ווי צו זען די אויסשטעלונג פֿון ייִדישן ביכער צענטער דורך דער מאָבילקעHow to view the Yiddish Book Center’s virtual exhibit with your cell phone
דער ווירטועלער נוסח פֿון „ייִדיש: אַ גלאָבאַלע קולטור“ נעמט אַרײַן פֿאָטאָס, נאָטן און קונסטווערק.

Courtesy of Jennifer Stern
דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.
אַ דאַנק דעם ייִדישן ביכער־צענטערס נײַעם װעבזײַטל, „ייִדיש׃ אַ גלאָבאַלע קולטור׃ אַ װירטועלע אױסשטעלונג“, קען מען איצט פֿאַרברענגען מיט דער ייִדישער קולטור ווען עס גלוסט זיך נאָר. דורך אַ קאָמפּיוטער אָדער טעלעפֿאָן אין דער קעשענע, האָט מען איצט צוטריט צו די הױכפּונקטן פֿונעם צענטערס פּרעכטיקער פּערמאַנענטער אױסשטעלונג.
פֿאָרװערטס־לײענערס װײסן שוין אַז דער ביכער־צענטער האָט לעצטנס פּובליקירט אַ קאַטאַלאָג פֿון דער אױסשטעלונג — אַ בוך װאָס איז אַלײן אַ קונסטװערק. איך קען אַליין באַשטעטיקן אַז אַ װיזיט אין דער אױסשטעלונג אױפֿן צענטערס קאַמפּוס אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס איז אַ טראַנספֿאָרמאַטיװע דערפֿאַרונג. יעדער אײנער װאָס האָט אַ געלעגנהײט צו זען מיט די אײגענע אױגן די הונדערטער אוצרות — אַרײַננעמענדיק ביכער, פּלאַקאַטן, פֿאָטאָגראַפֿעס, נאָטן, קונסטװערק און אַ לינאָטיפּ־פּרעסע — דאַרף עס טאָן.
בײַ די װאָס װױנען װײַט אַװעק האָט דאָס װעבזײַטל אָבער קלאָרע מעלות. עס איז װיזועל צוציִענדיק, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל און לאָזט זיך גרינג ניצן. װי מע װעט װײַטער זען ניצט עס עפֿעקטיװ אױס מולטימעדיע (נישט נאָר בילדער אָבער אױך װידעאָס און קלאַנג־רעקאָרדירונגען).
װי די אױסשטעלונג אַלײן, צעטײלט זיך דאָס װעבזײַטל אױף 16 טעמאַטישע אָפּטיילן — ווי למשל „פֿרױען־שטימען“, „טעאַטער“ און „פּרעסע און פּאָליטיק“. װען מען גיט אַ קװעטש אױף אַן אָפּטייל זעט מען צו ערשט אַ פּאָר באַלערנדיקע פּאַראַגראַפֿן װעגן דער טעמע. נאָכן אַרײַנפֿיר געפֿינט מען בילדער פֿון חפֿצים אין דער אױסשטעלונג װאָס זענען שײך צו דער טעמע. די באַשרײַבונגען פֿון די אָביעקטן זענען גרינג צו פֿאַרשטײן אַפֿילו אױב מען איז נישט קײן מבֿין אױף ייִדישער קולטור. פֿאַר די דאָזיקע טעקסטן דאַרף מען באַדאַנקען דוד מאַזאָװער, דער קוראַטאָר פֿון דער אױסשטעלונג — װאָס האָט אױך מחבר געװען דעם קאַטאַלאָג און דאָס װעבזײַטל.
ווײַטער וועט איר זען אַ קורצן „געפֿירטן טור“ דורך עטלעכע אָביעקטן אױפֿן װעבזײַטל. איך האָב אױסגעזוכט די װאָס געפֿעלן מיר ספּעציעל, און דער אָפּקלײַב איז בלויז אַ טייל פֿונעם מאַטעריאַל וואָס מע קען דאָרט זען. אין האַלבע לבֿנות געפֿינען זיך פֿאַרבינדונגען אױף די שײכדיקע װעבזײַטל־סעקציעס׃
- אילוסטראַציעס פֿון אסתּר קאַרפּ און אידאַ ברױנער פֿאַר די לידער־זאַמלונגען פֿון חיים קרול און דוד זיטמאַן, פּובליקירט פֿון פֿאַרלאַג אַכריד אין לאָדזש, 1921. סײַ די קינסטלערינס סײַ די פּאָעטן זענען געװען אַקטיװ אין יונג ייִדיש אין לאָדזש. (כּדי צו זען דעם דאָזיקן חפֿץ, גיט אַ קװעטש דאָ.)
