אַ ייִדיש־רעדנדיק קינד דאַרף אַ „שטעטל“׃ ווי עלטערן קומען זיי אַנטקעגןIt takes a village to raise a child in Yiddish: How parents are doing it
מחוץ די חסידישע קרײַזן האָבן געוויסע עלטערן געשאַפֿן זייערע אייגענע ייִדיש־סבֿיבֿות

נפֿתּלי איידלמאַן, דער אָנפֿירער פֿון דער ייִדיש־שפּראַכיקער טאָגהיים „ענגע־בענגע“, פֿירט אַ שמועס מיט די קינדער Courtesy of the Blum Family
„צו האָדעװען אַ קינד, באַדאַרף מען אַ דאָרף.“ דאָס װערטל, וואָס שטאַמט מסתּמא פֿון דער ניגערישער שפּראַך איגבאָ און אַנדערע צענטראַל־אַפֿריקאַנישע שפּראַכן – מײנט בקיצור אַז קינדער װערן נישט אױסשליסלעך דערצױגן פֿון די אײגענע עלטערן אין דער הײם. זײ זאַפּן אױכעט אײַן די קולטור, שפּראַך און שׂכל פֿון שכנים, הױזפֿרײַנד, לערערקעס און מיט־תּלמידים.
פֿאַרן הײַפֿל נישט־חסידישע עלטערן װעלכע האָבן זיך אונטערגענומען דעם מוטיקן – כאָטש עלנטן – באַשלוס צו האָדעװען זײערע קינדער אױף ייִדיש, איז נישט גרינג צו פֿאָלגן אַזאַ עצה. װוּ געפֿינט מען הײַנט אַזאַ „שטעטל“ װאָס זאָל מיט־האָדעװען דאָס קינד װאָס שײך דער ייִדישער שפּראַך און קולטור?
שדכנות און שכנישאַפֿטן
מחוץ די חסידישע קרײַזן הייבט זיך די קינדער־דערציִונג אויף ייִדיש געוויינטלעך אָן מיט אַ ייִדיש־רעדנדיק פּאָרפֿאָלק. ס׳איז נישט קײן קלײניקײט צו טרעפֿן אַ פּאַסיקן, אומבאַפּאָרטן ייִדיש־רעדער. לױט אַ נישט־װיסנשאַפֿטלעכער אַנקעטע אױף פֿײסבוק האָבן זיך ייִדיש־רעדנדיקע פּאָרפֿעלקער באַקענט אין שיל, אױפֿן אוניװערסיטעט, בײַ אַ ייִדיש־לעקציע, אין ייִדישן טעאַטער און בפֿרט אױף ייִדיש־פֿעסטיװאַלן, צוזאַמענפֿאָרן און קאָלאָניעס װי די ייִדיש־װאָך. נישטאָ – ביז איצט – קײן שום אַפּ װי „ייִדיש־טינדער“ אָדער קײן שדכן־ביוראָ דװקא פֿאַר װעלטלעכע ייִדישיסטן.
טײל מאָל מאַכט זיך בײַ אַ פּאָרפֿאָלק אַז דער אָדער די נישט־ייִדיש־רעדער לערנט זיך שפּעטער אויס ייִדיש אױס ליבע׃ נישט קײן קלײנע טובֿה. אַזעלכעס זעט מען אָבער אױך בײַ אַנדערע צװײשפּראַכיקע משפּחות.
אַז דאָס פּאָרפֿאָלק באַשליסט צו האָבן קינדער מיט װעלכע כאָטש אײנע/ר פֿון זײ װעט רעדן ייִדיש, איז דאָס װױנאָרט גאָר וויכטיק. אין בעסטן פֿאַל װױנען אַזעלכע משפּחות אין שכנות מיט אַנדערע ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות וואָס האָבן קינדער אין די זעלבע יאָרן, כּדי צו שאַפֿן אַ מין ייִדיש „שטעטעלע“.
פֿאַראַן אַ פּאָר בײַשפּילן פֿון ייִדישיסטישע משפּחות װאָס האָבן דאָס טאַקע באַװיזן; קודם־כּל „בײנברידזשיװקע“ אין בראָנקס, נ״י, אָנהייבנדיק פֿון די 1960ער יאָרן. אין די 1980ער איז די איצטיקע פֿאָרװערטס־רעדאַקטאָרשע שׂרה־רחל שעכטער, װאָס איז דאָרט אױפֿגעװאַקסן, געװאָרן די לערערקע פֿון אַ שפּילגרופּע פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע קינדער אויפֿן „אָפּער איסט סײַד“ אונטערן נאָמען „פּריפּעטשיק“ – אײַנגעאָרדנט פֿון עטלעכע עלטערן אין דער גרופּע.
