Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אויסשטעלונג: 150 יאָר פֿון ייִדישער קונסט אין רוסישער שטאָט פּעטערבורגExhibit: 150 years of Jewish art in Russian city, St. Petersburg

צום ערשטן מאָל זעט מען אין דער שטאָט אַזוי פֿיל קונסט אָנגעזאַפּט מיט דער קולטור פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן

אין דער פּעטערבורגער גאַלעריע KGallery ווערט איצט דורכגעפֿירט אַ גרויסע קונסט־אויסשטעלונג, „אַ שטעטל אויף דער פֿאָנטאַנקע, פֿון שאַגאַל ביז הײַנט‟, געווידמעט די מאָלער, גראַפֿיקער און סקולפּטאָרן, וועלכע האָבן במשך פֿון עטלעכע דורות געוווינט אין פּעטערבורג און געשאַפֿן דאָרט פֿאַרשיידנאַרטיקע ווערק אויף ייִדישע טעמעס. אין דער אמתן, הייבט זיך אָן די פֿאָרגעשטעלטע קונסט־געשיכטע פֿון נאָך פֿריִערע צײַטן, פֿאַר שאַגאַלן.

די פֿאָנטאַנקע איז איינע פֿון די פֿילצאָליקע פּעטערבורגער טײַכן; בײַ אירע ברעגן האָבן אַמאָל געוווינט אַ סך ייִדן און ביז הײַנט געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דאָרט די גרויסע אַלטע שיל און אַ ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. די גאַלעריע געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿונעם דאָזיקן טײַך.

ווי ס׳איז באַוווּסט, האָבן ייִדן געשפּילט גאָר אַן אָנגעזעענע ראָלע אין דער אַזוי גערופֿענער פּאַריזער קונסטשול. מאַרק שאַגאַל האָט במשך פֿון אַ סך יאָר געוווינט אין פּעטערבורג. דאָרט, נישט אַזוי ווײַט פֿון זײַן היימשטאָט וויטעבסק, האָט ער אויסגעאַרבעט זײַן אוניקאַלן סטיל, קאָלאַבאָרירנדיק מיט אַנדערע אָרטיקע ייִדישע קינסטלער.

די נײַע אויסשטעלונג ווײַזט צום ערשטן מאָל אַ חידוש: אַז אין דער אַמאָליקער רוסלענדישער קרוינשטאָט האָט במשך פֿון אַרום 150 יאָר געבליט אַן אייגענע ייִדישע קונסטשול מיט אירע אייגענע טראַדיציעס, וואָס עקזיסטירט ביז הײַנט. קיינמאָל פֿריִער האָט מען נישט פּרעזענטירט אַזויפֿיל אָרטיקע קינסטלער צוזאַמען, דער עולם זאָל קענען זיי פֿאַרגלײַכן און דערשפּירן זייערע ווערק ווי אַן אינטעגראַלע גאַנצקייט.

אַזוי ווי די פּאַריזער שול, באַשטייט זי פֿון אַ ריי פֿאַרשיידענע שטראָמען, וואָס זענען פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן און אינטערפּרעטירן פּעטערבורג ווי אַ מין ייִדיש שטעטל. היסטאָריש איז פּעטערבורך איינע פֿון די סאַמע „אומייִדישע‟ שטעט אין רוסלאַנד. אַפֿילו פֿאַר דער רעוואָלוציע איז געווען שווער פֿאַר אַ ייִד זיך צו באַזעצן דאָרט.  בסך־הכּל, ווערן אין KGallery פֿאָרגעשטעלט 24 קינסטלער, אָנהייבנדיק פֿונעם בילד „אַ ייִדישע חתונה‟ (1893) געשאַפֿן פֿון יצחק אַסקנאַזי (1856 — 1902).

די אויסשטעלונג פֿאַרנעמט דרײַ שטאָקן און באַשטייט פֿון זיבן טעמאַטישע סעקציעס, אָנגעזאַפּט מיט דער געשיכטע און קולטור פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן ווי למשל איין סעקציע געווידמעט דער טעמע „דער קינסטלער ווי אַ לייענער‟, וואָס פֿאַרבינדט ייִדישע שרײַבער מיט זייערע אילוסטראַטאָרן. נאָך אַ וויכטיקע טעמע איז די ייִדישע משפּחה, רעפּרעזענטירט מיט די ווערק פֿון אַלעק ראַפּאָפּאָרט, אַלכּסנדר מאַנוסאָוו, אַלכּסנדר אָקון, סעמיאָן בעלי, אַהרן זינשטיין און תּנחום קאַפּלאַן, געשאַפֿן אין די סאָוועטישע 1970ער.

