אַ שמועס אויף ייִדיש וועגן דעם ישׂראלדיקן שרײַבער אתגר קרתA discussion in Yiddish about the Israeli writer Etgar Keret
צוזאַמען וועט מען לייענען אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון קרתס דערציילונג „בײַ נאַכט“

דער ישׂראלדיקער פֿאַנטאַזיע־שרײַבער אתגר קרת אין ירושלים אין 2008 Photo by Dan Porges/Getty Images
Sign up for the Yiddish Brief, a bissel of all things Yiddish, brought to you weekly by our Forverts editor Rukhl Schaechter.
זונטיק, דעם 28סטן סעפּטעמבער וועט פֿאָרקומען אַ ווירטועלער שמועס אויף ייִדיש וועגן דעם ישׂראלדיקן פֿאַנטאַזיע־שרײַבער אתגר קרת. אָנפֿירן מיט דער דיסקוסיע וועט טובֿה רשטיק-דוידזון.
די אונטערנעמונג, וואָס ווערט געשטיצט פֿון בית־לייוויק אין תּל־אָבֿיבֿ מיט דער שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור, איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל און אַלע זענען פֿאַרבעטן.
צוזאַמען וועט מען לייענען אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון קרתס דערציילונג „בײַ נאַכט“, וואָס געפֿינט זיך אינעם בוך „שטערונג אױפֿן ראַנד פֿון דער גאַלאַקסיע“.
צו לייענען די דערציילונג פֿון פֿריִער גיט אַ קוועטש דאָ. צו באַשטעלן דאָס בוך, גיט אַ קוועטש דאָ.
דער שמועס וועט פֿאָרקומען 18 אַ זייגער ישׂראלדיקע צײַט, 11:00 אין דער פֿרי ניו־יאָרקער צײַט.
****