איז דער דראַמאַטורג אַבֿרהם גאָלדפֿאַדן געװען אַ ציוניסט?Was playwright Avrom Goldfaden a Zionist?
אין זײַן ניט־פֿאַרעפֿנטלעכער לעצטער דראַמע „בן עמי“ האָט גאָלדפֿאַדן אױסגעלײגט אַ פּלאַן פֿאַר ייִדן צו פֿאַרנעמען ארץ־ישׂראל

אַ צײַטונג־אויסשניט פֿון אַ סצענע אין גאָלדפֿאַדנס פּיעסע „סמבטיון“, דאַטע אומבאַקאַנט Courtesy of the National Yiddish Theater Folksbiene
זינט די סאַמע ערשטע יאָרן פֿון דער ציוניסטישער באַװעגונג איז דער טעאַטער געװען אַ װיכטיקער מיטל פֿאַרן פֿאַרשפּרײטן אירע אידעען. מען האָט פֿאָרגעשטעלט אױף דער בינע סײַ די ייִדישע פּראָבלעמען — אַזעלכע װי אַנטיסעמיטיזם, דלות, שלעכטע מידות — סײַ די לײזונג: אַ ייִדישע מדינה. צװישן די דראַמאַטורגן זײַנען געװען די אָבֿות פֿונעם פּאָליטישן ציוניזם, אַזעלכע װי טעאָדאָר הערצל און מאַקס נאָרדױ.
אַבֿרהם גאָלדפֿאַדן (1840־1908), דער „פֿאָטער פֿונעם ייִדישן טעאַטער“, איז ניט געװען קײן פּאָליטישער דענקער. בײַ אים איז דער טעאַטער געװען אַן אָרט, װוּ אַ ייִד „זאָל האָבן װוּהין צו אַנטלױפֿן אױף עטלעכע שטונדן פֿון זײַנע ביטערע דאגות, װאָס פֿאַרפֿאָלגן אים אַ גאַנצן טאָג.“ דערפֿאַר, זאָגט ער װײַטער, „איז געװען שטענדיק מײַן פּלאַן צו פֿאַרפֿאַסן נאָר קאָמישעס מיט געזאַנג און טאַנץ, װאָס ס׳הײסט אָפּערעטע.“
אָבער אין דער אמתן זײַנען װײַט ניט אַלע פּיעסעס זײַנע געװען קאָמיש און לײַכטזיניק. װי עס באַװײַזט די דײַטשישע פֿאָרשערין מעלאַניע דאָריס ליקאַס (אוניװערסיטעט פֿון געטינגען) אין איר בוך „דער ייִדישער טעאַטער צװישן ציוניזם און ייִדישער אַסימילאַציע אַרום 1900“, איז דער ייִדישער טעאַטער געװען „אַ שפּיגל פֿון יענער צײַט“. אין זײַנע דראַמאַטישע װערק האָט גאָלדפֿאַדן באַהאַנדלט די װיכטיקסטע סאָציאַלע און פּאָליטישע פּראָבלעמען פֿון ייִדישן קיום אױפֿן שװעל פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט.
כּדי צו אַנטפּלעקן געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע טענדענצן אין גאָלדפֿאַדנס שאַפֿונג מאַכט לוקאַס אַ פּרטימדיקן אַנאַליז פֿון די טעקסטן. זי באַטראַכט ניט נאָר די באַקאַנטע װערק װי „שולמית“, „בר־כּוכבא“ און „משיחס צײַטן“, נאָר אױך דאָס לעצטע װערק זײַנס, „בן עמי“ (1906), װאָס איז אױפֿגעפֿירט געװאָרן אין ניו־יאָרק. דער טעקסט איז קײן מאָל ניט געדרוקט געװאָרן אָבער אַ כּתבֿ־יד האָט זיך אָפּגעהיט אין ייִװאָ.
