Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַע אָפּערע פֿאַרנעמט זיך מיט טבֿיהס טראַגישער טאָכטער שפּרינצעNew opera focuses on Tevye’s tragic daughter, Shprintse

די שאַפֿער פֿון דער אָפּערע שטעלן זיך פֿאָר די ווירקונג פֿון שפּרינצעס טויט אויף אירע שוועסטער און צייטלס אייניקל.

דאָס איז איינער פֿון אַ סעריע קורצע אַרטיקלען אָנגעשריבן אױף אַ רעלאַטיװ גרינגן ייִדיש און געצילעװעט אױף סטודענטן. די מחברטע איז אַלײן אַ ייִדיש־סטודענטקע. דאָ קען מען לײענען די פֿריִערדיקע אַרטיקלען אין דער סעריע.

אין סעפּטעמבער 2025 האָבן אַ סך ניו־יאָרקער ליבהאָבערס פֿון ייִדיש הנאה געהאַט פֿון אַלעקס װײַזערס אָפּערע, „דער גרױסער װערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך“. און איצט אין אַ פּאָר װאָכן אַרום װעלן זײ קענען געניסן פֿון זײַן נײַער אָפּערע, „טבֿיהס טעכטער“. אַפֿילו אין ניו־יאָרק איז די געלעגנהײט צו הערן צװײ ייִדיש־שײכדיקע אָפּערעס במשך פֿון זעקס חדשים אַ זעלטן פֿאַרגעניגן.

די קאָנצערט־פֿאָרשטעלונג פֿון „טבֿיהס טעכטער“ װעט פֿאָרקומען דעם 19טן מאַרץ, 7 אַ זײגער, אינעם מוזײ פֿון דער ייִדישער ירושה — אַ לעבעדיקער דענקמאָל צום חורבן (װוּ מען קען אַגבֿ אויך זען אַן אױסשטעלונג װעגן דעם ייִדיש־רעדנדיקן קינסטלער אַרטור שיק). די אָפּערע איז מערסטנס אױף ענגליש אָבער נעמט אַרײַן אַ סך ייִדישע װערטער און פֿראַזעס.

צװישן די זיבן זינגערס װאָס װעלן אױפֿטרעטן אױף דער בינע װעט זײַן גדעון דאַבי, װאָס איז געװען אַ שטערן פֿון „דער גרױסער װערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך“. דאָס מאָל װעט ער זינגען די ראָלע פֿון טבֿיה דער מילכיקער, דעם באַרימטן פּערסאָנאַזש געשאַפֿן פֿון שלום עליכם.

„טבֿיהס טעכטער“ קאָנצענטרירט זיך בעיקר אױף פֿינף פֿון טבֿיהס װײַבלעכע משפּחה־מיטגלידער: זײַנע טעכטער שפּרינצע, צײטל, חװה און בײלקע (װאָס זענען באַקאַנט פֿון די אָריגינעלע מעשׂיות), און צײטלס אײניקל רױז — װאָס װײַזער און דער אָפּערעס ליברעטאָ־מחברטע סטעפֿאַני פֿלײַשמאַן האָבן אױסגעטראַכט צוזאַמען.

די דראַמע קומט פֿאָר טײלװײַז אין בויבעריק (אוקראַיִנע) אין 1907 און טײלװײַז אין די קאַטסקיל בערג אין 1964. אין 1907 שפּילט זיך אױס די טראַגעדיע פֿון שפּרינצע, װאָס פֿאַרליבט זיך אין אַ רײַכן יונגערמאַן. ער זאָגט צו אַז ער װעט חתונה האָבן מיט איר אָבער דערנאָך פֿאַרלאָזט ער זי, און זי װערט אַזוי פֿאַרייִאושט אַז זי נעמט זיך דאָס לעבן.

אַ טײל פֿונעם סיפּור־המעשׂה קומט אָבער פֿאָר כּמעט 60 יאָר שפּעטער, אין 1964, וועןשפּרינצעס דרײַ עלטערע שװעסטער צײטל, חװה און בײלקע זענען שוין אַלט צװישן 70 און 80 יאָר. זײ האָבן לאַנג צוריק זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק, אָבער די זכרונות פֿון שפּרינצעס זעלבסטמאָרד לאָזן זײ נישט רוען. בעת זײ פֿאַרברענגען בײַ חווהס זומערהױז אין די קאַטסקילס קומט צו זײ צו גאַסט צײטלס אײניקל רױז, װאָס ראַנגלט זיך מיט איר אײגענער „פֿאַרװערטער“ ליבע — און װאָס װערט אַ ביסל „צו פֿיל צוגעצױגן“ צו דער סאַזשלקע לעבן דעם הױז. דאָס רופֿט אַוודאי אַרויס די פֿראַגע, צי איז רױז, װאָס ווערט געשפּילט פֿון דער זעלביקער זינגערין װי שפּרינצע, באַשערט דער זעלבער גורל פֿון איר עלטער־מומען?

