Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַוואַנסירטע ייִדיש־פּראָגראַם אין רומעניע, פֿרײַ פֿון אָפּצאָלFree advanced Yiddish language program in Romania

די טעמע פֿון דער פּראָגראַם, וואָס וועט זײַן אין גאַנצן אויף ייִדיש, איז „ייִדיש אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, רומעניע און פּוילן“.

אין פֿעברואַר 2026 וועט מען אין קלויזענבערג, רומעניע, דורכפֿירן אַן אינטענסיווע ייִדישע שפּראַכפּראָגראַם פֿאַר אַוואַנסירטע ייִדיש־סטודענטן און פֿליסיקע ייִדיש־רעדער. די פּראָגראַם קאָסט אין גאַנצן נישט קיין געלט.

די פּראָגראַם, וואָס איר אפֿיציעלער נאָמען איז „די אַוואַניסרטע ייִדיש־ווינטער־שול“, וועט פֿאָרקומען אינעם באַבעש־בויעי אוניווערסיטעט.

די טעמע פֿון דער פּראָגראַם, וואָס וועט געפֿירט ווערן אין גאַנצן אויף ייִדיש, וועט זײַן „ייִדיש אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, רומעניע און פּוילן“ און וועט אַרײַננעמען די ווײַטערדיקע קורסן:

  • ווײַטהאַלטער ייִדיש־קלאַסן אויף צוויי מדרגות
  • ייִדישע מאָדערניסטישע מאַניפֿעסטן
  • די פּאָליטיק פֿון ייִדיש
  • דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט
  • די „קולטור־ליגע“ און „ייִקוף“
  • חלומות פֿון ייִדישלאַנד
  • די פּוילישע ייִדישע פּרעסע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה
  • מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע פֿאָלקלאָר פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט

אַכט אָנגעזעענע עקספּערטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך, שפּראַך־געשיכטע און ליטעראַטור וועלן לערנען די קלאַסן: לייזער בורקאָ, אויגוסטאַ קאָסטיוץ־ראַדאָסאַוו, בער קאָטלערמאַן, מײַקל לוקין, אַלעקסאַנדראַ פּאָליאַן, פֿיליפּ שוואַרץ, קאַראָלינאַ שימאַניאַק און דאַריאַ ווכרושאָוואַ.

מע וועט אויך פֿירן עקסקורסיעס קיין סאַטמאַר און דעש.

הגם די פּראָגראַם איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל דאַרפֿן די סטודענטן אַליין באַצאָלן פֿאַר זייערע פֿאָר־הוצאָות, געזונט־פֿאַרזיכערונג און באַהויזונג. די סטודענטן וואָס ווילן אײַנשטיין אינעם אינטערנאַט פֿונעם אוניווערסיטעט קענען דאָס באַשטעלן אין דער אַפּליקאַציע

פֿאַר יענע אַקטיוויטעטן וואָס זענען מחוץ דער פּראָגראַם, ווי די עקסקורסיעס און דער שבת־טיש, וועלן סטודענטן אויך דאַרפֿן באַצאָלן.

די „אַוואַנסירטע ייִדישע ווינטערשול“, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 9טן ביזן 16טן פֿעברואַר, ווערט געשטיצט פֿונעם „צענטער פֿאַר ייִדיש־לימודים אויפֿן נאָמען פֿון רענאַ קאָסטער“ און דעם „אינסטיטוט פֿון העברעיִש־ און געשיכטע־לימודים“.

כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף דער פּראָגראַם, גיט אַ קוועטש דאָ.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.