- אַ װאַרשעװער פּאָסטקאַרטל (אַרום 1910) פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער שרײַבערין דבורה באַראָן, כּמעט די אײנציקע שרײַבערין פֿון איר דור װאָס געפֿינט זיך אויף אַ פּאָסטקאַרטל. כּמעט אַלע ייִדישע קולטור־טוערס אױף די פּאָסטקאַרטלעך זענען געװען מענער. (כּדי צו זען דעם דאָזיקן חפֿץ, גיט אַ קװעטש דאָ.)
- חנעװדיקע אילוסטראַציעס פֿונעם קינסטלער ישׂשׂכר בער ריבאַק פֿאַר לײב קװיטקאָס קינדער־ביכלעך. ריבאַק איז געװען אַן אַװאַנגאַרדישער קינסטלער אין קיִעװ און פּאַריז. קװיטקאָ איז געװען צװישן די ייִדישע פּאָעטן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד װאָס זענען דערהרגעט געװאָרן פֿון סטאַלינען דעם 12טן אױגוסט 1952. (כּדי צו זען דעם דאָזיקן חפֿץ, גיט אַ קװעטש דאָ.)
- יצחק־לייבוש פּרצעס הומאָריסטישע אַליין־פּאָרטרעטן אין זײַן העפֿטל. פּרץ איז באַקאַנט װי אײנער פֿון די װיכטיקסטע שרײַבערס אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. אין דער אױסשטעלונג געפֿינט זיך אַ רעקאָנסטרוקציע פֿון זײַן סאַלאָן אין װאַרשע, װוּ ער האָט אױסגעפֿורעמט אַ גאַנצן דור פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. די צייכענונגען אין זײַן העפֿט באַװײַזן אַ לײַכטערע זײַט פֿון זײַן כאַראַקטער. (כּדי צו זען דעם דאָזיקן חפֿץ, גיט אַ קװעטש דאָ.)
- אַן עקזעמפּלאַר פֿון „אָנקל טאָמס קעבין“, האַריעט ביטשער סטאָס ענגלישן ראָמאַן װעגן שקלאַפֿערײַ אין אַמעריקע, איבערגעזעצט אױף ייִדיש און פּובליקירט אין 1911. אַ דראַמאַטישע באַאַרבעטונג פֿון סטאָס מעשׂה האָט שטאַרק אויסגענומען בײַם עולם אין ייִדישן טעאַטער. (כּדי צו זען דעם דאָזיקן חפֿץ, גיט אַ קװעטש דאָ.)
- אַן עטיקעט אין אַ ייִדיש בוך (אַרום 1910) מיט אַ בילד פֿון אַ מיידל וואָס לייענט, פֿון װאַרשע. (כּדי צו זען דעם דאָזיקן חפֿץ, גיט אַ קװעטש דאָ.)
- אַ פֿאָטאָ פֿון דער ייִדישער פּאָעטעסע אסתּר שומיאַטשער־הירשבײן מיט אַ „גײשע“ אין יאַפּאַן. שומיאַטשער און איר מאַן, דער דראַמאַטורג און שרײַבער פּרץ הירשבײן, זענען געװען הייסע וועגסלײַט. דער דאַמפֿשיף־קופֿערט װאָס זײ האָבן מיטגעבראַכט מיט זײ איבער דער װעלט געפֿינט זיך אין דער אױסשטעלונג. (כּדי צו זען דעם דאָזיקן חפֿץ, גיט אַ קװעטש דאָ.)
דערצו געפֿינען זיך אױפֿן װעבזײַטל עטלעכע װידעאָס און קלאַנג־רעקאָרדירונגען. אַ פּאָר בײַשפּילן:
- מיכל יאַשינסקי, אַ הײַנטצײַטיקער ייִדישער אַקטיאָר און איבערזעצער, לײענט פֿון אַ מעשׂה (אַרום 1908) װעגן מאַקס שפּיצקאָפּף, דעם „ייִדישן שערלאָק האָלמס.“ יאַשינסקי האָט לעצטנס פּובליקירט זײַן איבערזעצונג פֿון די שפּיצקאָפּף־מעשׂיות אױף ענגליש. (כּדי צו הערן די דאָזיקע רעקאָרדירונג, גיט אַ קװעטש דאָ).
