Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צוויי ייִדישע דיכטער וואָס באַזינגען נאַטור פֿון רײַסן ביז אַפֿריקעTwo Yiddish poets who celebrated nature from Belarus to Africa

מע האָט לעצטנס איבערגעזעצט צוויי וויכטיקע ווערק פֿון די ווילנער פּאָעטן משה קולבאַק און אַבֿרהם סוצקעװער

דער „נײַדוס־פֿאַרלאַג“ אין סינסינאַטי האָט במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר אַרױסגעגעבן נײַע איבערזעצונגען פֿון משה קולבאַקס פּאָעמע „רײַסן“ אין דער איבערזעצונג פֿון דזשײסאָן װאַגנער, און אַבֿרהם סוצקעװערס פּאָעטישן ציקל „העלפֿאַנדן בײַ נאַכט: נסיעה איבער אַפֿריקע“, איבערגעזעצט דורך מעל קאָנער.

בײדע דיכטער באַזינגען די נאַטור און אירע קינדער, מענטשן און חיות. און כאָטש ס׳איז דאָ אַ היפּשער מהלך צװישן אַפֿריקע און רײַסן, װי אױך צװישן די צװײ תּקופֿות, װען די דאָזיקע װערק זײַנען געשאַפֿן געװאָרן, קען מען קלאָר הערן אַן איבערקלאַנג צװישן בײדע דיכטער.

אָט נעמט למשל סוצקעװערס שורות: „בײַם טײַך טוגולאַ איז געגאַנגען ברענגען האָלץ אַ מײדל, / אַלע בײמער זענען קאַלט און נאַס געװען װי פֿיש“– און פֿאַרגלײַכט זײ מיט קולבאַקס „נאַסטאַסיע האָט שצאַװיע [שטשאַוו] געקליבן בײַם זײַט פֿון די סטעזשקעס, / אַ מאָלצײַט צו מאַכן אַנטאָשען – איר טאַטן דעם אַלטן“. די העלדן פֿון בײדע לידער זײַנען פּשוטע פּױערים. זײ לעבן אין האַרמאָניע מיט דער נאַטור, װאָס באַזאָרגט זײ מיט אַלץ, װאָס זײ באַדאַרפֿן. סוצקעװער האָט איבערגענומען בײַ קולבאַקן דעם פּאַמעלעכן ריטעם און לאַנגע שורות פֿול מיט פּרטים פֿון טאָגטעגלעכן לעבן.

אַזאַ מין פּאָעטישע קרובֿהשאַפֿט איז אַװדאי ניט קײן צופֿעליקע. קולבאַק איז געװען אַ מין קולט־פֿיגור בײַ דער ייִדישער יוגנט אין װילנע אין די 1920ער יאָרן. און כאָטש ער האָט פֿאַרלאָזט װילנע אין 1928 און איז אַריבער אינעם סאָװעטישן מינסק, איז זײַן השפּעה פֿאַרבליבן שטאַרק ביז אין די 1930ער יאָרן, װען עס האָט זיך אױסגעפֿורעמט די מאָדערניסטישע פּאָעטישע גרופּע „יונג־װילנע“. קולבאַקס השפּעה לאָזט זיך באַמערקן שױן אין סוצקעװערס ערשטע לידער, װי למשל אין דער פּאָעמע „סיביר“, װוּ ער באַזינגט די װײַטע סיבירער װעלדער און סטעפּן, װוּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע יונגע יאָרן.

נאָכן חורבן האָט זיך סוצקעװער באַזעצט אין מדינת־ישׂראל און אָנגעהױבן אַ נײַ לעבן. אינעם יאָר 1950 האָט ער באַזוכט דרום־אַפֿריקע מיט אַ טאָפּלטן שליחות. ער איז געװען אַ טײַערער גאַסט בײַ דער ליטװאַקישער קהילה אין יאָהאַנעסבורג און אײנצײַטיק האָט ער געזאַמלט געלט פֿאַרן „קרן היסוד“ און „בית װילנא“ אין מדינת־ישׂראל. די לאַנדשאַפֿטן און מענטשן פֿון אַפֿריקע האָבן אױף אים געמאַכט אַ שטאַרקן רושם. פֿון דער דאָזיקער רײַזע איז אױסגעװאַקסן דער פּאָעטישער ציקל „העלפֿאַנדן בײַ נאַכט“, װאָס איז אַרױס אינעם זאַמלבוך „אָדע צו דער טױב“ (1955).

װי עס באַמערקט פּראָפֿעסאָר דזשאַסטין קאַמי (סמיט־קאָלעדזש) אינעם נאָכװאָרט צו קאָנערס איבערזעצונגען, האָבן די דאָזיקע לידער עד־היום ניט באַקומען קײן זאַכלעכע אָפּשאַצונג װײַל כּלומרשט פּאַסן זיי ניט פֿאַר דער געשטאַלט פֿון סוצקעװער דעם דיכטער פֿון װילנע און װילנער געטאָ.

די דאָזיקע לידער זײַנען ניט קײן פּאָליטישע; עס זײַנען ניטאָ קײן ייִדן און אַפֿילו ניטאָ קײן װײַסע מענטשן, שרײַבט קאַמי. אַנשטאָט דעם אַנטפּלעקן זײ דעם דיכטערס טיפֿן אינטערעס אין דער אַפֿריקאַנער מיטאָלאָגיע, פֿאָלקלאָר און נאַטור.

