רבנישע כּתבֿים ווײַזן אומגעריכטע פֿאַרבינדונגען צווישן ייִדיש און לאַדינאָRabbinical texts reveal surprising links between Yiddish and Ladino
לויט אַ נײַ בוך פֿאָרשונגען האָבן טראַדיציאָנאַליסטן אין ביידע עדות געהאַלטן, אַז ייִדן מוזן אָפּהיטן זייער גערעדט לשון

אַ סטאַטוע פֿון שלמה אבן גבירול, אין מאַלאַגע, שפּאַניע. אבן גבֿירולס היימישע שמועס־שפּראַך איז געווען אַראַביש, אַ בײַשפּיל פֿון אַשכּנזיש־ספֿרדישע פֿאַרבינדונגען. Photo by Daniel Capilla / Wikimedia Commons
דער דײַטשישער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַרלאַג De Gruyter האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן אַ באַנד פֿאָרשונגען וועגן רבנישע כּתבֿים אויף ייִדיש און לאַדינאָ, רעדאַקטירט דורך קאַטיאַ שמיד (מאַדריד), דוד בוניס (ירושלים) און חוה טורניאַנסקי (ירושלים). די עלעקטראָנישע ווערסיע פֿונעם בוך איז צוטריטלעך צו אַלעמען, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.
אויף ייִדיש זענען פֿאַראַן צוויי ווערטער, וואָס באַצייכענען דעם אונטערשייד צווישן הייליקע ספֿרים און וועלטלעכע ביכער. דער חילוק איז אָבער נישט אַלעמאָל קלאָר. אַ פֿילאָסאָפֿיש, מעדיציניש צי פֿילאָלאָגיש ווערק אויף לשון־קודש אָדער לשון־תּרגום איז גיכער אַ ספֿר, און אַ הלכה־חיבור אויף ייִדיש קאָן מען אָנרופֿן אַ „בוך‟, ווײַל ייִדיש ווערט, בדרך־כּלל, אַסאָציִיִרט מיט דער וועלטלעכער זײַט פֿון דער ייִדישער קולטור, און די סעמיטישע שפּראַכן – לשון־קודש און אַראַמיש – מיט פֿרומקייט.
אויף לאַדינאָ אָדער דזשודעזמאָ איז אַזאַ אונטערשייד נישטאָ, נאָר די ייִדישע אינערלעכע צוויי־שפּראַכיקייט איז בנימצא; די נאַטירלעכע ספֿרים־שפּראַך איז לשון־קודש. אַמאָל האָבן די ספֿרדים אין דער מיטל־עלטערלעכער מוסולמענישער שפּאַניע אָבער געשריבן גאָר ערנסטע רבנישע ספֿרים דווקא אויף אַראַביש.
אינעם נײַעם בוך איז אַרײַן אַבריאל בר־לבֿבֿס אַרטיקל וועגן דער אַשכּנזישער טאָפּל־שפּראַכיקער קולטור. דער פֿאָרשער ווײַזט, אַז די אַלטע ספֿרים אויף אַראַביש האָבן משפּיע געווען אויף הרבֿ משה פֿראַנקפֿורט; ווי באַלד די הייליקסטע ייִדישע טעקסטן, אַרײַנגערעכנט די גרמא און דעם זוהר, זענען אָנגעשריבן אויף אַן אומגאַנג־שפּראַך, אַראַמיש, קאָן מען ממילא שרײַבן ערנסטע ספֿרים אויף ייִדיש. אַזוי האָט אויך געטאָן זײַן טאַטע, הרבֿ שמעון פֿראַנקפֿורט.
אין אַן אַנדער אַרטיקל וועגן דער אַשכּנזישער און ספֿרדישער שפּראַך־פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט ווײַזט מיכאל זילבער, אַז הרבֿ עקיבֿא־יוסף שלעזינגער (1837 – 1922) האָט אויסגענוצט דעם זעלבן אַרגומענט לטובֿת ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע ייִדישע שפּראַך אין זײַן ספֿר „לבֿ העבֿרי‟ – לאַנג פֿאַר דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ.
אין דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע האָבן געוווינט סײַ אַשכּנזים, טיילווײַז דײַטשיש־ און אונגעריש־רעדנדיקע, סײַ לאַדינאָ־שפּראַכיקע ספֿרדים. אַ וויכטיקער צענטער פֿון זייער צונויפֿטרעפֿונג איז געווען ווין. די טראַדיציאָנאַליסטן אין ביידע עדות האָבן געהאַלטן, אַז ייִדן מוזן אָפּהיטן זייער גערעדט לשון; דאָס האָט אויך געשטימט מיטן גײַסט פֿונעם אונגערישן נאַציאָנאַליזם. אין זײַן ספֿר „מעשׂה אָבֿות‟ ברענגט הרבֿ שלעזינגער בײַשפּילן פֿון מיזרחדיקע ייִדן, וועלכע האָבן באַטראַכט זייער ייִדיש־שפּאַניש (לאַדינאָ) און ייִדיש־אַראַביש ווי טראַדיציאָנעלע הייליקע מאַמע־לשונות.
