Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פּי־דזשיי ביבליאָטעק אויף רוסישPJ Library in Russian

מער ווי 8,000 ייִדישע קינדער אין רוסלאַנד באַקומען די חודשלעכע לייען־מאַטעריאַלן

לעצטנס איז אין רוסלאַנד געוואָרן שטאַרק פּאָפּולער דער אָרטיקער צווײַג פֿון דער אַמעריקאַנער פּראָגראַם „פּי־דזשיי ביבליאָטעק‟, וואָס צעשיקט ביכער יעדן חודש צו ייִדישע קינדער פֿון 2 ביז 8 יאָר. דעם 14טן און 15טן אַפּריל איז אין מאָסקווע פֿאָרגעקומען די ערשטע רוסלענדישע קאָנפֿערענץ פֿון דער פּראָגראַם בראָש מיט איר גרינדער, האַראָלד גרינספּון.

גרינספּון, דער בעל־הבית פֿון אַ גרויסער הײַזער־פֿירמע, איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1929 אין ניוטאָן, מאַסאַטשוסעטס. זײַן פֿונדאַציע האָט ער געגרינדעט אין 1993. אין 2015 האָט ער געחתמעט אַן אָפּמאַך, לויט וועלכן צום ווייניקסטן אַ העלפֿט פֿון זײַן פֿאַרמעגן — בערך 500 מיליאָן דאָלאַר — זאָגט ער צו אויסצוגעבן אויף פֿילאַנטראָפּישע צוועקן.

אין 2005 האָט גרינספּון געשאַפֿן די „פּי־דזשיי־ביבליאָטעק‟, אויפֿן סמך פֿונעם קינדער־פּראָיעקט, געגרינדעט פֿון דער אַמעריקאַנער זינגערין דאָלי פּאַרטאָן אין די 1980ער יאָרן צו צעטיילן מער ווי 100 מיליאָן ביכער איבערן לאַנד. אין 2018 האָט זי אַפֿילו באַקומען אַ פּריז פֿונעם קאָנגרעס דערפֿאַר.

אָבער להיפּוך צו פּאַרטאָנס „דאָליוווּד־פֿונדאַציע‟, האָט גרינספּון באַשלאָסן צו פֿאַרשפּרייטן די ביכער נישט בלויז אין אַמעריקע. די אָרגאַניזאַציע גיט איבער, אַז הײַנט צו טאָג באַקומען כּמעט 400,000 ייִדישע קינדער אין 11 לענדער חודשלעכע מתּנות אויף ענגליש, העברעיִש, שפּאַניש און רוסיש.

די רוסישע סעקציע פֿונעם פּראָיעקט האָט זיך געעפֿנט אין 2015, לכתּחילה ווי אַן עקספּערימענט אין מאָסקווע. אין 2018 איז די „ביבליאָטעק‟ געוואָרן באַקאַנט און פּאָפּולער אין פּעטערבורג און אַנדערע שטעט איבערן לאַנד, וווּ עס זענען פֿאַראַן ממשותדיקע ייִדישע קהילות. סאָפֿיע אַקסעלראָד, אַ פּעטערבורגער פֿאָרשטייערין פֿון דער „פּי־דזשיי־ביבליאָטעק‟, האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז די צאָל קינדער אין רוסלאַנד וואָס באַקומען די ביכער, האָט שוין דערגרייכט איבער 8,000 און האַלט אין איין וואַקסן. אַזוי ווי אין מעקסיקע, ישׂראל און אַ צאָל אַנדערע לענדער, שטיצט גרינספּונס פֿונדאַציע די רוסיש־שפּראַכיקע איניציאַטיוו בשותּפֿות מיט אַנדערע אַמעריקאַנער און אָרטיקע אָרגאַניזאַציעס און יחידים, אַרײַנגערעכנט דעם „דזשוינט‟ און דעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟.