װײַזער האָט מיר דערקלערט פֿאַר װאָס דער פּאַרשוין שפּרינצע שטימט ספּעציעל גוט מיט דער אָפּערע. לױט אים איז זי אַ פּערסאָנאַזש װעמענס קול איז אָפֿט פֿאַרשטומט. בײַ שלום עליכמען לייענט מען  שפּרינצעס מעשׂה בלויז דורך טבֿיהס קוקװינקל. פֿון אָנהײב ביזן סוף זאָגט שפּרינצע אַלײן נאָר אַ פּאָר װערטער. טבֿיה באַמערקט אַז זײַן טאָכטער לײַדט אין דער שטיל, אָבער ער פֿאַרשטייט נישט די סימנים פֿון אירע יסורים.

װײַזער האָט אױך אָנגעװיזן אַז שפּרינצע געפֿינט זיך בכלל נישט אינעם מיוזיקל „פֿידלער אױפֿן דאַך“ צוליב דער שװערער טעמע פֿון איר אַלײנמאָרד. (אַ מײדל אין דער פּיעסע הייסט טאַקע שפּרינצע , אָבער מען דערמאָנט נישט איר מעשׂה). שפּרינצע איז דערפֿאַר כּמעט אומבאַקאַנט בײַם ברײטן עולם, בשעת איר שוועסטער צײטל און חװה זענען גוט באַקאַנט.

„צוליב אַלע די דאָזיקע סיבות װערט שפּרינצע אַ מין סימבאָל פֿון אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער װעלט װאָס איז אונדז אומבאַקאַנט, און װוּ די װײַבערשע קולות זענען אָפֿט פֿאַרשטומט געוואָרן. אונדזער אָפּערע גיט אַ רײַך בליק אין דער דאָזיקער װעלט און גיט שפּרינצען צוריק איר קול, װאָס זי ניצט צו דערצײלן די אײגענע מעשׂה פֿונעם אײגענעם קוקװינקל. עטלעכע מאָל זינגט זי אַז די מעשׂה איז אירע, און אַז דער טאַטע טבֿיה דאַרף נישט דערצײלן אױף איר אָרט“, האָט װײַזער געזאָגט.

כּדי צוריקצוגעבן שפּרינצען איר קול האָבן װײַזער און פֿלײַשמאַן איבערגעלײענט אַ סך ייִדישע ליטעראַטור אָנגעשריבן פֿון פֿרױען. זײ האָבן אױסגעפֿאָרשט די װערק פֿון קאַדיע מאָלאָדאָװסקי, סאַלאָמעאַ פּערל, בעלאַ שאַגאַל און אַנדערע מחברטעס װאָס האָבן פּרעכטיק באַשריבן די דערפֿאַרונגען פֿון פֿרױען. װי טבֿיהס טעכטער, האָבן די דאָזיקע שרײַבערינס זיך אָפֿט געפֿילט צעריסן צװישן דער ייִדישער טראַדיציע און די געלעגנהײטן פֿון דער מאָדערנער װעלט.

ספּעציעל װיכטיק בײַ װײַזערן און פֿלײַשמאַנען איז געװען די טראַדיציע פֿון תּחינות. די דאָזיקע פּערזענלעכע תּפֿילות אױף ייִדיש זענען לאַנג געװען פֿאַרבונדן מיט פֿרױען. אַ מאָל האָבן פֿרױען זײ אָנגעשריבן פֿאַר זיך אַלײן אָדער פֿאַר זייערע מאַמעס, שװעסטער און חבֿרטעס. אַפֿילו װען תּחינות זענען אָנגעשריבן געװאָרן פֿון מענער לטובֿת פֿרױען נעמען זיי אַרײַן וויכטיקע פּרטים װעגן װײַבערשע דאַגות און האָפֿענונגען.

װײַזער און פֿלײַשמאַן האָבן געלײענט אַ סך תּחינות, און צוזאַמען האָבן זײ אָנגעשריבן דרײַ נײַע תּחינות פֿאַר דער אָפּערע — װאָס האָבן צו טאָן מיטן צוגרײטן חלה, מיטן בענטשן שבת־ליכט און מיטן גײן אין דער מיקװה. די דאָזיקע נײַע תּחינות זינגט מען טײלװײַז אױף ייִדיש.

װײַזער האָט צוגעגעבן, אַז זײ האָבן אַרײַנגענומען תּחינות כּדי אָפּצוגעבן כּבֿוד דער װײַבערשער פֿרומקײט, װאָס האָט פֿאַרהײליקט די ייִדישע הײם און דאָס טאָג־טעגלעך לעבן. „אין דער אָפּערע זעט מען די שײנקײט, די װאַרעמקײט און די שׂימחה װאָס פֿרױען האָבן געשאַפֿן אין זײער װעלט“, האָט װײַזער געזאָגט. „איך װיל נישט זאָגן צו פֿיל װעגן דעם סיפּור־המעשׂה, אָבער דער װײַבערשער כּוח —  דער כּוח פֿון פֿרויען־טראַדיציעס — איז אַ װיכטיקער טײל פֿון אונדזער אָפּערע“.

דאָ קען מען קױפֿן בילעטן פֿאַר „טבֿיהס טעכטער“.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines.
You must comply with the following:

  • Credit the Forward
  • Retain our pixel
  • Preserve our canonical link in Google search
  • Add a noindex tag in Google search

See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.