט ריבאַק געשאַפֿן במשך פֿונעם גורלדיקן יאָר 1917. אַ סך בילדער זענען געווידמעט טראַדיציאָנעלע ייִדישע טעמעס, ווי קבלת־שבת, שידוכים און חתונות, שילן און חסידים מיט שטרײַמלעך. דעם מאָלערס משפּחה איז טאַקע געווען אַ חסידישע (אויף וויפֿל איך ווייס — רײַסישע חב״דניקעס). צו יענער צײַט, ווען דער אַלבאָם איז אַרויס, איז די אַלטע ייִדישע וועלט פֿון ריבאַקס קינדער־יאָרן פֿאַקטיש חרובֿ געוואָרן, ווײַל נאָך דער רעוואָלוציע זענען אויסגעבראָכן אַ צאָל פּאָגראָמען. אויך זײַן טאַטע איז דערהרגעט געוואָרן בעת דעם קיִעווער פּאָגראָם אין 1919.

rybak - blessing

„ליכט־בענטשן‟ (1917) Image by Wikimedia Commons

זײַענדיק אַ תּלמיד פֿון דער קיִעווער קונסטשול, האָט ריבאַק זיך געלערנט בײַ צוויי באַקאַנטע קובאָ־פֿוטוריסטן: אַלעקסאַנדר באָגאָמאַזאָוו און אַלעקסאַנדראַ עקסטער. קובאָ־פֿוטוריזם איז געווען אַן אַוואַנגאַרדישער קונסט־סטיל, וואָס האָט קאָמבינירט עלעמענטן פֿון קוביזם און פֿוטוריזם.

נאָכן פֿאַרענדיקן די קונסטשול אין 1916, איז ער געפֿאָרן איבער די שטעטלעך פֿון אוקראַיִנע און ווײַסרוסלאַנד, שאַפֿנדיק אייגנאַרטיקע אַוואַנגאַרד־אימאַזשן פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. נאָך דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע, האָט ריבאַק זיך באַטייליקט אין פֿאַרשיידענע פּראָיעקטן פֿונעם ייִדישן פּראָגרעסיוון אַוואַנגאַרד, צוזאַמען מיט געוויסע קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי דוד בערגעלסאָן און דוד האָפֿשטיין. אינעם יאָר 1918 האָט ער געהאָלפֿן שאַפֿן די קיִעווער ייִדישע אָרגאַניזאַציע „קולטור־ליגע‟. ווי אַ סאָציאַליסט, האָט ער געשטיצט די רעוואָלוציע, אָבער צוליב דער בירגער־קריג איז ער אינעם יאָר 1921 אַנטלאָפֿן — צו ערשט קיין קאָוונע, און דערנאָך קיין בערלין.

ryback - my village

„דער שוסטער‟ (1924) Image by Wikimedia Commons

אין דײַטשלאַנד האָט ריבאַק זיך אָנגעשלאָסן אין דער אַוואַנגאַרדיסטישער „נאָוועמבער־גרופּע‟, וואָס האָט געפּרוּווט אויסדריקן ראַדיקאַלע לינקע ווערטן דורך קונסט. וווינענדיק דאָרט, האָט ער אילוסטרירט אַ גאַנצע ריי ייִדישע ביכער. באַזונדערס באַקאַנט זענען זײַנע אילוסטראַציעס פֿון לייב קוויטקאָס קינדער־לידער.

rybak - kvitko

ריבאַקס אילוסטראַציע אין אַ ביכל קינדערלידער פֿון לייב קוויטקאָ Image by Wikimedia Commons

אַ קורצע צײַט האָט ריבאַק געוווינט אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און אין 1926 איז ער פֿון דאָרט אַוועקגעפֿאָרן קיין פּאַריז, וווּ ער איז פֿון אַוואַנגאַרדיזם אַריבער צו רעאַליזם. אין 1935 איז ער געשטאָרבן פֿון טובערקולאָז. אַ טייל קונסט־עקספּערטן האַלטן, אַז אויב ריבאַק וואָלט לענגער געלעבט, וואָלט ער געוואָרן אַזוי באַרימט, ווי זײַן פּאַריזער מיטצײַטלער מאַרק שאַגאַל. אַזוי ווי בײַ שאַגאַלן, איז דאָס ייִדישע שטעטל תּמיד געבליבן איינער פֿון ריבאַקס וויכטיקסטע לייטמאָטיוון. צום באַדויערן, זענען אַ סך זײַנע ווערק פֿאַרלוירן געגאַנגען בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.