רעכטס: אַלעק ראַפּאָפּאָרט, „אַ משפּחה־פּאָרטרעט“ (1973). לינקס: אַלכּסנדר מאַנוסאָוו, „אַ זומערדיקער סוזשעט“ (1975) Photo by Yoel Matveyev and Svetlana Smaznova

דעם קאָנצעפּטועלן דיזײַן האָט געשאַפֿן דער טעאַטראַלער קינסטלער וואַלערי פּאָלונאָווסקי. זײַנע אַנדערע ווערק אויף ייִדישע טעמעס געפֿינען זיך אויך צווישן די עקספּאָנאַטן. די דעקאָראַציעס פֿון די זאַלן שטעלן אַליין מיט זיך פֿאָר אייגנאַרטיקע קונסטווערק, וואָס געהערן צו דער זעלבער אָנגייענדיקער קונסט־טראַדיציע. דער ערשטער זאַל איז באַצירט ווי אַ סימבאָליש שטעטל. די אַנדערע ווערט געווידמעט פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון ייִדיש לעבן און קולטור. צום סוף באַקענען זיך די באַזוכער מיט דער אַלטער פֿאָלקסקונסט און דעם גײַסט פֿון שילן און בית־עולמס.

דער ערשטער זאַל האָט מיך פֿאַרחידושט ווי עפּעס אַ מיסטיש אָרט, וווּ מאַרק שאַגאַל (זײַן בילד „אַ מלאך צווישן בלומען‟) טרעפֿט זיך אי מיט יצחק אַסקנאַזי, אי מיט אַזעלכע שפּעטערדיקע קינסטלער, ווי דער סקולפּטאָר לעוו סמאָרגאָן (געבוירן אין 1929) און יעגעווי אַבעזהאַוז (1939 — 2008). און אַרום —  די בלויע כּמו־שאָטנס פֿון אַ שטעטל. אונטער שאַגאַלס ווערק באַווײַזט זיך זײַן באַליבטע בהמה — אַ ציג; קעגן איבער זיצט אַ באָטשאַן —  לויטן פֿאָלקלאָר פֿון רײַסישע ייִדן אַ סימן פֿון שלום און היימישקייט.

זייער מעכטיק איז דער סאַמע סוף פֿון דער אויסשטעלונג: תּנחום קאַפּלאַנס כּמו־מצבֿות פֿון זײַנע טאַטע־מאַמע. צווישן די סימבאָלן פֿון עולם־הזה און עולם־הבא, געפֿינט זיך אַזעלכע חנעוודיקע זאַכן, ווי אַנאַטאָלי זאַסלאַווסקיס פּאַפּירענע פֿיגורן, וואָס אימיטירן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקס־קונסט.

דער הויפּט־קוראַטאָר פֿון דער עקספּאָזיציע, ד״ר וואַלערי דימשיץ, איז אַ פֿאָלקלאָריסט און פֿאָרשער פֿון ייִדישער ליטעראַטור. בעת דער עפֿענונג האָט ער דורכגעפֿירט אַן אויסגעצייכנטע עקסקורסיע, ווײַזנדיק די ווערק פֿון אַזעלכע גרויסע קונסטשאַפֿער, ווי נתן אַלטמאַן, שלמה יודאָווין און תּנחום (אַנאַטאָלי) קאַפּלאַן. אין די טעקסטן (אויף רוסיש), וואָס באַגלייטן די אויסשטעלונג, ווערט כּסדר באַטאָנט דאָס שײַכות צווישן דער ייִדישער שפּראַך און קונסט. שאַגאַל, קאַפּלאַן, יודאָווין און אַלטמאַן האָבן אילוסטרירט אַ סך ייִדישע ביכער, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע קלאַסיקער, ווי מענדעלע מוכר־ספֿרים און שלום־עליכם. קאַפּלאַנס שאַפֿונגען ווערן אָפֿט באַצירט מיט ציטאַטן פֿון שלום־עליכמען.

דער סאָוועטישער גאָסעט („מלוכישער ייִדישער טעאַטער‟) ווערט געוויינטלעך אַסאָציִיִרט מיט מאָסקווע, וווּ ער האָט געבליט מיט שלמה מיכאָעלסן בראָש ביז די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס מאַכט. די וואָרצלען פֿונעם טעאַטער שטאַמען אָבער פֿון פּעטראָגראַד, ווי פּעטערבורג האָט געהייסן אין 1918. דעמאָלט האָט מען דאָרט געגרינדעט דעם ייִדישן קאַמער־טעאַטער, וועלכער האָט זיך אין 1920 אַריבערגעצויגן קיין מאָסקווע און געוואָרן דער באַרימטער גאָסעט. אין לענינגראַד — ווי די שטאָט האָט געהייסן פֿון 1924 ביז 1991 — זענען אין די 1920ער און 1930ער געווען אייגענע ייִדישע טעאַטראַלע קאָלעקטיוון, און אין די גאָסעט־דעקאָראַציעס האָבן אַ גרויסע ראָלע געשפּילט ווידער די זעלבע דערמאָנטע קינסטלער: שאַגאַל, יודאָווין און אַלטמאַן. דעם ייִדישן טעאַטער, זײַנע דעקאָראַציעס און אַפֿישן, ווערט געווידמעט אַ באַזונדערער זאַל.

די אויסשטעלונג ווערט באַגלייט מיט אַ בילדונג־פּראָגראַם, אַרײַנגערעכנט ספּעציעלע לעקציעס און עקסקורסיעס. מע האָט אויך אַרויסגעגעבן אַ קאַטאַלאָג מיט הויך־איכותדיקע פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון אַלע עקספּאָנאַטן. די עקספּאָזיציע וועט בלײַבן אָפֿן ביזן 14טן סעפּטעמבער.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.