דרײַסיק יאָר זינט איך בין געוואָרן אַ ייִדישער איבערזעצערLooking back on my 30 years as a Yiddish translator
איינער פֿון מײַנע באַליבטסטע דיכטער, וועמעס ווערק איך האָב שוין אַ סך איבערגעזעצט, איז אָסיפּ מאַנדעלשטאַם.

בײַ דער אַרבעט אינעם פֿאָרווערטס־ביוראָ, 2016 Courtesy of Yoel Matveyev
איך בין געווען אַ מאָדערנער חסיד אַ בעל־תּשובֿה, וועלכער פֿילט זיך היימיש סײַ צווישן די חסידים, סײַ צווישן די וועלטלעכע ייִדישיסטן.
נישט לאַנג צוריק האָב איך געבלעטערט מײַן עלטסטע אָפּגעהיטע העפֿט מיט לידער אויף ייִדיש, אָנגעשריבן אין 1995 – 1996. האָב איך זיך פֿאַרטראַכט, אַז עס באַקומט זיך אַ יוביליי פֿון מײַן ייִדיש־שאַפֿן און אַן אײַנפֿאַל אַ ביסל אָנצושרײַבן וועגן דעם.
עפּעס האָב איך געגראַמט אויף ייִדיש נאָך פֿריִער, אָבער פֿון יענע „אורשאַפֿונגען‟ מײַנע איז נישט געבליבן קיין שפּור. אין יענער אַלטער העפֿט, וואָס האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנגן וועג קיין אַמעריקע און מיט יאָרן שפּעטער צוריק קיין רוסלאַנד, געפֿינען זיך אויך דרײַ מײַנע איבערזעצונגען פֿון מײַן באַליבטן רוסישן דיכטער אָסיפּ מאַנדעלשטאַם.
אין 2002 זענען יענע איבערזעצונגען פּובליקירט געוואָרן אינעם אינטערנעץ־זשורנאַל „דער באַוועבטער ייִד‟, נאָר אין גאָר אַנדערע ווערסיעס. די היסטאָרישע העפֿט איז דעמאָלט געווען אין פּעטערבורג, און איך האָב געוווינט אין קווינס. אויף אויסווייניק האָב איך מײַנע טעקסטן נישט געדענקט און ממילא געמוזט זיי איבערשרײַבן. דער נײַערער נוסח האָט זיך באַקומען לאַוו־דווקא בעסער, פּשוט אַנדערש. פֿאַרגלײַכט:
געהיים איז שאָרכען אינעם וואַלד:
אַ פּרי פֿאַלט אַראָפּ אַנטשוויגן
אין אייביק הילכן פֿונעם ניגון,
וואָס וועלדער־שווײַגעניש אַנטהאַלט.
(1995-1996)
אַ טויבער, אַ געהיטער קלאַנג:
אַ פּרי איז אַראָפּגעפֿאַלן
אינמיטן טיף און אייביק שאַלן
אין שטילקייט פֿונעם וואַלד־געזאַנג.
(2002)
אינעם זעלבן יאָר, ווען אָט די שורות זענען דערשינען אינעם „באַוועבטן ייִד‟, האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן ווי אַ נײַעס־איבערזעצער אינעם פֿאָרווערטס. צוערשט האָב איך געאַרבעט צוויי טעג אַ וואָך; ביסלעכווײַז, מיט עטלעכע יאָר שפּעטער, האָב איך אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער רעדאַקציע די גאַנצע וואָך. פֿאַרן באַקומען די שטעלע, זײַענדיק אַ יונגער ענטוזיאַסטישער יאַט, האָב איך געפֿירט ייִדיש־לימודים פֿרײַ פֿון אָפּצאָל אויף דער אינטערנעץ און פֿאַרשיידענע דיסקוסיעס אַרום דער ייִדישער שפּראַך. מײַן מיטבאַטייליקטער אין דעם איז געווען אַריה לאָנדאָן ז״ל (1946 – 2017) – דער זשורנאַליסט פֿון די ייִדיש־אוידיציעס אויף דער אינטערנאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער ראַדיאָ „קול ישׂראל‟. מיר האָבן אָפֿט אַרומגערעדט מאַנדעלשטאַמס לידער.
