Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

קעלער פֿון אַש: אַ רעצענזיע פֿונעם אַלבאָם „לידער מיט פּאַלעסטינע“Voices of ash: A review of the album ‘Lider mit palestine’

דער מחבר באַטאָנט אַז אים גייט דאָ אין דער קינסטלערישקייט פֿון די ווערק, איידער די פּאָליטישע מיינונגען פֿון זייערע שרײַבער. 

אַ װאָרט פֿריער: דער מחבר, אַ געװעזענער דזשעז־קריטיקער פֿאַרן נידערלענדישן זשורנאַל JazzEnzo, האָט אָנגעשריבן די דאָזיקע רעצענזיע נאָכן לײענען אױף „פײסבוק“ אַ בקשה פֿונעם דיכטער שלום בערגער, אַז עמעצער זאָל רעצענזירן „לידער מיט פּאַלעסטינע“ דװקא אױף ייִדיש. דער מחבר האָט צוגעגרײט די דאָזיקע רעצענזיע איידער ס׳איז אַרויס װעראַ סאַבאָס אַרטיקל װעגן דעם אַלבאָם. סײַ מיט דער פּראָדוקציע און סײַ מיט איבעריקע רעצענזיעס, װעלכע זענען דערשינען אין אַנדערע פּובליקאַציעס אױף העברעיִש, ענגליש און דײַטשיש, האָט דער מחבר נישט געהאַט צו טאָן.

װעגן די אַן ערך פֿערציק דיכטער, מוזיקער און גראַפֿישע קינסטלער, װעלכע האָבן זיך באַטײליקט אינעם אַלבאָם „לידער מיט פּאַלעסטינע“, איז דאָ אַ סך װאָס צו זאָגן, אָבער קײן פּחדנים זענען צװישן זײ נישט בנמצא: װײס מען דאָך אַז אין אונדזער תּקופֿה, אין װעלכער די צעשפּאַלטנקײט אין דער װעלט פֿון ייִדישיזם װערט אַלץ גרעסער, האָט זײער אַרבעט געפֿאָדערט נישט װײניק מוט, כאָטש אַ סך קעגנער פֿון זײערע פּאָליטישע איבערצײַגונגען װאָלטן דאָס גיכער באַצייכנט ווי „חוצפּה“.

אַז מען גרײט צו אַ רעצענזיע װעגן אַ קינסטלעריש װערק, באַמיט מען זיך בדרך־כּלל צו לאָזן די קינסטלערס פּאָליטישע איבערצײַגונגען אױסער באַטראַכט. בײַ ריכאַרד װאַגנער למשל קען מען זײער פּשוט איגנאָרירן די קאָנטראָװערסיאַלע אַספּעקטן פֿון זײַנע מײַסטערהאַפֿטיקע װערק. װאָס טוט מען אָבער אין אַ פֿאַל, װען די פּאָליטישע איבערצײַגונגען זענען נישט נאָר אַן עיקרדיקער טײל פֿון אַ קינסטלערישער פּראָדוקציע, נאָר ממש דעם אַלבאָמס סאַמע עצם? הערט מען זיך צו אײן מאָל און נאָך אַ מאָל, און מע באַמיט צו געדענקען, אַז ס׳גײט אינעם אופֿן, װי אַזױ די קינסטלער האָבן זײערע איבערצײַגונגען קינסטלעריש איבערגעגעבן דעם עולם, און נישט אין די מײנונגען, װעלכע דער רעצענזענט זאָל װעגן די דאָזיקע איבערצײַגונגען ניט האָבן.