גאָלדפֿאַדן האָט באַשריבן „בן עמי“ װי אַ „נאַציאָנאַל־פּאַטריאָטישע מוזיקאַלישע דראַמע“, װאָס איז „ספּעציעל געשריבן געװאָרן פֿאַר מײַן ייִדישן פֿאָלק“. די פּיעסע ברענגט צונױף די פּראָבלעמען פֿון יענער צײַט: רעװאָלוציע און פּאָגראָמען אין רוסלאַנד, אַסימילאַציע, שמד, עקאָנאָמישע סתּירות. זײ װערן פֿאָרגעשטעלט דורך ליבע־באַציִונגען, משפּחה־קאָנפֿליקטן און פּאָליטישע װיכּוחים.
װי עס איז טיפּיש פֿאַר גאָלדפֿאַדן, װערן רעאַליסטישע געשעענישן געמישט מיט ראָמאַנטישע פֿאַנטאַזיעס: אַ גוטהאַרציקער קריסטלעכער באַראָן, װאָס האָט געראַטעװעט אַ ייִדיש מײדל רחלע פֿון אַ פּאָגראָם, האָט זיך אַנטפּלעקט װי אַ געהײמער ייִד. דער סוף איז גוט, דער באַראָן האָט חתונה מיט רחלען, און די אַסימילירטע העלדן טוען תּשובֿה.
דער תּמצית פֿון דער פּיעסע װערט אױסגעדריקט אַלעגאָריש אין אַ ליד אינעם פּראָלאָג. אַן אַלמנה זיצט „בײַ דער כּותל־מערבֿי אין גאַנץ טיפֿן טרױער“ װעגן דעם ביטערן מצבֿ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. זי װערט געטרײסט דורכן כאָר, װאָס זאָגט צו, אַז אָט־אָט, וועלן די קינדער אירע „אַלע צוזאַמען /קומען צו דער מאַמען / זי זען אין אַמאָלעדיקער פּראַכט.“ אַזױ, האַלט לוקאַס, מאַכט גאָלדפֿאַדן קלאָר די אידעע פֿון זײַן דראַמע: ייִדן װעלן זיך אומקערן קײן ארץ־ישׂראל און אױפֿבױען דעם נײַעם בית־המקדש.
די געשטאַלט פֿון דער אַלמנה בת ציון, װאָס זיצט „אין דעם בית־המקדש / אין אַ װינקל חדר“ געפֿינט מען שױן אין „שולמית“ אינעם באַרימטן ליד „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען“. דאָרט איז דאָס אַן אַלעגאָריע פֿונעם ייִדישן פֿאָלק װאָס בענקט נאָך זײער הײמלאַנד. אין „בן עמי“ איז דאָס פֿאָלק שױן גרײט אַראָפּצוברענגען די גאולה.
עס איז טשיקאַװע צו לײענען װי גאָלדפֿאַדנס אַ פּערסאָנאַזש אין דער פּיעסע האָט זיך פֿאָרגעשטעלט דאָס אומקערן פֿון ייִדן אין ארץ־ישׂראל. דאָס װעט פֿאָרקומען „דורך רעװאָלוציאָן אין אַ גינסטיקער צײַט און געלעגנהײט“. די דאָזיקע רעװאָלוציע דאַרף זיך אָנהײבן אין דער טערקישער אימפּעריע, „װען די טערקישע געבילדעטע יוגנט װעלן זיך רעװאָלטירן אַראָפּצוּװאַרפֿן פֿון זיך דעם דעספּאָטישן יאָך“.
דעמאָלט װעט די ייִדישע יוגנט אין ארץ־ישׂראל „אױך קענען אױפֿהײבן די פֿרײַהײט־פֿאָן און מיט װאָפֿן אין די הענט אַרױספֿאָדערן זײער גערעכטלעכע הײמאַט [היימלאַנד].“ די ייִדן אין אַנדערע לענדער דאַרפֿן דערבײַ „בלײַבן טרױ זײערע רעגירונגען“, אָבער „שטײן פֿאַרטיק בײַם ערשטן סיגנאַל פֿון דאָרטן זיך אָפּרופֿן מיט מאַטעריעלער און פֿיזישער הילף, זײ צו שיקן געלט און אײגענע סטראַטעגיקער, װאָס האָבן גענאָסן זײער בילדונג אין ציװיליזירטע לענדער און דאַן — איז דער זיג געװוּנען.“ װי אין אַנדערע ציוניסטישע פּראָיעקטן פֿון יענער צײַט, װערט די אַראַבישע באַפֿעלקערונג ניט דערמאָנט.