ווי אַזוי האָב איך געפֿונען די אַרבעט אינעם פֿאָרווערטס? ערגעץ אין די ייִדישיסטישע אינטערנעץ־פֿאָרומס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ קלאַנג, אַז דער פֿאָרווערטס זוכט אַ מיטאַרבעטער. האָב איך זיך פֿאַרבונדן מיט דער צײַטונג און זיך געיאַוועט אינעם ביוראָ. באַלד איז צו מיר צוגעקומען אַ סימפּאַטישע רויטהאָטיקע פֿרוי, וועלכע האָט זיך פֿאָרגעשטעלט: „איך בין שׂרה־רחל שעכטער‟. מיט אַזאַ באַשטעטיקנדיקן טאָן האָט זי זיך באַגריסט, אַז איך האָב פֿאַרשטאַנען אַז איך מוז זיך מאַכן, אַז איך ווייס, ווער זי איז!
דעם אמת געזאָגט, האָב איך קיין השׂגה נישט געהאַט. אין יענע יאָרן, צו וועלכע עס געהערט מײַן אַלטע לידער־העפֿט, האָב איך געטראָפֿן אַ קופּע נומערן פֿונעם פֿאָרווערטס אין דער פּעטערבורגער שיל, איבערגעלייענט אַ פּאָר צי אפֿשר אַ טוץ צײַטונגען. קיין שׂרה־רחל שעכטער האָב איך דאָרט נישט באַמערקט. פּונקט דעמאָלט, ווען איך האָב זיך געלאָזט קיין אַמעריקע, כּדי זיך אָנצושליסן אין אַ וויליאַמסבורגער ישיבֿה, האָט שׂרה־רחל באַקומען איר שטעלע אין דער צײַטונג.
רעדן האָב איך אין אַמעריקע גערעדט די ערשטע יאָרן רק אויף ייִדיש און כּמעט קיין ענגליש נישט געקענט, נאָר אינעם סאַטמאַרער וויליאַמסבורג האָב איך קיין פֿאָרווערטס אַוודאי בכלל נישט געזען.
אינעם ביוראָ האָט מיר יענע, נאָך אומבאַקאַנטע פֿרוי אײַנגעהענטיקט אַ שטיקל פּאַפּיר און געבעטן איבערצוזעצן אַ נײַעסל פֿון ענגליש אויף ייִדיש. האָב איך עס געטאָן, גלײַך באַקומען די שטעלע און זיך באַלד גוט באַקענט מיט דער רעדאַקציע: באָריס סאַנדלער, איציק גאָטעסמאַן, באָריס בודיאַנסקי און אַנדערע. אין גיכן האָב איך זיך אויך באַקענט מיט כּמעט אַלע באַוווּסטע ניו־יאָרקער ייִדישיסטן, און געוואָרן אַ יוצא־דופֿנדיקער פּאַרשוין: אַ מאָדערנער חסיד אַ בעל־תּשובֿה, וועלכער פֿילט זיך היימיש סײַ צווישן די חסידים, סײַ צווישן די וועלטלעכע ייִדישיסטן.
אַגבֿ, יענע איבערזעצונגען פֿון מאַנדעלשטאַמען האָב איך אַמאָל אויך פֿאָרגעלייענט אויף „קול ישׂראל‟. צו דער דאָזיקער ראַדיאָ־אוידיציע האָט דער פֿאָרווערטס געהאַט אַן אומדירעקט צופֿעליק שײַכות. אַריה לאָנדאָן האָט מיר פּשוט אָנגעקלונגען אין דער רעדאַקציע און רעקאָרדירט דעם שמועס.
