דער מלאך־המוות אין ראָדעםThe Angel of Death in Radom
אַ ייִדיש ליד אָנגעשריבן פֿון הערשל צינבערג, אַ שנײַדער אין ראָדעמער געטאָ, געפֿינט זיך הײַנט אינעם „קאַנאַדער מוזיי פֿאַר מענטשנרעכט‟.
די מפֿרשים אַסאָציִיִרן דעם אומגעוויינטלעכן נאָמען פֿון אונדזער פּרשה – „עקבֿ‟, וואָס שטאַמט פֿונעם וואָרט „פּיאַטע‟ – מיט עקבֿתא־דמשיחא, דעם שווערן פּעריאָד פֿאַר ביאת־המשיח, וואָס דראָט מיט פֿאַרשיידענע סכּנות און נסיונות. אין דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע זענען געווען אַ סך שווערע מאָמענטן, אָבער די ערגסטע צײַט איז געווען, אַוודאי, די צווייטע וועלט־מלחמה.
דער ליובאַוויטשער רבי האָט געגלייבט, אַז נאָכן חורבן וועלן ייִדן קיין מאָל מער נישט לײַדן פֿון גרויסע קאָלעקטיווע צרות; דער חורבן איז געווען דער הויפּטפּונקט פֿון עקבֿתא־דמשיחא, נאָך וועלכן עס דאַרף שוין קומען די גאולה. קיין משיחן זעען מיר נאָך נישט, אָבער עס ווילט זיך האָפֿן, אַז אַזאַ שוידערלעכע קאַטאַסטראָפֿע וועט קיין מאָל מער נישט געשען מיט וועלכן־ניט־איז פֿאָלק.
דער הײַנטיקער שבת פֿאַלט אויס דעם 23סטן טאָג אין אָבֿ אָדער מנחם־אָבֿ, ווי מע רופֿט אָן דעם הײַנטיקן חודש, כּדי אונטערצושטרײַכן זײַן טאָפּלטן כאַראַקטער פֿון ביטערקייט און פֿרייד. די חז״ל באַטאָנען, אַז אין משיחס צײַטן וועט תּישעה־באָבֿ זיך פֿאַרוואַנדלען אינעם גרעסטן יום־טובֿ, און אַז ט״ו־באָבֿ איז אַמאָל געווען אַ מין ייִדישער „וואַלענטין־טאָג‟, ווען חתנים פֿלעגן אויסקלײַבן כּלות צווישן די טאַנצנדיקע מיידלעך אין ירושלים. אין מיטל־עלטערלעכע פּיוטים ווערט עס באַטראַכט ווי אַ יום־טובֿ פֿון ליבע און נחמה.
דער הײַנטיקער שבת איז דער טאָג, ווען ס׳איז פֿאָרגעקומען גאָר אַ פֿינצטער געשעעניש בעת דעם חורבן: דעם 23סטן אָבֿ האָט זיך אָנגעהויבן די ליקווידאַציע פֿון דער ראָדעמער געטאָ. 8,000 ייִדן זענען פֿאַרשיקט געוואָרן קיין טרעבלינקע, וווּ די נאַציס האָבן זיי פֿאַרטיליקט. דעם זעלבן טאָג איז אויך אויסגעבראָכן די מאַסן־שחיטה אין דער זשעטלער געטאָ.
אין ראָדעם, אַ שטאָט אין צענטראַל־מיזרחדיקן פּוילן, האָבן ייִדן שוין געוווינט אינעם 16טן יאָרהונדערט. אין אַ דאָקומענט פֿונעם יאָר 1567 ווערט דאָרטן דערמאָנט אַ געוויסע ייִדישע גאַס. אינעם 19טן יאָרהונדערט האָט די ייִדישע קהילה באַטראָפֿן בערך אַ פֿערטל פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקעונג. פֿאַר דער דײַטשישער אָקופּאַציע זענען 25 פֿון 81 טויזנט תּושבֿים אין ראָדעם געווען ייִדן. בלויז אַ קנאַפּע פּאָר הונדערט פֿון זיי האָבן איבערגעלעבט די מלחמה. דאָס „ראָדעמער בוך‟, פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1961, וואָס מע קאָן אַראָפּלאָדן אויף דער וועבזײַט פֿון דער ניו־יאָרקער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, דערציילט פּרטימדיק וועגן דער טרויעריקער ייִדישער געשיכטע פֿון דער שטאָט.
אינעם „קאַנאַדער מוזיי פֿאַר מענטשנרעכט‟ אין וויניפּעג ליגט אַ רירנדיקער עקספּאָנאַט — אַ ליד אויף ייִדיש וואָס אַ שנײַדער, הערשל צינבערג, האָט אָנגעשריבן אין ראָדעמער געטאָ אין יאַנואַר 1943. נאָך דער ליקווידאַציע פֿון דער געטאָ, האָט מען צינבערג פֿאַרשיקט קיין טרעבליקנע און דערנאָך קיין אוישוויץ. צוליב זײַן פֿאַך האָט זיך אים אײַנגעגעבן איבערצולעבן דעם חורבן. נאָך דער מלחמה איז צינבערג אָנגעקומען קיין קאַנאַדע און געלעבט דאָרטן ביז זײַן פּטירה אין 1999. זײַן זון האָט אַנטדעקט דאָס ליד און עס מנדבֿ געווען דעם מוזיי אין 2012.
הגם די עיקר־ליקווידאַציע פֿון דער ראָדעמער געטאָ איז געשען אין אויגוסט 1942, האָט מען די לעצטע ייִדן פֿאַרשיקט פֿון דאָרטן במשך פֿון כּמעט צוויי יאָר, ביז יולי 1944. ס׳זעט אויס, אַז צינבערג האָט אָנגעשריבן זײַן ליד נאָך אין דער געטאָ.
סטען צינבערג, דער זון פֿונעם מחבר, שליסט זײַן אומפּינקטלעכע ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם ליד מיטן וואָרט „ייִדישקייט‟. אויף דער וועבזײַט פֿונעם מוזיי ווערט דאָס זעלטענע ווערק פֿון דער חורבן־תּקופֿה אָפּגעטײַטשט ווי אַ מין יזכּור אין אָנדענק פֿון דער אומגעבראַכטער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז ייִדיש ווי אַ שפּראַך און ייִדישקייט ווי אַ טראַדיציע ווערן בכלל נישט דערמאָנט אינעם אָריגינעלן ליד. הגם דער מחבר באַוויינט די אַמאָליקע ייִדישקייט, בלײַבט עס פֿאַר אים דער נאַטירלעכער יסוד פֿון לעבן, וואָס פֿאָדערט נישט קיין ספּעציעלע דערקלערונגען און דעפֿיניציעס:
… אַ טויטע שטילקייט האָט געוואַרט אויפֿן מלאך־המוות,
ס׳האָט אויפֿגעהערט קלאַפּן אַ האַרץ, בושעווען דאָס בלוט,
אַ שמע־ישׂראל־קול האָט געבעטן אין זכות־אָבֿות,
זאָלן פֿאַרשטיינערט ווערן דעם שׂונאס טריט.
… יזכּור! הײַנט דערמאָן איך זיך אין די ליידן,
איך זע נשמות אין זײַדענע בגדים,
דאָס היט דאָרט מיט צדיקים אין גן־עדן,
אונדזער טײַערער, אַמאָליקער, ייִדישער פֿאָדעם.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO