Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וואַנטבילדער אין וואַרשע באַערן ייִדישע ליטעראַטן בעת היסטאָרישע ייִדישע ערטער פֿאַרשווינדן Warsaw’s murals honor Yiddish writers, as its historic Jewish sites disappear

די ענדערונגען בײַם „אוישוויץ־מוזיי“ שאַפֿן אַ באַזונדערע פּראָבלעם פֿאַר עלטערע לײַט

פּוילן איז געווען דאָס ערשטע אָרט וואָס איך האָב געקענט מחוץ מײַן געבוירן־לאַנד, ישׂראל. דאָס איז געווען ווינטער 1988. אין פּוילן האָט נאָך געהערשט דער קאָמוניסטישער רעזשים, און אין מײַנע אויגן האָט פּוילן אויסגעזען גרוי און אומעטיק. ווען איך בין אַהין צוריקגעפֿאָרן, מיט צוועלף יאָר שפּעטער, האָט זי אויסגעזען גאַנץ אַנדערש: זוניק, קאָלירפֿול און לעבעדיק — אַזש נישט צום דערקענען. דאָס איז נישט געווען קיין ענדערונג, נאָר ממש אַן איבערקערעניש.

פֿון דעמאָלט אָן האָט זיך פּוילן געעענדערט כּמה-וכּמה מאָל. יעדעס מאָל ווען איך באַזוך די מדינה באַמערק איך עפּעס נײַס — און אַ גאַסט אויף אַ ווײַל זעט אויף אַ מײַל. אָט למשל וואַרשע. ס׳איז נישט נאָר אַז מיט דער צײַט דערווײַטערט זיך וואַרשע וואָס מער פֿון איר עבֿר; דאָס איז דאָך פֿאַרשטענדלעך. אין די סוף אַכציקער יאָרן האָבן דאָרטן געשטאַנען די גרויסע קאָמוניסטישע געבײַדעס, אָבער צווישן זיי האָט מען נאָך געקאָנט געפֿינען, דאָ און דאָרטן, אַפֿילו אין דער ייִדישער געגנט וואָס איז חרובֿ געוואָרן אין דער קריג, די אַלטע פֿאַרמלחמהדיקע הײַזער.

אָבער במשך פֿון די לעצטע 30 יאָר האָט מען אָנגעהויבן בויען אין וואַרשע וואָלקן-קראַצערס און מאָדערנע הײַזער, און דאָס האָט נאָך מער אויסגעמעקט די שפּורן פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער וואַרשע. איצט איז עס כּמעט אוממעגלעך צו באַזוכן די אַלטע בנינים.

אָט למשל שטייט אַרומגערינגלט מיט אַ צוים דאָס הויז אויף וואַליצאָוו גאַס, וווּ ס׳האָבן געוווינט דער שרײַבער און מוזיקאָלאָג מנחם קיפּניס; זײַן פרוי, די שוישפּילערין זמירה זעליגפֿעלד, און דער ייִדישער-פּוילישער דיכטער וולאַדיסלאַוו שלענגעל. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך נאָך זוכה געווען צו באַזוכן דעם הויז, אַרויפֿגעקלעטערט די שמאָלע טרעפּ און אַרײַנגעאָטעמט דעם ריח פֿון הויף, וואָס מע פֿלעגט רופֿן „אַ קאַסטן“ (ווײַל ס׳איז געווען אַרומגערינגלט מיט הײַזער פֿון אַלע זײַטן). אַ סך פֿון אַזעלכע הײַזער שטייען הײַנט פֿאַרמאַכט און וואַרטן אויף זײַער גזר-דין: מי לחיים, ווער וועט לעבן, ד״ה , רעמאָנטירט ווערן — ומי למוות, ווער וועט שטאַרבן, צעשטערן ווערן. די וואָס זײַנען שוין רעמאָנטירט האָבן באַקומען אַ שיין און עלעגאַנט פּנים, ווי למשל אַ געוויס הויז אויף דזשעלנע גאַס, נישט ווײַט פֿון רחל אויערבאַך-פּלאַץ. עס זעט אויס איצט שפּאָגל נײַ, און יונגע הײַטעקיסטן גייען אַרײַן און אַרויס מיט זייערע פּאַפּירענע טעפּלעך קאַווע.

אַ פֿרוי טרינקט אַ קאַווע אין צענטער פֿון דער „נײַער“ וואַרשע Photo by SERGEI GAPON/AFP via Getty Images

דאָס אַלץ איז נאַטירלעך און נאָרמאַל, אַ באווײַז אַז וואַרשע איז אַ לעבעדיקע שטאָט וואָס פּראָגרעסירט כּסדר. איך פֿאַרגין איר כּל הגוטס, אָבער שטילערהייט גיי איך אַרום אין די גאַסן און זוך נאָך אַלץ די נעכטיקע טעג.

נאָך אַ דוגמה פֿון די ענדערונגען איז דער באַשעוויס זינגער-פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור, וואָס קומט פֿאָר אין וואַרשע זינט 2004, יעדן סוף אויגוסט-אָנהייב סעפּטמבער. מיט כּמעט צוואַנציק יאָר צוריק בין אין צופֿעליק געווען אין וואַרשע אין די טעג פֿון פֿעסטיוואַל, און בין באַגײַסטערט געוואָרן פֿון די סטראַגאַנעס פֿון ייִדישע מאכלים און סוּווענירן, פֿון די כּליזמר-קאָנצערטן, און דער עיקר פֿון די מאַסן, פּאָלאַקן און טוריסטן, וואָס האָבן געשטראָמט אין די גאַסן אַרום פּלאַץ גזשיבאָווסקי, דאָס אַמאָליקע האַרץ פֿון דער ייִדישער שטאָט, וואָס י.י. טרונק און יצחק באַשעוויס-זינגער האָבן אַזוי שיין געשילדערט אין זייערע ווערק, „פּוילן“ און „די פֿאַמיליע מושקאַט“.

דאָס יאָר האָט דער פֿעסטיוואַל באַקומען אַן אַנדערע פּנים, אפֿשר צוליב דער מלחמה אין ישׂראל און די אַנדערע ייִדישע זאָרגן: אָן די סטראַגאַנעס און אָן דעם ברייטן עולם. דאָס רובֿ אונטערנעמונגען פֿון פֿעסטיוואַל (וואָס איז נאָך אַלץ זייער רײַך און גרויס) זײַנען געווען אין פֿאַרשיידענע הײַזער. בכּלל האָב איך באַקומען דעם רושם אַז דער איצטיקער פֿעסטיוואַל איז מער געוואָנדן צו די פּאָלאַקן, ווי צו די ייִדישע טוריסטן. אויך דאָס איז אין אָרדענונג; מע דאַרף נאָר געדענקען אַז די צײַטן בײַטן זיך.

עס זײַנען אויך געווען פֿריילעכע ענדערונגען, ווי למשל די וואַנט-צייכענונגען (murals) אין מוראַנאָוו, דער אַמאָליקער ייִדישער געגנט פֿון וואַרשע. קיינמאָל איז די שכונה נישט געווען אַזוי אויסגעפּוצט מיט אַזוי פֿיל צייכענונגען – דאָס רובֿ פֿון ייִדישע פּנימער, די אַמאָליקע אײַנווויינערס, און דער עיקר אײַנוווינערינס, ייִדישע ליטעראַטן, געטאָ-קעמפֿערס אאַז״וו. דאָס איז אַ שיינע און וויכטיקע איניציאַטיוו פֿון אַ גרופּע פּוילישע קינסטלערס, וואָס רופֿט זיך „דרײַ פֿאַלאַ“).

גייענדיק אויף סמאָטשע-גאַס האָב איך פּלוצעם באַמערקט אַ גרויסע צייכענונג פֿון דער דיכטערין און שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב — און דערצו אַן אויפֿשריט אויף פּויליש, שורות פֿון איר ליד „דאָרט אויף יענער זײַט“: „חלום דיר אין שלאָף. דאָרט טו שמידן / דיר דײַן פֿרײַהײַט“.

די וואַנט-צייכענונג געפֿינט זיך פּונקט אַנטקעגן דעם פּלאַץ א״נ רחל אויערבאַך, וואָס האָט געהאָלפֿן צוגרייטן דעם „עונג-שבת“-אַרכיוו אין וואַרשעווער געטאָ. און נישט ווײַט פֿון דעם שיינעם און רירנדיקן מאָנומענט לכּבוד דעם „עונג-שבת“-אַרכיוו (אויף נאָוואָליפּקי 28), קאָן מען זען אַ צייכענונג פֿון רחל אויערבאַך אַליין.

אַ וואַנטבילד פֿון רחל אויערבאַך אויף דער זשעלאַזנע־גאַס אין וואַרשע Photo by Benny Mer

נאָך אַ פּאָר טעג אין וואַרשע זײַנען מײַן מאַמע און שוועסטער אָנגעקומען און מיר זײַנען געפֿאָרן קיין אוישוויץ, וווּ דער מאַמעס טאַטע איז אומגעקומען. איך בין דאָרטן שוין עטלעכע מאָל געווען, און דאָך האָב איך דאָס מאָל נישט געקאָנט געפֿינען דעם אַרײַנגאַנג. שפּעטער האָב איך פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס: אויך דער אַרײַנגאַנג האָט זיך לעצטנס אינגאַנצן געביטן: אַ נײַער טויער, נײַע געבײַדעס אאַז״וו. עס איז גאָר פֿאַרשטענדלעך, ווײַל אַרום צוויי מיליאָן מענטשן באַזוכן אוישוויץ יעדעס יאָר, מוז זײַן אָרדענונג (זײַט מיר מוחל פֿאַרן „תּליה-הומאָר“).

די ענדערונגען אינעם „אוישוויץ-מוזיי“ זענען מיר אָבער גאָרנישט געפֿעלן געוואָרן. פֿון תּמיד אָן האָבן די באַזוכערס אָנגעהויבן זײַער טור לעבן דעם טרויעריק באַרימטן טויער “Arbeit macht Frei”. איצט איז דער אַרײַנגאַנג אַ קילאָמעטער ווײַט פֿונעם באַרימטן טויער, און מען הייבט אָן דעם באַזוך אין אַ „וויזיט-צענטער“: מע גייט אַראָפּ אין אַ ברייטן קעלער, און דורך אַן אײַזערנער טיר גייט מען אַרויס אין אַ לאַנגן טונעל, אַ שמאָלן שטעג מיט מויערן פֿון ביידע זײַטן, אַ מהלך פֿון עטלעכע הונדערט מעטער, ביז מע דערגייט סוף-כּל-סוף צום פֿריִערדיקן אַרײַנגאַנג, לעבן דער שילד „אַרבײַט מאַכט פֿרײַ“. דאָס אַלץ שאַפֿט אַ קלאַוסטראָפֿאָביש געפֿיל, ווי אַ מין אָפּהילך פֿון דעם וואָס די קרבנות האָבן מסתּמא געפֿילט ווען זיי זײַנען ערשט אָנגעקומען קיין אוישוויץ-בירקענאַו.

אָט די שינויים זענען אפֿשר נייטיק כּדי צו רעגולירן די מאַסן, און מסתּמא אויך כּדי צו סטימולירן בײַ די באַזוכערס אַ „געהעריקע שטימונג“. אָבער אָט דער צוגאָב איז אינגאַנצן איבעריק פֿאַר אונדז ייִדן, און בפֿרט פֿאַר די לעבן-געבליבענע ווי מײַן מאַמע. ערשטנס, ווײַל פֿאַר אַלטע און שוואַכע מענטשן קומט יעדער טריט אָן מיט שוועריקייטן. און צווייטנס: אַזאַ אַרכיטעקטאָנישע שאַפֿונג פּאַסט פֿאַר אַ חורבן-מוזיי ערגעץ וווּ, אין ניו-זילאַנד אָדער זכרון יעקבֿ למשל, ווײַל עס גיט צו פֿאַרשטיין וואָס האָט זיך דאָרטן פּאַסירט. אָבער דאָ, אין אוישוויץ, דאָ זעט מען דעם חורבן גופֿא; דאָ ווערט די שטימונג געשאַפֿן אַליין, אָן שום סטימול. אַמאָל דאַרף מען נישט, און טאָר מען נישט, ענדערן, און אַפֿילו נישט צוגעבן, ווײַל „כּל המוסיף – גורע“  — דער וואָס גיט צו, מאַכט דווקא קלענער).

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.