אינעם ביוראָ האָב איך נישט זעלטן געשמועסט וועגן מאַנדעלשטאַמען מיטן ייִדישן פּאָעט שלום בערגער וועלכער האָט דעמאָלט געפֿירט די וועבזײַט פֿון דער צײַטונג; שפּעטער האָב איך איבערגענומען אָט די מלאָכה.
אין מײַן היים־ביבליאָטעק שטייען נישט ווייניק ביכער, וואָס איך האָב זינט דעמאָלט רעדאַקטירט, איבערגעזעצט צי טיילווײַז אָנגעשריבן. דרײַסיק יאָר איז אַ לאַנגער וועג – אַ גאַנצע תּקופֿה, נאָר צו מאַנדעלשטאַמען קער איך זיך אום כּסדר. דעם פֿאַרגאַנגענעם דעצעמבער, בין איך אויפֿגעטראָטן אינעם פּעטערבורגער ייִדישן קהילה־צענטער מיט מײַנע נײַע איבערזעצונגען פֿונעם דאָזיקן פּאָעט אין פֿאַרגלײַך מיט מײַנע צען ייִדישע איבערזעצונגען פֿון רײַנער־מאַריאַ רילקעס לידער. מסתּמא צום ערשטן מאָל זענען רילקעס לידער איבערגעזעצט געוואָרן אויף ייִדיש; דער ליטעראַטור־פֿאָרשער וואַלערי דימשיץ האָט מיר געזאָגט, אַז קיין פֿריִערע ייִדישע איבערזעצונג פֿונעם דאָזיקן דיכטער אויף ייִדיש האָט ער נישט געזען.
וואָס שייך דעם פֿאָרווערטס, זענען בײַ מיר פֿונעם ייִנגערן דור מיטאַרבעטער פֿאַרבליבן באַזונדערס וואַרעמע זכרונות פֿון צוויי מיידלעך, דעמאָלט גאַנץ יונגע: אַנע (חנה) קוקאַ פֿון בערלין און ליודמילאַ שאָלאָכאָוואַ פֿון קיִעוו. נישט לאַנג האָבן זיי אָפּגעאַרבעט אינעם פֿאָרווערטס, נאָר מיט זיי האָט מען אַלעמאָל געקאָנט שמועסן אויף כּלערליי טשיקאַווע טעמעס (אַרײַנגערעכנט פּאָעזיע!) און זיך גוט אָנלאַכן. משה־יודאַ דײַטש, אַ סאַטמאַרער חסיד, וועלכער האָט דעמאָלט מיט אונדז געאַרבעט ווי אַ מיטדיזײַנער, איז געווען שטאַרק אומצופֿרידן דערמיט. סטײַטש, איך שרײַב טיפֿע אַרטיקלען וועגן חסידות און קבלה, און פּראַווע קלות־ראָש מיט אַ דײַטשקע און אַן אוקראַיִנקע! סאַראַ חוצפּה!
אויך זייער טשיקאַווע איז מיר געווען צו פֿירן די רובריק, דער עיקר, וועגן וויסנשאַפֿטלעכע ידיעות און נײַעס, וואָס האָט טאַקע געהייסן „טשיקאַוועס אַרום דער וועלט‟. כ׳האָף, אַז מע וועט דיגיטאַליזירן יענע נומערן און איך וועל קענען יענע אַרטיקעלעך אַליין איבערלייענען.
להיפּוך צו אומאָנגענעמע קאָרפּאָראַטיווע צי סתּם העסלעכע אַרבעט־סבֿיבֿות, איז די פֿאָרווערטס־רעדאַקציע געבליבן אין מײַן זכּרון אַ פֿרײַנדלעכע חבֿרה, כּמעט אַ משפּחה, וווּ מע האָט געקאָנט שעפּן פֿון די מיטאַרבעטער און ביוראָ־באַזוכער אַ סך ידיעות וועגן די סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער, דעם בונד, די אַמאָליקע ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס, און נאָך, און נאָך. און וואָס שייך מאַנדעלשטאַמען, וועל איך אים, אַוודאי, ווײַטער איבערזעצן.