צו דער גאָר אינטערעסאַנטער אינפֿאָרמאַציע קען איך צוגעבן דעם בײַשפּיל פֿונעם מונקאַטשער רבין חיים־אלעזר שפּירא (1868 – 1937). אין זײַן רוף צו רעדן דווקא אויף ייִדיש האָט ער אויך באַטאָנט, אַז די ווינער ספֿרדים דאַרפֿן ווײַטער רעדן אויף זייער אייגן לשון. כ׳האָב געשריבן וועגן דעם אינעם פֿאָרווערטס.
משה טאַובע באַהאַנדלט די אינטערעסאַנטע קשיא: צי קען מען אָננעמען די אַלט־ייִדישע גבֿיות־עדותן אויף ייִדיש ווי אויטענטישע מוסטערן פֿון דער גערעדטער שפּראַך? למשל, הרבֿ בנימין פֿון סלאָניק, פּוילן, האָט אינעם יאָר 1605 ציטירט אָט אַזאַ גבֿית־עדות: „איך אונ׳ איין וועלשער יהודי זיין גיזעסין צו יאס אין דער וואלח״יי אונ איז גיוועזין בייא אונז איין יהודי פון לעלוב ושמו היה אייזיק גלעזער, ער האט גערביט חמאה וגבינה‟. אויפֿן הײַנטיקן ייִדיש מיינט עס: „איך און איינער אַ רומענישער ייִד האָבן געוווינט אין יאַס, רומעניע, און בײַ אונדז איז געווען אַ ייִד פֿון לעלעוו, וועלכער האָט געהייסט אײַזיק גלעזער; זײַן מלאָכה איז געווען פֿוטער און קעז.‟ צי האָט יענער ייִד טאַקע גערעדט ממש אַזוי, מיט גאַנצע לשון־קודשדיקע אויסדרוקן, אָדער האָט דער בית־דין זיי אַרײַנגעשריבן? זיכער האָט יענער עדות געזאָגט „אַ ייִד‟, נישט „איין יהודי‟.
אינעם בוך דערציילט קלאַודיאַ ראָזענצווײַג אַן אַנדער מעשׂה וועגן דעם זעלבן פּוילישן רבֿ, בנימין סלאָניק. זײַן פּאָפּולער ייִדיש הלכה־ספֿר פֿאַר פֿרויען, „סדר מצות לנשים‟, איז אַרויס אינעם יאָר 1577 אין קראָקע און דערנאָך אין עטלעכע אַנדערע שטעט. דער איטאַליענישער רבֿ יעקבֿ היילפּרון האָט עס איבערגעזעצט אויף ייִדיש־איטאַליעניש און אַרויסגעגעבן אין 1616 אין ווענעציע. היילפּרון איז געווען אַ מחבר פֿון ייִדישע ספֿרים, אַרײַנגערעכנט אַ געגראַמטע איבערזעצונג פֿון שלמה אבן גבֿירולס מיסטישער פּאָעמע „כתר מלכות‟. אבן גבֿירולס היימישע שמועס־שפּראַך איז געווען אַראַביש – נאָך אַ בײַשפּיל פֿון אַשכּנזיש־ספֿרדישע פֿאַרבינדונגען. אַגבֿ, אינעם ייִדישן דיאַלעקט פֿון איטאַליעניש איז אויך פֿאַראַן דאָס וואָרט „ספֿר‟.
בנימין הוניאַדיס פֿאָרשונג איז אויך געווידמעט דעם פֿריִער דערמאָנטן הרבֿ עקיבֿא שלעזינדער. ס׳רובֿ אַנדערע אַרטיקלען זענען געווידמעט דער רבנישער ליטעראַטור אויף לאַדינאָ. ייִדיש ווערט דאָרט עטלעכע מאָל דערמאָנט, אָבער נישט צו אָפֿט. צום בײַשפּיל, ד״ר אַנאַבעלאַ עספּעראַנצאַ פֿאַרגלײַכט די תּחינות און חסידישע ניגונים מיט די ספֿרדישע „קאָפּלאַס‟ אָדער „קאָמפּלאַס‟ – פֿרומע לאַדינאָ־לידער.
ווי עס זעט אויס, איז דאָס פֿיל־קולטורעלע עסטרײַך־אונגערן געווען די וויכטיקסטע קאָנטאַקט־זאָנע צווישן די אַשכּנזים און ספֿרדים. אויף דעם שפּראַכלעכן באַוווּסטזײַן פֿון ביידע ייִדישע גרופּעס האָבן משפּיע געווען די נאַציאָנאַלע באַוועגונגען פֿון אַנדערע באַלקאַנישע און מיזרח־אייראָפּעיִשע פֿעלקער. דאָס נײַע בוך איז אַ וויכטיקער, אינפֿאָרמאַטיווער שטאַפּל אין פֿאַרגלײַך־פֿאָרשונגען פֿון ביידע לשונות, ווי אויך אין דער אַלגעמיינער ייִדישער געשיכטע פֿון „היימישע‟ עסטרײַך־אונגערישע מקומות און צענטראַל־אייראָפּע בכלל.