אַז מען רעדט פֿון אַן אַלבאָם מיט 17 פֿאַרשײדענע לידער קאָמפּאָנירטע, געשפּילטע און געזונגענע פֿון אַן ערך פֿערציק קינסטלער, מעג מען דערװאַרטן אַ סך פֿאַרשײדענע מוזיקאַלישע זשאַנערן. בײַ צװײ לידער האָט מען גענוצט אױסשליסלעך עלעקטראָנישע אינסטרומענטן: ראָזאַ דניאל לאַנג־לעװיצקיס „תּחינה פֿאַר די יאָרן פֿון סירענעס, פֿון ברוקלין צו כאַן יוניס“, װאָס דער טעקסט שטאַמט פֿון אַ ש״ס תּחינה, איז פֿריִער אַ דעקלאַמאַציע – און פֿון אַ שפּראַכיקן קוקווינקל, צום באַדױערן, זײער אַ שװאַכע, מיט עלעקטרישער באַגלײטונג, אײדער אַ מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציע.

דער סאַמע ראַדיקאַלער טעקסט פֿון „לחײם“, אַ ליד פֿון דער סיאַטלער מוזיק־גרופּע „לבֿנה“, אין װעלכן ס׳דאַכט זיך אַז מען זינגט פֿון אַ װעלט װוּ מדינת־ישׂראל איז נישטאָ מער, הײבט זיך אָן אַזױ: „דאָס ערשטע ליד װאָס איך זינג / װען איך שטײ אױף אין דער פֿרי: / זאָל לעבן פּאַלעסטינע / זאָל לעבן איר ערד / זאָל לעבן איר ים / זאָלן לעבן די סעדער“. דער טעקסט ענדיקט זיך מיט די דאָזיקע װערטער: „זאָל לעבן דער צוריקקער / זאָל לעבן דער אומקער“. שטעלט זיך די פֿראַגע: װעמענס צוריקקער? װעמענס אומקער?

אױפֿן אַלבאָם געפֿינט מען טעקסטן סײַ פֿון געבױרענע ייִדיש־רעדערס און סײַ פֿון מענטשן, װעלכע זענען געקומען צו דער שפּראַך שפּעטער אין זײער לעבן. בעיקר די טעקסטן פֿון דער צװײטער גרופּע אױטאָרן װאָלטן געהאַט באַדאַרפֿט אַ שטרענגע רעדאַקציע: „[מיר] הערן זיך צו צום ימס רײנענדיקער ברעג“; „מײַן האַרץ […] װאָס זי טראָגט אין זיך גרױסע װוּנדן“; „פֿאַרריכטיק [אָנשטאָט ׳פֿאָרכטיק׳] דײַן מלוכה“, – דאָס זענען נאָר געצײלטע בײַשפּילן פֿון פֿאַרשײדענע אומגראַמאַטישע פֿראַזעס און אומגעלומפּערטע פֿאָרמולירונגען, װעלכע מען װאָלט געדאַרפֿט אויסבעסערן פֿאַרן אַרױסלאָזן דעם אַלבאָם.

געצײלטע לידער װערן געזונגען אין גאַנצן „אַ קאַפּעלאַ“, ד״ה אָן קײן באַגלײטנדיקע אינסטרומענטן. רובי פּאָלטאָראַקס „קלאָגליד“ (2022), װאָס שטײט בראש פֿונעם אַלבאָם, דערצײלט פֿון אַן עזהער מײדל װאָס איז אומגעקומען דורך באָמבעס געפֿאַלענע אױף איר דאַך. דאָס בילד פֿונעם מלאך־המװת, װעלכער שטײט אױפֿן זעלביקן דאַך און שפּילט לעבן דעם מײדל אױף זײַן פֿידל, איז גאָר שטאַרק. אָבער װען פּאָלטאָראַק דערמאָנט די מלחמת־עזה אינעם זעלביקן זאַץ װי דעם אונטערגאַנג פֿונעם מזרח־אײראָפּעישן ייִנדטום, זענען די שורות („זײ זײַנען אונדזער חורבנס קרבן / אונדזער חורבנס יורשים“) נישט שטאַרק גענוג, אַריבערצוברענגען צום צוהערער אַזאַ פֿאַרגלײַך.

