מאַמדאַניס נצחון באַזאָרגט אַ סך ייִדישע כּלל־טוערMamdani’s victory worries many Jewish leaders
מאַמדאַני האָט נישט איין מאָל דערקלערט, אַז ער אָנערקענט נישט ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה.

זאָכראַן מאַמדאַני באַגריסט זײַנע שטיצער, די נאַכט פֿון די וואַלן פֿאַר ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער Photo by ANGELA WEISS/AFP via Getty Images
דער אַרטיקל איז אַ פֿאַרקירצטער נוסח פֿונעם ענגלישן אַרטיקל, וואָס געפֿינט זיך דאָ.
ווען זאָכראַן מאַמדאַני, אַ שאַרפֿער קריטיקער פֿון ישׂראל, האָט דינסטיק געוווּנען די ווײַלן פֿאַר ניו־יאָרקער בירגער־מײַסטער, האָבן אַ צאָל ייִדישע פֿירער אויסגעדריקט זאָרג בעת אַנדערע האָבן רעאַגירט מיט באַגײַסטערונג און אָפּטימיזם.
מאַמדאַני, וואָס וועט ווערן דער ערשטער מוסולמענישער בירגער־מײַסטער פֿון ניו־יאָרק, האָט באַקומען 50.4% פֿון די שטימען. דער געוועזענער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר אַנדרו קואָמאָ, וואָס האָט קאַנדידירט אומאָפּהענגיק פֿון קיין פּאַרטיי, איז געקומען אויפֿן צווייטן אָרט מיט 41.6%. דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט קורטיס סליוואַ האָט געקראָגן 7.1% פֿון די שטימען.
לויט די לעצטע אַנקעטעס דינסטיק בײַ נאַכט האָבן 60% ייִדישע וויילער געשטיצט קואָמאָ.
אַ צאָל ייִדישע כּלל־טוער האָבן אויסגעדריקט זאָרג וועגן דער צוקונפֿט פֿאַר ייִדן אין ניו־יאָרק איבער מאַמדאַניס מיינונגען וועגן ישׂראל. ער האָט למשל זיך אָפּגעזאָגט צו פֿאַרדאַמען די לאָזונג „זאָל די אינטיפֿאַדע זיך פֿאַרשפּרייטן איבער דער וועלט“ און האָט געוואָרנט אַז דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו וועט אַרעסטירט ווערן אויב ער קומט קיין ניו־יאָרק. ער האָט אויך דערקלערט אַז ער אָנערקענט נישט ישׂראל ווי אַ ייִדישע מדינה.
דער פֿאַקט אַז מאַמדאַני איז נישט געווען גרייט אָפּצוּוואַרפֿן דאָס באַצייכענען די ישׂראל־מחלמה אין עזה ווי „אַ גענאָציד“, ווי אויך זײַן באַשלוס זיך נישט צו באַטייליקן אינעם יערלעכן ישׂראל־פּאַראַד, האָבן אַרויסגערופֿן כּעס בײַ אַ סך ייִדן אין דער שטאָט.
בעת זײַן נצחון־רעדע האָט מאַמדאני אָבער צוגעזאָגט אַז אונטער זײַן קאַדענץ וועט די שטאָט־רעגירונג „שטיצן די ייִדישע ניו־יאָרקער און וועט זיך נישט וואַקלען צו באַקעמפֿן די מכּה פֿון אַנטיסעמיטיזם.“
אַ צאָל ייִדישע וויילער, בפֿרט בײַם ייִנגערן דור, האָבן אָבער געשטיצט מאַמדאַני מיט באַגײַסטערונג. רעאַגירנדיק אויף זײַן צוזאָג צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם, האָט דער שרײַבער מאיר לאַבין געשריבן אויף „עקס“: „דאָס איז בײַ מיר ווי מוזיק אין די אויערן. מזל־טובֿ, מעיאָר זאָכראַן מאַמדאַני!“
אַ טייל קאָמענטאַטאָרס האָבן ספּעקולירט אַז צוליב מאַמדאַניס נצחון וועלן אַ סך ייִדישע אײַנוווינער זיך אַרויסציִען פֿון ניו־יאָרק. ראַבײַ מאַרק שנייער, למשל, וואָס דינט ווי דער גײַסטיקער פֿירער פֿון דער האַמפּטאָן־שיל, אַן אָרטאָדאָקסישע סינאַגאַגע אין לאָנג־אײַלאַנד, האָט שוין געמאָלדן אַז ער האָט בדעה דאָרט צו גרינדן אַ ייִדישע טאָגשול — די ערשטע אין די האַמפּטאָנס.
„איך ריכט זיך אַז טויזנטער ייִדישע משפּחות וועלן פֿאַרלאָזן די שטאָט ניו־יאָרק און זיך אַריבערקלײַבן אין די העמפּטאָנס און דעם ראַיאָן פֿון סאָפֿאָלק־קאַונטי, כּדי צו אַנטלויפֿן פֿונעם אַנטיסעמיטישן קלימאַט פֿון מאַמדאַניס ניו־יאָרק,“ האָט שנייער געזאָגט.