- אַ קאָנצערט פֿון „אונדזער שטעטל ברענט“, פֿונעם פּאָעט און לידער־שרײַבער מרדכי געבירטיג. בעתן חורבן האָט דאָס דאָזיקע ליד אינספּירירט ייִדן אין די געטאָס און קאָנסענטראַציע־לאַגערן אויסצושטיין דעם נאַצי־גיהנום. דאָ זינגט בענטע קאַהאַן. (כּדי צו קוקן אױפֿן דאָזיקן װידעאָ, גיט אַ קװעטש דאָ).
- היסטאָרישע רעקאָרדירונגען פֿון די באַרימטע אַקטריסע־זינגערינס דזשעני גאָלדשטײן, נעלי קאַסמאַן, מאָלי פּיקאָן, פּעפּי ליטמאַן און בעסי טאָמאַשעפֿסקי (כּדי צו הערן די דאָזיקע רעקאָרדירונגען, גיט אַ קװעטש דאָ).
- אַן אַנימאַציע און פֿאָרלײענונג פֿון דער דערציילונג „די זאָגערין“ געשריבן פֿון רחל ברכות (1880-1942). סײַ די אַנימאַציע סײַ די פֿאָרלײענונג (אױף ייִדיש) זענען פֿון דער ייִדישער אַקטריסע, קינסטלערין און פֿאָרשערין אלונה באַך. די מעשׂה באַשרײַבט דאָס ביטערע לעבן פֿון אַ זאָגערין, אַ פֿרױ אין אַ שטעטל װאָס האָט געזאָגט תּפֿילות לטובֿת אַנדערע פֿרױען וואָס האָבן נישט געקענט לייענען קיין לשון־קודש. (כּדי צו קוקן אױף דער אַנימאַציע, גיט אַ קװעטש דאָ.)
בײַם סוף פֿון יעדער סעקציע געפֿינט זיך די פֿראַזע „איר װאָלט אפֿשר אױך הנאה געהאַט פֿון…“ — אַ זאַמלומג פֿאַרבינדונגען צו לעקציעס, קאָנצערטן און אינטערװיוען פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער, װאָס האָבן אַ שײַכות צו דער טעמע. אַ מאָל האָבן אַזעלכע „צוגאָבן“ צו טאָן מיט אַן אָביעקט אין דער אױסשטעלונג — ווי למשל אַרטיקלען פֿונעם צענטערס זשורנאַל „פּאַקן־טרעגער“ װעגן שמואל דזשודינס קאַרטלעך־קאַטאַלאָג, און װעגן אַ בוך פֿון אַרום 1920 פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
מאַזאָװער האָט מיר דערקלערט אַז דאָס װעבזײַטל איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט, און װעט נאָך גרעסער ווערן מיט דער צײַט. „מיר האַלטן נישט אַז די פּערמאַנענטע אויסשטעלונג און די דיגיטאַלישע ווערסיע זאָלן בלײַבן אַזוי אויף אייביק. מיר האָבן בדעה אָפֿט צו דערהײַנטיקן און ענדערן דעם מאַטעריאַל, ספּעציעל אָנלײַן. בײַ געוויסע טעמעס האָפֿן מיר צו גראָבן אַ ביסל טיפֿער; אפֿשר אויך צוגעבן טעמעס וואָס מיר האָבן שוין מער נישט געהאַט קיין פֿיזיש אָרט זיי אַרײַנצושטעלן, ווי למשל דאָס לעבן אין שטעטל, חסידות, די אַרבעטער־באַוועגונג און ייִדיש אין ישׂראל.“
זײַן מאַנשאַפֿט האָפֿט אויך צו שאַפֿן אַ דיגיטאַלישן נוסח פֿון דער כּוללדיקער „צײַטליניע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער קולטור“ אינעם קאַטאַלאָג פֿון דער אויסשטעלונג. „ס׳וואָלט געווען גוט אויב מיר קענען עס דערהײַנטיקן אויפֿן װעבזײַטל פֿון יאָר צו יאָר און מאַכן צוטריטלעך פֿאַר לערערס און סטודענטן.“
געדענקט זשע אַרײַנצוקוקן אינעם װעבזײַטל פֿון צײַט צו צײַט, כּדי צו אַנטדעקן נײַע אוצרות!
צו לייענען מער וועגן דעם קאַטאַלאָג, גיט אַ קוועטש דאָ.