אַן אַנדער „אַ קאַפּעלאַ“־ליד, נועם לערמאַנס רעקאָרדירונג פֿונעם טעקסט „אַ נײַע הזכּרת־נשמות־תּחינה פֿאַר געהרגעטע אין פּאָגראָמען“ (ז׳ 251 אינעם בוך „ש״ס תּחינה רבֿ פּנינים“, 1916), האָט מען געזונגען שײן און מיטרײַסנדיק, נאָר אַפֿילו צװישן די פֿאַרברענטע קעגנערס פֿון דער מלחמת־עזה װעלן גאָר װײניק מענטשן זיך דערפֿרײען װעגן דעם אומדירעקטן פֿאַרגלײַך פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמײ מיט להבֿדיל מזרח־אײראָפּעישע פּאָגראָמיסטן פֿונעם אָנהײב צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.

ס׳זענען דאָ נאָך אַזעלכע בײַשפּילן: די װינער זינגערין און לידער־מאַכערין איזאַבעל פֿרײ, אײנע פֿון די אַרױסגעבערינס פֿונעם אַלבאָם, האָט בײַם קאָמפּאָנירן איר ליד „גלות־הימען“ אָנגעשריבן אַ נײַעם בונדיסטישן טעקסט אױף דער מעלאָדיע פֿון „התּקװה“, װאָס הײבט זיך אָן אַזױ: „דאָרטן װוּ מיר לעבן, דאָרט איז אונדזער לאַנד / אונדזער אַרבעט איז װידערשטאַנד“. די דרײַ־שטימיקע פּרעזענטאַציע איז זײער געראָטן, נאָר ס׳איז שװער זיך פֿאָרצושטעלן אַז דער טעקסט װעט צו זיך צוציִען אַ סך נײַע צוהערער: די שורות „מע דאַרף נישט קײן אַרמײען, מיר װילן נישט קײן שטאַט: / אונדזער כּוח קומט נישט פֿון קײן האַרמאַט“ קלינגען הײַנטצוטאָג זײער נאַיִוו, װי אַן אָפּקלאַנג פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער װעלט.

אין אַנדערע פֿאַלן זענען די װערטער פֿון אַ דיכטערישן קוקװינקל זײער געלונגענע, אָבער די מוזיקער זענען נישט בכּוח זײ צו זינגען. בײַ שלום בערגערס ליד „נישט“ למשל האָט די זינגערין אסתּר גאָטעסמאַן אַרײַנגעלײגט אַ סך געפֿיל, אָבער די הױכע טענער פֿון דזשאָש װאַלעצקיס קאָמפּאָזיציע האָבן געפֿאָדערט צו פֿיל פֿון דער זינגערינס כּוחות. אױף זײַן אײגענער קאָמפּאָזיציע „אַ שטיק פֿון מײַן האַרץ“ זינגט װאַלעצקי גופֿא, באַגלײטנדיק זיך אַלײן בײַם קלאַװיר, אַ מעלאָדיע װאָס פֿאָדערט אַ סך װײניקער פֿון אַ זינגער, נאָר בײַ אים פֿעלט אין גאַנצן דער פּאַטאָס װאָס גאָטעסמאַן האָט דװקא יאָ אַרײַנגעלײגט.

פֿון אַ שרײַבערישן פּערספּעקטיװ אַנטהאַלט װאַלעצקיס ליד קראַפֿטיקע שורות, צום בײַשפּיל: „מיר שטײען זיך בײַם שײדװעג צװישן מענטשלעכקײט און טומאה / און ס׳רײַסט זיך אָפּ אַ שטיק פֿון האַרץ“. אַ קאָמבינאַציע פֿון די בײדע מעלות געפֿינט מען אין מיישקע אַלפּערטס „חורבן־עזה“: דעם קאָמפּאָזיטאָרס שטימע קען טראָגן דעם ביטער־שװערן טעקסט און ברענגט אים אַריבער מיט איבערצײַגונג. װעגן דעם טעקסט און דער ראָלע פֿונעם חורבן דערינען, וועל איך שפּעטער זאָגן מער.