אין די 2000ער יאָרן האָבן דרײַ משפּחות אױפֿגעשטעלט „פּריפּעטשיק באַלטימאָר“ לױטן זעלבן מוסטער. „ס׳איז אונדז געװען זײער װיכטיק צונױפֿצוקומען װי אַ קהילה, צו פֿאַרברענגען און מגדל זײַן די קינדער זײ זאָלן רעדן ייִדיש,“ זאָגט מאַרק קאַפּלאַן, אײנער פֿון די דרײַ טאַטעס. „דאָס האָט זיך אָנגעהױבן נאָך פֿאַר דער תּקופֿה פֿון סמאַרטפֿאָנס און טעקסטלעך.“
בײַ רובֿ אַנדערע משפּחות, איז אַזאַ סאָרט שכנישאַפֿט אַ פּוסטער חלום: מע װױנט װוּ מען אַרבעט. ספּעציעל די אַקאַדעמיקערס קענען קױם אױסקלײַבן זײערע אוניװערסיטעט־פּאָסטנס לױט דער געאָגראַפֿיע.
דאָס פּאָרפֿאָלק בלומע דזשעקלין גראַניק און רחמיאל סעט פֿלאַקסמאַן איז אַ גוטער בײַשפּיל דערפֿון. זיי װױנען מיט זײערע דרײַ קינדער (10, 5 און 15 חדשים) אין אָקסאָפֿרד, ענגלאַנד. דאָרט לערנט און פֿאָרשט רחמיאל קאָמפּיוטערײַ אױפֿן אוניװערסיטעט, בשעת בלומע פֿאָרט מיט דער באַן צו איר פּאָסטן װי אַ דאָצענטין פֿון ייִדישער געשיכטע, אין קאַרדיף, װײלס.
װי די אײנציקע נישט־חסידישע, ייִדיש־רעדנדיקע משפּחה אין גאַנץ בריטאַניע – אױף װיפֿל מיר װײסן – דאַרפֿן זײ טאַקע פֿליִען אין אױסלאַנד כּדי די קינדער זאָלן זיך שפּילן אױף ייִדיש מיט זייערע בני־דור. אַ גאַנץ יאָר בלײַבן זײ אָבער אין קאָנטאַקט, איבער סמאַרטפֿאָנס און טעקסטלעך, מיט אַן אינטערנאַציאָנאַלן ציבור פֿון עלטערן.
װאַטסאַפּ־גרופּעס, בילדער־ביכלעך און קינדער־לידער
די 41 מיטגלידער פֿון דער װאַטסאַפּ־גרופּע „עלטערן פֿון קינדער נאָר ביז 5“ װױנען אין פֿאַרשײדענע לענדער. אַ טײל היטן שבת, אַ טײל זענען גאַנץ סעקולאַר. די געבױרענע ייִדיש־רעדערס פֿאַרטרעטן כּלערלײ דיאַלעקטן; אַנדערע װי גראַניק און פֿלאַקסמאַן רעדן אַן אױסגעלערנט לשון און שטעלן מער פֿראַגעס אויף דער וואַטסאַפּ־גרופּע. אָבער זײ אַלע רעדן ייִדיש מיט די קינדער.
לױט גראַניקן האָבן די וואַטסאַפּ־שמועסן דרײַ עיקר־טעמעס׃ באַגריסן נײַע עופֿעלעך, קשיות װעגן ייִדישע אױסדרוקן און ייִדישע קינדער־ביכלעך. מיטגלידער פֿון דער גרופּע האָבן איבערגעזעצט זײערע באַליבטסטע בילדער־ביכלעך אין גוגל־דאָקומענטן. די אַנדערע דרוקן אויס די איבערזעצונגען און קלעפּן זײ אַרײַן אין יענע קינדערביכער, איבערן ענגלישן טעקסט.
דערצו ווערן הײַנט פּובליקירט אַלץ מער ייִדיש־שפּראַכיקע און צוויישפּראַכיקע קינדערביכלעך בײַ אמתע פֿאַרלאַגן װי קינדער־לשון, פֿײַװ ליװס, אָלניאַנסקי טעקסט און דאָס ניסעלע. פֿרישע אַלבאָמען מיט קינדער־לידער זענען אױך לעצנטס אַרױס בײַ דאָס ניסעלע און באָרשט ביט.
זונטיק־שולעס און טאָגהײמען
אַ מאָל האָבן אָרגאַניזאַציעס װי דער אַרבעטער־רינג און דער שלום עליכם אינסטיטוט אָנגעפֿירט מיט זונטיק־ און נאָכמיטאָג־שולעס, װוּ קינדער, לאַװ־דװקא פֿון ייִדיש־רעדנדיקע הײמען, האָבן זיך אױסגעלערנט און פֿאַרטיפֿט זײער ייִדיש. הײַנט טוען דאָס מערסטנס די טאַטעס און מאַמעס.