אינעם הײַנטיקן געשפּאַנטן אידעאָלאָגישן קלימאַט, װוּ דער ראַסע־ענין איז  זײער אַ דעליקאַטע טעמע, קען עמעצער אפֿשר באַשולדיקן סוצקעװער אין דעם חטא פֿון „אַפּראָפּריאַציע“ פֿון אַפֿריקע פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון אַ פֿרעמדן װײַסן מאַנצביל.

אָבער קאַמי געפֿינט אַן אַרגומענט, כּדי צו באַרעכטיקן סוצקעװערס קער צו דער אַפֿריקאַנער טעמע. אין די דאָזיקע לידער איז סוצקעװער ממשיך זײַנע קינסטלערישע זוכענישן נאָכן סוד פֿון מעשׂה־בראשית, װאָס ער פֿירט זינט זײַנע יוגנטלעכע לידער.

עס איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז סוצקעװער איז ניט געװען דער אײנציקער ייִדישער פּאָעט, װאָס האָט געשריבן װעגן אַפֿריקע. ענלעכע מאָטיװן געפֿינט מען בײַ די לידער פֿון דוד פֿראַם (1903־1988), דעם דרום־אַפֿריקאַנער ייִדישן דיכטער פֿון דער ליטע. אַזױ װי סוצקעװער, איז פֿראַם געװען פֿאַרכּישופֿט פֿון די בונטע קאָלירן פֿון דער אַפֿריקאַנער נאַטור, אָבער דערבײַ האָט ער אָפּגעהיט נאָסטאַלגישע בענקעניש נאָך זײַן אַלטער ליטװישער הײם.

קולבאַק האָט באַטאָנט אין זײַן פּאָעמע דעם „סימבאָלישן מיטאָלאָגישן בראשית“ פֿון רײַסישע ייִדן און זײערע װאָרצלען אינעם באָדן, שרײַבט װאַגנער אין דער הקדמה צו זײַן איבערזעצונג פֿון „רײַסן“. היסטאָריש האָט מדינת־רײַסן אַרײַנגענומען דעם מזרחדיקן טײל פֿון הײַנטיקן בעלאַרוס, װאָס האָט אַ מאָל געהערט צו דעם גרױס־פֿירשטנטום ליטע.

די רײַסישע לאַנדשאַפֿט מיט הױכװאַסערדיקע טײַכן און געדיכטע װעלדער דינט בײַ קולבאַקן װי אַן אוראַלטע הײם פֿאַר צװײ ברידערלעכע פֿעלקער, ייִדן און װײַסרוסן, װאָס זײַנען די סאַמאָראָדנע תּושבֿים פֿונעם לאַנד.

סײַ קולבאַק און סײַ סוצקעװער זײַנען געװען גוט באַהאַװנט אין דער פּױלישער ראָמאַנטישער פּאָעזיע פֿון אַדאַם מיצקעװיטש און יוליִוש סלאָװאַצקי. די ייִדישע דיכטער האָבן פֿאַראײגנט די פּױלישע פּאָעטיק פֿון נאַטור און זי איבערגעאַנדערשט אױף אַ ייִדישן שטײגער.

די דאָזיקע ראָמאַנטישע פּאָעטישע שיטה איז בולט דװקא בײַ די מאָדערנע ליטװאַקישע דיכטער. עס איז מערקװירדיק, װאָס די בײדע נײַע ביכער זײַנען אַרױס אינעם פֿאַרלאַג, װאָס טראָגט דעם נאָמען פֿון לײב נײַדוס, דעם ייִדישן דיכטער, װאָס האָט באַזונגען „די אָרעמע זאַמד־פֿעלדער פֿון ליטע און זאַמעט“. די דאָזיקע פּאָעטישע שיטה האָט ניט קײן ליבע פֿאַרן  שטעטלדיקן לעבנס־שטײגער, װאָס איז געװען אַזױ פּאָפּולער בײַ די ייִדישע ליטעראַטן פֿון אוקראַיִנע און פּױלן.

די איבערזעצערס האָבן אױסגעקליבן פֿאַרשײדענע סטראַטעגיעס פֿאַר איבערטײַטשן ייִדישע לידער אױף ענגליש. קאָנער האָט געסטאַרעט צו בלײַבן געטרײַ דעם ייִדישן מקור, אָבער ער האָט באַשלאָסן ניט אָפּצוהיטן דעם ריטעם און מעטער פֿון סוצקעװערס שורות. װאַגנער, להיפּוך, איז געװען אױסן איבערצוגעבן, װי װײַט עס איז מעגלעך, די מוזיקאַלישקײט און די גראַמען־סטרוקטור פֿון קולבאַקס פֿערזן. דער לײענער, װאָס קען ייִדיש, װעט קענען אָפּשאַצן בײדע איבערזעצונגען דורך פֿאַרגלײַכן זײ מיט די אָריגינאַלן זײַט בײַ זײַט. און עס קומט אַ האַרציקער ייִשר־כּוח ד״ר דזשאָרדאַן פֿינקין, דעם ראָש פֿונעם „נײַדוס־פֿאַרלאַג“ פֿאַר זײַן װיכטיקן אױפֿטו.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.