אײניקע לידער באַקומען איר באַדײַט נאָר צוליב דעם, װאָס זײ דערשײַנען אױף אַן אַלבאָם מיטן טיטל „לידער מיט פּאַלעסטינע“. אַּדאַ העטקאָס קאָמפּאָזיציע „זױמען“ האָט אַ טעקסט װאָס איז מרמז אױפֿן הײַנטיקן מצבֿ אויף אַ גאָר אומדירעקטן אופֿן. אין לינדאַ גריצעס ליד „אַ דור װאָס האָט פֿאַרלױרן די מורא“ איז אַפֿילו אַ רמז אױפֿן הײַנטיקן מצבֿ אין ארץ־ישׂראל שװער צו געפֿינען. פּונקט אַזױ האָט דאָס לעצטע ליד אױפֿן אַלבאָם, אריאל שאַפּיראָס קאָמפּאָזיציע „אַ צעבראָכן האַרץ / זאָלסט שטאַרקן“, גאָר אַן אַלגעמײנעם טעקסט: מען בעט דעם רבונו־של־עולם, ער זאָל „שטאַרקן מײַנע הענט / די װענט צו ברעכן / די בריקן צו בױען / און מײַנע פֿיס צו שטאַרקן, / אױף די גאַסן צו גײן / צו שאַפֿן אַ פֿרײַערע װעלט!“ ס׳רובֿ מענטשן, סײַ פּאַלעסטינער סײַ ייִדן, װעלן מיט דעם מסתּמא מסכּים זײַן.

להיפּוך צו דעם, געפֿינען מיר אױך לידער, אין װעלכע די אױטאָרן האָבן אַרײַנגעלײגט אַ סך אַנדערע אידעאָלאָגישע איבערצײַגונגען. אין דניאל קאַהנס ליד „גאָט־ברודער“ הערט מען שטאַרק אַנטי־ציוניסטישע געדאַנקען: „װער האָט באַשלאָסן, װער איז גוזר / אַז מיר דאַרפֿן אָט די ערד?“ אינעם ליד „מען פֿאַרגעסט אײַך ניט“ הערט מען ווי די זינגערין, עלעאָנאָר װײַל, דריקט אויס די אַנאַרכיסטישע פֿאָדערונג, אַז מען זאָל „עפֿענען די גרענעצן, אַלע גרענעצן אױף אײביק“.

און נישט אײן מאָל אױפֿן אַלבאָם הערט מען, װי שױן דערמאָנט פֿריִער, דעם אײגענעם געדאַנק, װעלכן מען לײענט גאָר אָפֿט אין די נײַעס, לױט װעלכן מען מײנט אַז די אַמאָליקע גערודפֿטע זענען געװאָרן די הײַנטיקע מערדער. אַזאַ מײנונג האָבן מיר שױן באַלד נאָכן 7טן אָקטאָבער געהערט פֿון די אַזױ גערופֿענע „ייִדישיסטן מיט פּאַלעסטינע“, װעמעס דאַמאָלטיקע דעקלאַראַציע איז געזונגען געװאָרן פֿון אַ כאָר אונטערן טיטל „מיר מוזן פֿאַרהיטן דעם גענאָציד“, װאָס הײבט זיך אָן אַזױ: „כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד / דעם אָנדענק פֿון אַלע פֿאַרשינטענע, / מוזן מיר אָפּהאַלטן דעם איצטיקן חורבן – אַל נאַקבע“.

נאָך שטאַרקער הערן מיר אָט די מײנונג אין דזשאָ דאָבקינס ליד „פֿאַלנדיקע װענט“ – אַן אַלוזיע אױפֿן באַװוּסטן קאַמפֿליד פֿון װאַרשעװער געטאָ. דאָרטן זינגט דער מחבר גופֿא: „קײן חילולים, קײן פּאָגראָמען, / חורבן נישט אין אונדזער נאָמען. / מיר שרײַען אַז דאָס קען נישט, טאָר נישט זײַן“. כ׳האָב מורא אַז מיטן פֿאַרגלײַך, װעלכן מען געפֿינט אױך ברמז אין מיישקע אַלפּערטס ליד „חוברן־עזה“, פֿונעם דריטן חורבן מיט דעם, װאָס טוט זיך הײַנט אינעם עזה־פּאַס, װעט דער קאָמפּאָזיטאָר צו קײן סך נײַע צוהערער ניט דערגרײכן.