ריבאַקס ביאָגראַפֿיע איז אַ לעבעדיקער בײַשפּיל, ווי קאָמפּליצירט איז די געשיכטע פֿון אוקראַיִנע, רוסלאַנד און דער מערבֿדיקער וועלט. ווען ער האָט געוווינט אין בערלין, האָבן אַ סך ייִדן אַסאָציִיִרט דײַטשלאַנד מיטן סאָציאַליזם און לינקע ווערטן. אין די 1920ער יאָרן איז די בערלינער ייִדישע לינקע אַפֿילו נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז דאָרטן קאָן נאָך אויפֿקומען דער ערגסטער אַנטיסעמיטיזם אין דער מענטשלעכער געשיכטע. דערצו, זײַענדיק אַ בפֿירושער שטיצער פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָלט ריבאַק זיך קיין מאָל נישט פֿאָרגעשטעלט, אַז זײַנע חבֿרים – דוד בערגעלסאָן, דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, לייב קוויטקאָ – וועלן דערשאָסן ווערן דורך סטאַלינס רעגירונג.

אין 2007, איז אין רוסלאַנד אַרויס אַ נײַע אויסגאַבע פֿון בער סמאָליאַרס בוך „קינדער־וועלט‟, באַגלייט מיט ריבאַקס פּרעכטיקע אילוסטראַציעס. מע האָט אויך געזען ריבאַקס צייכענונגען פֿריִער, אין 2004, ווען מע האָט אין מאָסקווע איבערגעדרוקט מרים מאַרגאָלינס בוך „מעשׂהלעך פֿאַר קליינינקע קינדערלעך‟ אויף ייִדיש מיט אַ פּאַראַלעלער רוסישער איבערזעצונג.

סײַ אין רוסלאַנד, סײַ אין אוקראַיִנע ווערט דער מאָלער באַטראַכט ווי אַן אייגענער. דער טרויעריקער פּאַראַדאָקס פֿונעם הײַנטיקן קאָנפֿליקט צווישן רוסלאַנד און אוקראַיִנע באַשטייט דווקא אין דעם, וואָס די געשיכטע פֿון ביידע לענדער איז אין אַלע אַספּעקטן צונויפֿגעפֿלאָכטן. אַדרבה, דער סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט פֿאַקטיש געשאַפֿן אוקראַיִנע ווי אַ באַזונדער לאַנד, געשטיצט איר שפּראַך און קולטור, אויפֿגעבויט אַ גרויסע נעץ אוקראַיִניש־שפּראַכיקע שולן. מע מעג באַשולדיקן די סאָוועטישע רעגירונג, בפֿרט אין סטאַלינס צײַטן, אין כּלערליי פֿאַרברעכנס, אָבער דאָס איז אַ היסטאָרישער פֿאַקט.

די שטאָט, וווּ ריבאַק איז געבוירן געוואָרן, איז אַ בײַשפּיל פֿון די קאָמפּליצירטע עטנישע און פּאָליטישע סיכסוכים אינעם דאָזיקן ראַיאָן. יעליסאַוועטגראַד איז געגרינדעט געוואָרן אין 1754 ווי אַ רוסישע פֿעסטונג, צו באַשיצן רוסלאַנד פֿון פּוילן און טערקײַ. דעמאָלט האָט די געגנט געהייסן „די נײַע סערביע‟, ווײַל עס האָבן דאָרט געוווינט אַ סך סערבן און אַנדערע איבערוואַנדערער פֿון די באַלקאַנען. אין 1924 האָט די סאָוועטישע רעגירונג געביטן דעם נאָמען פֿון דער שטאָט און זי אָנגערופֿן זינאָוויעווסק; אין 1934 – קיראָוואָ, אין 1939 – קיראָוואָגראַד. גריגאָרי זינאָוויעוו און סערגיי קיראָוו זענען געווען באַרימטע סאָוועטישע רעוואָלוציאָנערן און פּאָליטיקער.

ווי אַ טייל פֿון דער אוקראַיִנישער אַנטי־קאָמוניסטישער קאַמפּאַניע, האָט די שטאָט אין 2016 באַקומען דעם הײַנטיקן נאָמען: קראָפּיווניצקי. מאַרק קראָפּיווניצקי איז געווען אַ גרויסער אוקראַיִנישער אַקטיאָר. אַחוץ ישׂשכר־בער ריבאַק, זענען אין דער שטאָט געבוירן געוואָרן אַ צאָל אַנדערע באַקאַנטע ייִדן, בתוכם יולי מייטוס, אַ וויכטיקע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון דער אוקראַיִנישער אָפּערע.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.