P. J. Library Moscow

האַראָלד גרינספּון (רעכטס) בעת דער ערשטער רוסלענדישער קאָנפֿערענץ פֿון דער „פּי־דזשיי־ביבליאָטעק‟ אין מאָסקווע Image by P. J. Library

כּדי צו באַקומען די ביכער, דאַרף מען פּשוט אויספֿילן אַ פֿאָרמולאַר אויף דער וועבזײַט פֿון דער „פּי־דזשיי־ביבליאָטעק‟. אַזוי ווי אין אַמעריקע, ווערן די ביכער צעשיקט אין מאָסקווע דורך פּריוואַטע קוריער־פֿירמעס. אין פּעטערבורג און אַנדערע שטעט אַרום דעם לאַנד ברענגט זיי יעדן חודש די געוויינטלעכע מלוכישע פּאָסט. אַחוץ די קינדער, באַקומען זיי 90 שותּפֿים־אָרגאַניזאַציעס, וואָס זוכן אויס פֿאַראינטערעסירטע משפּחות. אַקסעלראָד האָט דערציילט, אַז די גרעסטע צאָל שותּפֿים געפֿינען זיך אין פּעטערבורג צוליב דער צעצווײַגטער נעץ וועלטלעכע ייִדישע קינדערגאָרטנס. אין מאָסקווע, הגם דאָרטן וווינען מער ייִדן, זענען די ייִדישע קינדער־אָרגאַניזאַציעס פֿאַרבונדן, על־פּי־רובֿ, מיט פֿרומע קהילות, וואָס באַציִען זיך מיט אַ געוויסן חשד צו דעם פּראָיעקט און ווילן נישט צעשפּרייטן קיין לייען־מאַטעריאַלן אָן אַ הסכּמה פֿון די רבנים. הגם דער תּוכן פֿון די ביכער איז גאַנץ נייטראַל, האָבן געוויסע פֿרומע טוער מורא מיטצואַרבעטן מיט אַ סעקולערער בילדונג־אָרגאַניזאַציע.

דעם 7טן אַפּריל, מיט אַ וואָך פֿאַר דער דערמאָנטער קאָנפֿערענץ אין מאָסקווע, איז אין דער פּעטערבורגער גרויסער כאָרשול פֿאָרגעקומען אַ ביכער־יריד, דווקא געשטיצט דורך חב״ד. אין פֿאַרגלײַך מיט הונדערטער אַנדערע אויסגאַבעס אויף ייִדישע טעמעס, וואָס אַ טוץ פֿאַרלעגער האָבן פֿאָרגעשטעלט אויף דער אונטערנעמונג, האָט זיך געוואָרפֿן אין די אויגן דער ספּעציפֿיש אַמעריקאַנער טעם פֿון דער „פּי־דזשיי־ביבליאָטעק‟ מיט, למשל, העלדינס וואָס הייסן עסטי אַנשטאָט אסתּרקע.

אַקסעלאָד האָט באַטאָנט, אַז כּדי אויסצומײַדן דעם מעגלעכן קולטור־באַריער, ווערן די מאַטעריאַלן אויסגעקליבן דורך אַ ספּעציעלן ראַט פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע קינסטלער. די איבערזעצער פּרוּוון צו „רוסיפֿיצירן‟ דעם אינהאַלט אויף וויפֿל ס׳איז מעגלעך. לעצטנס האָט די רוסישע סעקציע פֿון דער פּראָגראַם געשאַפֿן אַ צאָל אייגענע אויסגאַבעס, וואָס האָבן אַ בפֿירוש אָרטיקן טעם — למשל, אַ „חד גדיא‟ מיט על ליסיצקיס אילוסטראַציעס און אַ פּאָעטישע איבערזעצונג פֿון דער באַוווּסטער פּאָעטעסע מאַרינע בראָדיצקאַיאַ.

אַדרבה, די פֿאָרשטייערין פֿונעם פּראָיעקט האָט איבערגעגעבן, אַז צומאָל טענהן די רוסיש־רעדער אין אַנדערע לענדער, אַז אין די ביכער שפּירט זיך עפּעס אַ „פֿרעמדע‟ השפּעה. ווען מע דערציילט, למשל, וועגן קליינע קינדער, וואָס דרייען זיך אַליין אויף דער גאַס, דערשפּירט דער לייענער אַז דאָס איז כּלומרשט אַ נעגאַטיווע זאַך. אין אַמעריקע איז טאַקע אַזוי, און ס׳איז אַפֿילו אומגעזעצלעך אָבער אין רוסלאַנד איז עס גאַנץ נאָרמאַל.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.