אין שטאָקהאָלם טרעפֿט זיך זינט סעפּטעמבער אַ נײַע זונטיקשול אונטערן נאָמען „ייִדיש־קלובען“ (ייִדיש־קלוב). די לערערקע קאַטקאַ מאַזורטשאַק פֿירט אָן מיט טענץ און קונסט־פּראָיעקטן אַרום אַ טעמע פֿון דער װאָך – אַלץ אױף ייִדיש. נאָר אײנער פֿון די קינדער רעדט ייִדיש אין דער הײם. דער עיקר קומען דרײַ משפּחות מיט זעקס קינדער פֿון 2 ביז 13 יאָר, אָבער אַ מאָל קומען אויך אַנדערע משפּחות, אַ טייל פֿון זיי אַפֿילו מיט באָבע־זײדע.
שׂרה שולמאַן, די דירעקאטאָרשע פֿון „דאָס ניסעלע,“ האָט אױפֿגעשטעלט דעם ייִדיש־קלוב קודם־כּל לטובֿת אירע אײגענע קינדער. „ס׳איז אױפֿן אמת געװאָרן מײַן טײַערסטע אַקטיװיטעט מיט מײַנע קינדער,“ האָט זי געשריבן אין אַ בליצפּאָסט־אינטערװיו. „אַלע רעדן בלױז ייִדיש און מיר [דערװאַקסענע] זינגען און טאַנצן אין אײנעם מיט די קינדערלעך. ס׳איז אַ שעפֿערישער, קולטורעלער מקום מיט אַ סך ייִדישקײט. װאָס זשע װאָלט איך איצט געטאָן װען נישט אונדזער גרופּע?“
אין 2022 האָט מען אין בראָנקס, נ״י געשאַפֿן אַ טאָגהיים, „ענגע־בענגע“, וווּ עופֿעלעך און קינדער וואָס זענען נאָך נישט אַרײַן אין קינדערגאָרטן, האָבן זיך געטראָפֿן אַ גאַנצן טאָג פֿינעף טעג אַ וואָך, און געהערט און גערעדט בלויז ייִדיש. אַז דער גרינדער, הױפּטלערער (און טאַטע) נפֿתּלי אײדלמאַן – שׂרה־רחל שעכטערס זון – האָט אין 2023 באַקומען אַן אַנדער אַרבעט, האָט משהלה אַלפֿאָנסאָ גענומען היטן די זעקס קינדער פֿון פֿיר משפּחות. „דעם ערשטן טאָג האָב איך אַלײן זיך געלערנט אַ סך נײַע װערטער… ס׳איז מיר געווען וויכטיק אָנטייל צו נעמען אינעם היטן און לערנען ייִדיש־רעדנדיקע קינדער.“
נײַן חדושים האָט משהלע געזונגען מיט די קינדערלעך, פֿאָרגעלײענט ביכעלעך, געזאָגט מיט זיי געוויסע ברכות ווי „מודה אַני“ און „שמע ישׂראל“ און שפּאַצירט מיט זיי אין פּאַרק – ביז די עלטסטע קינדער האָבן גראַדויִרט און אַן אַנדער משפּחה האָט זיך אַוועקגעצויגן. ווי אַ פּועל־יוצא האָט די טאָגהײם זיך געדאַרפֿט צײַטװײַליק פֿאַרמאַכן.
אַוודאי דאַרף אַזאַ פּראָגראַם כּסדר צוציִען נײַע קינדער כּדי ממשיך צו זײַן. פֿאַר משפּחות וואָס פּלאַנירן צו שאַפֿן אָדער ווײַטער אָנצוגיין מיט אַ קינדער־גרופּע אויף ייִדיש, איז אַפֿילו דאָ אַ פֿונדאַציע וואָס גיט סובסידיעס דערפֿאַר: די אַהרון און סאָניע פֿישמאַן־פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור.