להיפּוך צו גאָלדפֿאַדן, האָבן די דײַטשיש־שפּראַכיקע ציוניסטישע מחברים טעאָדאָר הערצל און מאַקס נאָרדױ ניט קײן אינטערעס צו ארץ־ישׂראל. זײער דאגה איז דער אַנטיסעמיטיזם, װאָס לאָזט ייִדן ניט אינטעגרירן זיך אין דער מאָדערנער געזעלשאַפֿט אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך. דער קאָנפֿליקט צװישן ייִדן און קריסטן אין הערצלס דראַמע „דאָס נײַע געטאָ“ (1895) שפּילט זיך אַרום עקאָנאָמישע און סאָציאַלע ענינים.
הערצל װײַזט, אַז אַפֿילו װען ייִדישע געשעפֿטסלײַט באַמיִען זיך צו פֿאַרבעסערן די עקאָנאָמישע לאַגע פֿון קריסטלעכע אַרבעטער, װערן זײ סײַ װי ניט באַהאַנדלט װי גלײַכע מיט די קריסטן. ניט געקוקט אױף דער קולטורעלע אַסימילאַציע און דעם עקאָנאָמישן דערפֿאָלג געפֿינט זיך די ייִדישע בורזשואַזיע אין אַ נײַעם געטאָ מחוץ דער קריסטלעכער געזעלשאַפֿט. סימבאָליש װערט דאָס פֿאָרגעשטעלט דורך אַ דועל, אין װעלכן אַ ייִד װערט פֿאַרװוּנדעט דורך אַ קריסט.
אַן ענלעכע פּראָבלעם װערט פֿאָרגעשטעלט אין נאָרדױס דראַמע „דאָקטער קאָן“ (1899). דער העלד איז אַ באַגאַבטער מאַטעמאַטיקער, װאָס װיל באַקומען אַ פּראָפֿעסאָר־שטעלע כּדי צו מעגן חתונה האָבן מיט אַ פֿרױ פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער קריסטלעכער משפּחה.
אָבער די אַנטיסעמיטישע אַדמיניסטראַציע פֿונעם אוניװערסיטעט גיט אים ניט קײן שטעלע, און די משפּחה װיל אים ניט האָבן פֿאַר אַן אײדעם. װי אין הערצלס פּיעסע פֿירט דער קאָנפֿליקט צו אַ דועל, דאָס מאָל צװישן קאָן און דער פֿרױס ברודער. קאָן װערט שװער פֿאַרװוּנדעט און שטאַרבט.
הערצל און נאָרדױ זײַנען בײדע געװען די פֿירנדיקע ציוניסטישע פּאָליטיקער פֿון יענער צײַט, אָבער אין זײערע דראַמאַטישע װערק איז ניטאָ קײן שפּור פֿון אַ פּלאַן צו האָבן אַ ייִדישע מלוכה, שױן אָפּגערעדט פֿון װידער אױפֿבױען דעם בית־המקדש. אין זײערע פּיעסעס האָבן די מאָראַלישע קאָנפֿליקט און סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון ייִדן אין דער קריסטלעכער געזעלשאַפֿט ניט קײן לײזונג.
לוקאַסעס פּרטימדיקער פֿאַרגלײַכיקער אַנאַליז אַנטפּלעקט דעם װיכטיקסטן חילוק צװישן גאָלדפֿאַדן און די דײַטשיש־שפּראַכיקע מחברים. גאָלדפֿאַדן האָט זיך געװענדט צו דעם ייִדישן עולם און געקענט קונציק צופּאַסן ערנסטע פּאָליטישע טעמעס צום לײַכטן סטיל פֿון זײַן באַליבטן זשאַנער פֿון אָפּערעטע. הערצל און נאָרדױ האָבן געשריבן פֿאַרן ברײטערן דײַטשישן עולם, װאָס האָט ניט געהאַט קײן אינטערעס צו דער ציוניסטישער פּאָליטיק. די פּראָבלעם פֿון זײערע העלדן איז געװען אַנטיסעמיטיזם, ניט דאָס אױפֿבױען אַ ייִדישע מלוכה.