ווידעאָ: דער פּײַנלעכער שפּאַלט אין דער ייִדיש־וועלט זינט דעם 7טן אָקטאָבער VIDEO: The painful split in the Yiddish world since Oct. 7 (in Yiddish)
אין דעם רעפֿעראַט האָב איך אויך באַשריבן מײַן פּערזענלעכן חילוקי־דעות מיטן טאַטן, מרדכי שעכטער ע״ה, לגבי מדינת־ישׂראל.

אַ פּראָ־פּאַלעסטינער סוכּה מיט לאָזונגען אויף ענגליש און ייִדיש, אויפֿן קאַמפּוס פֿון קאָלאָמיע־אוניווערסיטעט Photo by Judy Goldstein/Columbia Spectator
נאָך דעם ווי ס׳איז אַרויס מײַן אַרטיקל אויף ענגליש וועגן דעם אידעאָלאָגישן שפּאַלט אין דער ייִדיש־וועלט זינט דעם 7טן אָקטאָבער, האָט דער ייִדיש־אָפּטייל בײַם בר־אילן אוניווערסיטעט מיך פֿאַרבעטן צו עפֿענען דאָס לערניאָר מיט אַ זום־רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן דער טעמע. די רעדע איז געשטיצט געוואָרן פֿון דער קאַטעדרע פֿאַר ייִדישער קולטור און חסידות בשותּפֿות מיטן צענטער פֿאַר ייִדיש־פֿאָרשונג.
אין דער לעקציע האָב איך באַשריבן אַ צאָל אינצידענטן בײַ ייִדישע אָרגאַניזאַציעס וואָס האָבן אַרויסגערופֿן אַ געוויסע שפּאַנונג צווישן פּראָ־ישׂראלדיקע און אַנטי־ציוניסטישע ייִדן. צווישן די אָרגאַניזאַציעס: ייִוואָ, דעם קולטור־קאָנגרעס, ייִדיש־ניו־יאָרק און קלעזקאַנאַדע. צוליב דעם וואָס ס׳רובֿ פֿון די צוהערער בײַם רעפֿעראַט זענען געווען ישׂראלדיקע, האָב איך אויך באַשריבן עטלעכע פּערזענלעכע מאָמענטן, לאַנג פֿאַרן 7טן אָקטאָבער, ווען איך האָב זיך אָנגעטראָפֿן מיט אַ געוויסן אַנטאַגאָניזם צו מדינת־ישׂראל, אַרײַנגערעכנט אַן אָנגייענדיקן חילוקי־דעות מיט מײַן טאַטן, דעם ייִדיש־פּראָפֿעסאָר מרדכי שעכטער ע״ה.
האָפֿנטלעך וועלן סײַ דער אַרטיקל אויף ענגליש, סײַ דער רעפֿעראַט אויף ייִדיש אינספּירירן ווײַטערדיקע דיסקוסיעס אין דער ייִדיש־וועלט, כּדי ייִדישיסטן זאָלן קענען קומען צו אַ געוויס פֿאַרשטענדעניש, און דערבײַ ווײַטער קענען אָנגיין מיט דער אַרבעט וואָס איז אונדז אַלעמען אַזוי ליב — דאָס שאַפֿן און פֿאַרשפּרייטן ייִדישע קולטור.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