ייִדיש אין אַלגעמײנע שולן
אַרײַנקומען אין אַן אַלגעמײנער שול קען טאַקע אױפֿטרײסלען אַ ייִדיש־רעדנדיק קינד. אין איר װעקסלער־בעל־פּה־געשיכטע, דערצײלט די יונגע פֿרױ עטל ניבאָרסקי אַ מעשׂה װעגן איר ברודערלס ערשטן טאָג אױף דער גרונדשול: „ער איז ציריק אַהײם און איז געװען גאַנץ איבערגערראַשט. … ער זאָגט, ׳איך בין דאָס אײנציקע קינד אין מײַן שול װאָס רעדט ייִדיש!׳ מיר האָבן געטראַכט, ׳יאָ, אַװדאי׳, אָבער פֿאַר אים איז עס געװען אַזאַ מין איבערלעבונג צו זען, צום ערשטן מאָל, טאַקע אַז אין דרױסן געשעען זאַכן אַ ביסל אַנדערש.“
װען די ייִדיש־אַקטריסע און אַקאַדעמיקערין חנה אַנאַ ראָזנפֿעלד האָט זיך איבערגעקליבן פֿון װאַרשע קײן בערלין, האָט זי אײַנגעשריבן אירע צװײ קינדער אין דער ייִדישער גימנאַזיע. דער שול־דירעקטאָר האָט אַפֿילו גערעדט אױף ייִדיש מיט די נײַע תּלמידים פֿון פּױלן, װאָס האָבן נאָך נישט גערעדט דײַטש. ווען חנה האָט אים אָבער געפֿרעגט צי די שול וואָלט געקענט אײַנפֿירן אַ ייִדיש־קלאַס אינעם שול־קוריקולום, האָט ער געזאָגט אַז ניין, ווײַל דער לערנטאָג איז שוין געפּאַקט מיט קלאַסן פֿון די אַלגעמיינע און די העברעיִשע לימודים.
דער יוצא־מן־הכּלל איז שװעדן, װוּ יעדעס ייִדיש קינד האָט אַ רעכט אױף ייִדיש־לעקציעס צוליב די מינאָריטעט־שפּראַכן־געזעצן. אין שטאָקהאָלם באַקומען לכל־הפּחות 21 תּלמידים אין דרײַ שולן אַזעלכע לעקציעס.
צענערלינגען, ייִדיש־טעאַטער… און אײניקלעך?
בײַם אַרײַנגאַנג פֿון אַ טעאַטער אין בערלין, פֿאַר אַ פּיעסע װעגן פֿראַנץ קאַפֿקאַ אין װעלכער די ייִדישע דיאַלאָגן און לידער רופֿן אַרױס אַן אומהײמלעך, ממש „קאַפֿקאַ־דיקע“ אַטמאָספֿער, האָב איך געמאַכט אַן אינטערװיו מיט מאַרק קאַפּלאַן און חנה ראָזנפֿעלד, װאָס זי איז אױך די ייִדיש־עצה־געבערין פֿאַר אָט דער פּיעסע. װי זעען אױס די טאָגטעגלעכע רעאַליטעטן פֿון זײערע ייִדיש־רעדנדיקע קינדער, װאָס זענען שױן צװישן 16 און 21 יאָר אַלט?
געװיסע קינדער פֿון „פּריפּעטשיק באַלטימאָר“ און דער ייִדיש־װאָך זענען געבליבן חבֿר – און שמועסן נאָך אַלץ אױף ייִדיש צװישן זיך. קאַפּלאַנס זון און ראָזנפֿעלדס טאָכטער האָבן אַ מאָל געשפּילט אַ חתן־כּלה אין אַ ייִדישער פּיעסע. אָבער די יוגנט האָט אײגענע אינטערעסן׃ קאָמיק־ביכער, יאַפּאַניש, פֿאָטאָגראַפֿיע. זײער מאַמע־לשון איז לאַװ־דװקא די העכסטע פּריאָריטעט.
„צי די קינדער װעלן האָבן אײגענע קינדער און זײ האָדעװען דירעקט אױף ייִדיש – אײן גאָט װײסט,“ זאָגט קאַפּלאַן. „איך האָב בדעה צו רעדן ייִדיש מיט די אײניקלעך, אם־ירצה־השם. איך װײס אָבער נישט װיפֿל דאָס װאָלט געפּועלט, ספּעציעל װען מיר װױנען װײַט אַװעק.“
צוליב דעם וואָס עס זענען מער נישטאָ קײן ייִדישע שטעטלעך איז קלאָר אַז ייִדיש־רעדנדיקע עלטערן דאַרפֿן זיך באַמיִען אױפֿצושטעלן אַזעלכע קליינע סוראָגאַט־שטעטעלעך, אַזױ װי די מוסטערס וואָס מיר האָבן דאָ באַשריבן.
פֿאַר מענטשן מחוץ דער ייִדיש־װעלט קען אַ באַגעגעניש מיטן גערעדטן ייִדיש זײַן אַ חידוש. אַפֿילו בײַ ייִדישיסטן שטייט אַ ייִדיש־רעדנדיק קינד אויף אַ מין בינע: אַ זעלטנקייט. בײַ די קינדער אַליין איז דאָס רעדן ייִדיש אָבער נישט קײן טעאַטער. פֿאַרקערט, בײַ זיי איז עס אַ נאַטירלעכע זאַך.