נאָך דעם, װי דער לײענער האָט באַקומען אַן אײַנדרוק פֿון אַלע לידער אױפֿן אַלבאָם – מחוץ דעם ליד, װעלכן די דאָזיקע רעצענזיע פֿאַרדאַנקט איר טיטל, װעגן װאָס מען װעט די רעצענזיע פֿאַרענדיקן – איז שױן אַ פּאַסיקער מאָמענט, צו מאַכן אַ סך־הכּל. הגם אױפֿן אַלבאָם זענען פֿאַראַן אַ סך לידער װאָס זענען פֿון אַן אַרטיסטישן פּערספּעקיװ זײער געראָטן, איז „לידער מיט פּאַלעסטינע“ לסוף אַ פֿאַרשפּילטע געלעגנהייט. װער ס׳װיל פֿאַרעפֿענטלעכן דװקא אַ ייִדישן אַלבאָם װעגן פּאַלעסטינע, דאַרף אויסנוצן די געלעגנהײט איבערצוצײַגן װאָס מער מענטשן פֿון דעם, אַז די מלחמת־עזה איז סײַ אַ פּאַלעסטינישע סײַ אַ ישׂראלדיקע (ד״ה אַ ייִדישע) טראַגעדיע. מיט די בונדיסטישע, אַנאַרכיסטישע, רעװיזיאָניסטישע און אַפֿילו אַנטי־ציוניסטישע טעקסטן און דעם איבערגעחזרטן פֿאַרגלײַך פֿון דער דאָזיקער מלחמה מיט דעם דריטן חורבן, װעט מען גיכער פֿאַרגרעסערן די שלוכט אײדער בױען נײַע בריקן.

כ’װיל אָבער שליסן די דאָזיקע רעצענזיע מיט גרױסע קאָמפּלימענטן פֿאַרן קינסטלער, װאָס האָט אַם בעסטן באַװיזן אָנצושרײַבן פּונקט אַזאַ ליד, ד״ה דעם זינגער און אַקאָרדעאָניסטן דזשאָרדן װאַקס. זײַן קאָמפּאָזיציע „קעלער פֿון אַש“ האָט אַ גװאַלדיקן כּוח: דװקא דורך דער אָפּװעזנדיקײט פֿון באַשיידלעכער אידעאָלאָגיע און קלאָרע רמזים אױפֿן הײַנטיקן מצבֿ, באַקומט דער צוהערער אַ מעגלעכקײט, אױפֿצובױען אַ באַציִונג צום טעקסט פֿון זײַן אײגענער געדאַנקען־װעלט. איך מײן, אַז דאָס איז דער סאַמע בעסטער מיטל צו עפֿענען הערצער און צו שאַפֿן פֿאַרבינדונגען אין אונדזערע שרעקעדיקע טעג, אין װעלכע מען פֿילט זיך אָפֿט פֿון די, מיט װעמען מען איז נישט מסכּים, אָפּגעזונדערט אַזױ שרעקלעך װײַט.

נו, לאָמיר לײגן אַכט אױף די לעצטע װערטער פֿון דזשאָרדן װאַקסעס ליד: „און װען מיר װעלן אױפֿשטײן באָרװעס אין די פֿוסטריט פֿון די אָבֿות / װעלן מיר זינגען מיט קעלער פֿון אַש. / מיר׳ן טרינקען פֿון דער זעלביקער פֿלאַש. / אָטעמען די זעלביקע לופֿט. / בלוט פֿונעם זעלביקן גוף.“

Dive In

Explore

Most Popular

In Case You Missed It

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.